די רויבסט שוין יא מאך עס גוט (עמעזאן)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

די רויבסט שוין יא מאך עס גוט (עמעזאן)

שליחה דורך יהושע חיים »

אלץ א פארקויפער אויף 'עמעזאן' וויל איך דא פארציילען א שטיקל מעשה וואס איך האב לעצטענס געהאט כידוע איז דא א חלק פונעם ביזנעס וואס הייסט 'ריטארנס' (returns) אדער ווי אנדערע רופען עס "בארגען פין עמעזאן" ניין איך קום נישט אהער שרייען אז ס'איז גניבה נישט יושר וכו' וכו' נאר פונקט ווי יעדער שטאט'עשע יוד ווייסט אז ווען מען ליעסט א קאר גייט די באמפער ווערן צוקראצט אין מ'דארף צוקויפען א דעמיג' וועווער אין יעדער זינגער ווייסט אז ווען ער געט ארויס א סידי גייט מען עס קאפיען ווייסט יעדער עמעזאן פארקויפער אז ס'קומט צוריק ריטארנס נאר וואס מ'פראבירט צו ראטעווען יעדער פעני פארקויפט מען עס ווידער אלץ גענוצט (used) אדער קראשט באקס אדער אלץ וואס מ'קען כאטש עפעס צוריק מאכען פין דעם אייטעם עכ"פ א צייט צוריק האב איך צוריק באקומען א רעדיא איז פאר איך פארקויף ווייטער טשעקט מען אויב ס'ארבעט אויב אלץ איז בסדר מיט דעם שטעק איך אריין דעם רעדיא אין ס'ארבעט פיין די פאני זאך איז געווען אז ס'איז פונקט געווען אויפגעמישט צי די יודישע סטעשין 95.1 דאכטזיך ס'האט מיר געקאסט א שמייכעל איך האב דעם פארשוין נא שוין אין וואס יעצט מ'ווישט זיך אפ דיקינדער
ין ווייטער געגאנגען
לעצטע וואך קריג איך צוריק אן עם-פי-3 פלעיער שוין וואס יעצט וואס איז די פראבלעם גארנישט ס'פארט פיין אבער וואס ליגט דערויף ממש א יוד א תלמיד חכם שעורים פין ר' פישל שעכטער א פאלדער פין תורה עניטיים היימישע ניגונים ממש א מחי' ווען האב איך גע'חלום'ט אז איך וועל האבען אזא גרייטע זאך איי מאך עס אליין גערעכט די פאקט איז אז איך האב עס קיינמאל נישט געטוהן וויל איך דא ברבים דאנקען דעם יוד פארן מיר מהנה זיין מיט אזויפיל שעות שעורי תורה נחזיר לעינינו האב איך דאן געוואלט שרייבען די שורות אין בעטען דעם ציבור פליז נישט טוהן זאכען אזוי געיאגט נעם א מינוט אין מיש אוועק דעם רעדיא צו א רוסישע סטעשין מעק אויס די עם-פי-3 ווייל די ווייסט נישט צו וועם ס'גייט צוריק אין ס'קען ח"ו ארויסקומען א חילול השם

אבער פארוואס שרייב איך למעשה יא די שורות וואס איך האב דאן 'געוואלט' שרייבען?

ווייל איך דארף דאנקען נאך א געטרייע יוד
נעכטען קומט אהן א באקס ריטארנס נא לאמיר גיין צו די עבודה א סידי פלעיער שוין שטעק עס איין ברענג א סידי אין גיימער טרייען נעווער מיינד ברענג נישט קיין סידי איך האב שוין דער צוריק שיקער האט מיט געשוקט איינס "פורים מיט די אונטערען חבריא" איז קודם כל שכוח פאר די סידי איך האב עס נאכנישט געהאט ביז יעצט איך גלייב מיינע קינדער וועלען עס אינדזשאויען אין שנית זיך עס נישט ביי בדיקת חמץ אין באשולדיג נישט דיין זוהן פארען נעלם ווערען פונעם סידי ווייל ס'לוגט ביי מיר א דאנק

דערפאר בעט איך אייך נאכאמאל פאר איר שיקט צוריק עפעס קיין עמעזאן פליז זעה נישט צי לאזען קיין שפירען פין ווי ער קומט ס'קען אהן קומען צו א חילול השם ווער ווייסט צו וועם דו שיקסט צוריק

אין נאכאמאל א דאנק פאר די סידי בשם מיינע קינדער

C\p

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר