קרעפל משולשת (פה-סח II)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

קרעפל משולשת (פה-סח II)

שליחה דורך יואב »

פארהערט האט ר' קרעפל זיין תינוק שנשבה בלויז ביז צום ברוך שפטרני. אז די אינסטאלירונג פון ייצר-טוב איז אריבער מיט סאמע דערפאלג, דער למען-לא-ניגע-לריק האט דערלעבט א פריש פאר ליפן וואס זאל אים די תפילין מנשק זיין, דאן האלט ער אז ס'קומט דעם צדיק א שטיקל מאנדאט.

דער ציבור וועלכער איז געווען פארכאפט אונטער זיין טעמפער בר-מצווה דרשה ווייסט אז אין דאזיגן פאל טשעפעט זיך ר' קרעפל'ס שיטה נישט נאר צום פינפטן חלק שולחן ערוך — ס'טייטש יענעם ספעציעלן באשטאנדטייל וואס דער חונן לאדם דעת האט ביי אים אין מח אריינגעפלאנצט — נאר אויך צו א טוץ פסוקים, מדרשים און משלים.

וישא משלו מיט דעם כי האדם עץ השדה, און פון דארט האבן אנגעפראפטע בינטלעך חומר אנגעהויבן זיך צו צעקריכן אויף דער פריי. האלטנדיג ביים עץ החיים און עץ הדעת, די בחינות פון טוב ורע, האבן די פאפקארן שיסלען אויסער א ביסל זאלץ און פארהארטעוועטע קערנדלעך שוין נישט געהאט מיט וואס צו קארמען די לאנגווייליגע געמיטער. אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז סעלפאון-סערוויס לויפט שוואך אין זאל, האט ר' קרעפל באשלאסן צו נעמען די אנוועזנדע נערוון א טריט ווייטער, און וואונדערליך משלב געווען דעם גם כי יזקין לא יסור ממנה מיט דעם ועלהו לא יבול. אלץ האט זיך געדרייט ארום יענער באקאנטער גמרא פון אילן אילן במה אברכך — אלא שכל נטיעות שנוטעים ממך יהיו כמותך. אויסער דאס צונויפשלעפן א שלל מיט טעמים נאכסאל די גמרא וואס קיין איינציג ווארט אין איר איז נישט איבריג, זאל שרייבן אילן אילן צוויי מאל ווען איין מאל אילן וואלט לכאורה געווען גענוג, האט ער ארויסגעברענגט דאס אז אויב דער טאטע איז א צדיק דאן איז העכסט-פארשטענדליך פארוואס ער וויל אז אויך זיין קינד זאל וואקסן אזוי. ר' קרעפל האט אוודאי נישט פארגעסן צו מעלדן דעם עולם אז אזאנע פשוט'ע באגריפן פארשטייט אפילו דער שמוציגער גוי, דער עבדא וואס בהפקירא ניחא ליה.

האבן מיר טאקע א ביימעלע מיט א שיטה'לע — די פליכט פון ושננתם ווערט אבער צוליב א שווארץ היטל אויפ'ן קאפ נאכנישט אנולירט. וואס שייך יענעם פרינציפ פון לאזן דאס ביימעלע בליען אויף דער אייגענער האנט, נו, איז נישט פשט אז ער "פארהערט" חלילה; ס'האט געקריגן א נייעם נאמען. ס'הייסט "ער גייט מיט זיין בחור איבער דאס לערנען." 

בששת ימי המעשה וואלט די דאזיגע עבודת הקודש ר' קרעפל'ן נישט אנגעקומען גרינג. ווי ר' קרעפל זעלבסט דערמאנט אין יעדער געלעגנהייט איז דאס ארויסגיין פון כולל געווען די לעצטע זאך צו וואס ער האט געהאט חשק אדער אמאל געקלערט ס'זאל פאסירן — ס'איז דער רבוש"ע וואס האט מיט זיינע פארהוילענע חשבונות זיך אריינגעמישט דא, און אים אריינגעפירט בעולם המסחר. גענוי אין וועלכן תחום דער משביע לכל חי האט חשק געהאט ר' קרעפל זאל זיך באשעפטיגן איז דערווייל טאקע אומקלאר — אז ער באזיצט אן אפיס, דאס איז איינמאל א וודאי.

ס'זאל חלילה קלערן עמיצער אז דאס זיין טרוד על המחיה ועל הכלכלה האט ר' קרעפל'ן אוועקגעשלעפט פון דער סאמע בעסטער סחורה אויף דער וועלט; אדרבה, מיט א טאג אנגעבליך געשוואלן פון שיעורים איז שייך דעם אני עמל והם עמלים צו באקוקן פון יעדן קוק-ווינקל אויסער א מעטאפארישן. ווער רעדט נאך פון דעם אני משכים והם משכימים — דער רעזערווירטער שטאלץ צעגייט די בני מלכים פאר די אויגן כהמס דונג.

די שפתי ישנים מאכן זיך פייכט אין זייער ערשט גלעזל קאווע אומגעפער עלף אזייגער פארמיטאג; דאס קומט בדרך כלל איידער דער גוף נקי וואקסט אריין אין ענגן סדר היום און ציפט אראפ א חתיכה. ווייטער זיך שטעלן רעדן פאר דעם מלך מלכי המלכים ווען צעפאטלטע בינטלעך האר דרימלען ארום זיין פארקלעפטן פרצוף איז א פחיתות כבוד מילד גערעדט; זיי צו פארוואנדלען אין תלתלים רסיסי מקווה קען א פעקל רכילות שטענדיג זיין בייהילפיג. אחרי ככלות הכל טוט ער איינשפאנען דעם לאנגען און דיקן גארטל און מאכט מיט אים עטליכע הקפות ארום דעם הענגענדן ריפסענעם ארבל — פון הימל יאגט מען זיך אפצונעמען זיין ברכי נפשי.

מיט אזא פארנומענער וואך וואלט ר' קרעפל נישט געקענט אנטרעפן א מער פאסיגן זמן אפירצונעמען דעם ושננתם, נאר אין יענעם לויטערן מאמענט אין וועלכן דער שיר השירים לייגט זיך מיט א געלאסנקייט איבער דעם פילפארביגן האריזאנט, און באטראכט די שורות ווייסע זאקן וועלכע צעגייען זיך איבער די געבעט-הייזער פון גאט.

דער וואכעדיגער גוף איז ביי ר' קרעפל'ן טאקע פארשפארט אין די בגדי קודש, ס'אנבאלאנגט דער נשמה יתירה — פאר די ציצים ופרחים איז אבער פארט פארבליבן א לעכל דא און א שפארעלע דארט צו קענען הענגען אויף דער פריי. דער תנוך אוזן הימנית איז, נישט אום שבת גערעדט, סוגה בשושנים; עטוואס אראפציר, ובהרת לבנה-אדמדמת מציצה מן החרכים. דער געל-ווייסער שאל גליטשט זיך בלויז א קאפעלע נענטער צו דער רעזשוואולקע, והנה, א בלאס געהענגל טרויבן שטארט ארויס פון גענאק און קוקט אויף דער מענטשהייט מיט א מינע וואס שפייט מיגל. 

די שמאלציגע נאז, אנגעשאטנט מיט מחנות שווארצע פינטלעך און פארקילט דורכאויס דעם גרעסערן טייל פון יאר, בייגט זיך מיט איר שנאבלדיג-רויטן עק אריין אין דער רעזשוואולקע — וועדליג די בושות און קנאפן נוצן זי שאפט אים וואלט ער קיין גרויס פאראיבל נישט געהאט זאל זי מחליט זיין אנטרינען צו ווערן דארט לצמיתות.

דער מזל פון זיין לאנגער בארד איז אויך נישט עפעס יענער וואס די שטערנזעער האבן פאראויס געזאגט. ניטאמאל א האלבע שעה איז אריבער זינט זי האט אונטער דער אויבערפלאך פון מקווה פארלוירן אירע קניפן, און דאס ביסל פארבליבענע חן האט זי ביים ווינט אויך אנגעוואוירן. דער עזות'דיגער רוח האט איר אן קיין רחמנות צעשניטן אויף צוויי — דעם פזר גדול האט ער דאן פארוואנדלט אין א קרני פרה און נאך בטעמי עליון.

ר' קרעפל ווערט אבער ביי זיך נישט געפאלן.  נישט נאר טוט ער קלייבן שכר פסיעות דורך זיין א הולך ועושה, נאר דעם הילוכך תהא בנחת נעמט ער אויך נישט פאר לייכט. דער ווילדער גלוסט נאך אויטאריטעט וואס רייסט זיך פון זיינע צוויי פייערדיגע אויגן גיסט ער אריין אין אייגענעם שאטן, דארט וואו ס'שפאנט א סטאדע צאצאותיו מיט א דיסציפלין ווי ארויס פון פאנטאזיע. ס'פראבירט איטלעך אריינצופאסן אין שוואונג פון פאטער'ס פסיעות קטנות — א זיגזאגן הילוך וואס טוישט אפט פארעם, און ווערט קאנטראלירט דורך א פאר גלאנציגע פערטל-שיך.

— איז זאג נאכאמאל. שומר שמסר לשומר, חייב אדער פטור?

מחלוקה.

— און אויב גיבט דאס דער שומר שכיר פאר א שומר חינם?

זעלבע מחלוקה. לויט דעם מאן דאמר וואס האלט פטור, דאן איז דער חידוש אז אפילו דגרע משמירתו איז ער נאך אלץ פטור ווייל דער שומר פאר וועמען מ'האט דאס איבערגעגעבן איז א בן דעת.

— נו זאג ווייטער.

לויט יענעם מאן דאמר איז לכאורה שווער, וואס איז דא אנדערש פון א גט ביי וואס דער מאן קען זאגן אין רצוני שיהא פקדוני ביד אחר.

— פשש, א געוואלדיגע גוטע קשיא. האסט דאס געפרעגט פון דיין מגיד שיעור?

— גוט שבת ר' יצחק פייוויש. וואס גייט איר עפעס אזוי יענעם וועג, איר קומט נישט דאווענען ביי אונז?

— אזוי גאר, וועלכער שוואגער?

— און ווער איז דער מחותן?

— אזוי גאר, שיין! איין מינוט, וועלכער שלישקאוויטש; דער קליינער רויטער, אליצור'ס איידעם?

— פשש, נישט געוואוסט ער מאכט שוין חתונה. די יארן לויפן, מ'ווערט נישט אינגער.

— נאה, נישט ממש אין די ווינדלעך; כ'דענק אבער נאך ווען ער איז געווען א בחור.

— זאגסט מיר? שוין, זאל זיין נאר שמחות. דער טאטע איז דא, אלעס איז דא, וואס, און מ'דאווענט הייסט עס יעדער אין זאל?

— פשש, באמת א גרויסע שמחה. פיין, גוט שבת, ס'קומט מיר אין אמת'ן גחלי רתמים, איך בין דא מפסיק פון לערנען.

— אז וואס? נאה, נישט בשמים; איך זאג פשוט אז ס'קומט זיך מיך גחלי רתמים, ווייל איך בין דא מפסיק פון לערנען.

— ביי וועמען? דעם זמן האב איך אים געשיקט צו ר' חזקל דוב'ן, עמער זען וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס.

— וויאזוי? זאג איבער, כ'הער נישט.

— שוין, ווייסט דאך, ברוך ה' יום יום. דערווייל בין איך מער ווייניגער צופרידן; עטליכע קליינע שינוים וואס כ'שפיר אז ס'פעלט זיך אויס, און כ'האף מ'וועט דאס מסדר זיין בקרוב. איך קען מיך אבער נישט אפרעדן. ווייסט דאך, ס'איז נישט דא קיין שלימות אויף דער וועלט; קיינער האט נישט פון אלעמען. מ'ברויך קוקן אויפ'ן האלבן גלעזל וואס איז יא פול. פיין, גוט שבת.

— עה, יצחק פייוויש, קום א רגע נאר. כ'ווייס נישט צי איך וועל נאך בכלל אניאגן צו גיין געבן מזל טוב. אויב טרעפסטו אבער חיים לעזער דארט, זאג אים בהאי לישנא: קרעפל זאגט אז ער האט באמת שטארק פראבירט, און האפט ס'וועט אריבערגיין בקרוב. דו זאג אים נאר די דאזיגע ווערטער, ער וועט שוין וויסן פון וואס איך רעד. פיין, גוט שבת, א יישר כח. וועסט געדענקען חיים לעזער'ן, יא? יישר כח נאכאמאל. לאז גריסן דעם פאטער דיינעם.

ניין, דאס פרעגט תוספות.

— אה, איז וואס איז נאר געווען די קשיא? אה, יא יא גערעכט, כ'דערמאן מיך טאקע יעצט, אזא שמאלן תוספות אויף עמוד א'. אדער אפשר טאקע אויף עמוד ב' — גירסה דינקותא. זעסט, וואס מ'לערנט דאס נעמט מען זיך מיט אויף שטענדיג. נו, וואס דעמאלט איז דיין חידוש?

דער בחור איז דווקא לאו א בעל מחדש. ס'איז דער פאטער — א זעלבסט-דערקלערטער בעל מחדש און מחבר ספרים מיט זיין ספר דערווייל נאך נישט געשריבן; מעות קדימה און הקטן חתימות שוין אבער געזאמלט — וואס האט ביי אים אריינגעבאקן אז כך היא דרכה של תורה. ס'טייטש אז קען מען שוין דעם רש"י-כתב און אויך א שטיקל סידורו של שבת, דאן איז צייט צו לאזן אין גאנג די אייגענע חידושים. בין כותלי הישיבה זיצט דער צדיק דורכאויס דער וואך מיט דעם פארכט פון אן אלול'דיגן פיש. ער לערנט, גייט איבער, און מאכט זיך גרייט צו קענען צופרידנשטעלן דעם בור ריק וואס קלעטערט בו בזמן איבער דער ברייטער געוועב און זוכט ממלא צו זיין זיינע תאוות און ליידיגע צייט בבת אחת.

—נו במילא?— כאפט ר' קרעפל א הויפן בארד במלא חפניו און יאגט דאס אריין צווישן די געלע ציין — דאס איז כל זמן ער זאגט טא—

גוט שבת ר' קרעפל.

— הע, גיב נאר א קוק ווער ס'גייט דא. גוט שבת גוט שבת. א גריס פון דיין שוואגער, ער איז נעכטן געווען ביי מיר. נו, עה. כ'וועל מיט דיר רעדן שפעטער. גוט שבת גוט שבת.

— איז וואו האבן מיר געהאלטן? כולי עלמא לא פליגי ווען? — ר' קרעפל'ס קאפ וואנדערט ערגעצוואו אין די מרחקים.

— קינדער, ענק ווייסן ווער ס'איז דער איד וואס האט יעצט געזאגט גוט שבת פאר טאטי? ער הייסט פיקלאוויטש. מיט א שטיק צייט צוריק איז ער לכאורה געווען דער סאמע רייכסטער מענטש מיט בארד און פיאות. יארן לאנג איז ער געווען דער איינציגסטער ווערים אימפארטירער פאר די סטראבעריס. אלע פארמער פלעגן זיי קויפן ביי אים. מיט עטלי—

אבער טאטי, וואס מיינט אן אימפארטירער?

— אן אימפארטירער איז איינער וואס אימפארטירט עפעס, ס'טייטש ער ברענגט אריין סחורה פון אנדערע לענדער אהער.  מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אנגעהויבן ברענגען ווערים פאר א טוץ מ—

טאטי וואס מיינט טוץ, א פאני ווארט.

— קשיות לייג אוועק צו פרעגן ביים סדר... וואס איז דאס געלעכטער, עזות פנים. ווען וועסטו זיך שוין אויסלערנען אז מ'האקט נישט אריין אינמיטן א טאטע רעדט.

— מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אנגעהויבן ברענגען ווערים פאר א טוץ מיט אנדערע פירות און ירקות אויך; מיט דער פארלאנג פאר ווערים איז אבער אויך די קאנקורענץ געשטיגן, און קיין סך געלט אין דעם תחום קען מען שוין נישט לייזן. דאס רופט זיך בעולם המסחר אז דער סופליי איז מער ווי דעם דימענד — ענק זענען נאך צו קליין דאס צו דארפן וויסן. איך בין מתפלל אז ענק זאלן קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט; די קעפ ענקערע זאלן ליגן בלויז אין תורה. פון די אלע שטותים וואקסט מען נישט אויס קיין תלמיד חכם.

— עמיצער, ליידער מזרע ישראל, לשון הרע צו זאגן ווער, ענק קענען אים, כהיום איז ער אן אויבן-אן איד, האט דעמאלט געהאט אריינגעטראגן א מסירה אויף אים אז ער פארקויפט סינטעטישע ווערים. כדי מ'זאל נישט ברויכן איבערפרעגן און אריינהאקן אינמיטן א טאטע רעדט — סינטעטיש מיינט נאכגעמאכט, פאלש. דער איד איז נעבעך אפגעזיצן אין חד גדיא פאר עטליכע יאר. אזוי גייט דאס, די תאוות הממון מקלקלת את השורה, מיר ברויכן זיך נעמען א מוסר השכל. פרנסה גיבט דער אייבערשטער, דער מענטש איז א גארנישט. השלך על ה' יהבך זאגט דוד המלך. און וואו מיינען ענק איז ער אנגעקומען -- איבער דעם גאנצן זומער זיצט ער אפ אין מאראקא איינער אליינס, ובכפות ידיו קלעבט ער ארויף די פיטמות אויף די אתרוגים.

שיעור פשוט האבן אונז געלערנט אין אלו מציאות.

— כ'וועל מיט דיר מוזן דאס איבערגיין שפעטער, יעצט איז שוין נישט דא קיין צייט. דערמאן מיך אויפ'ן וועג אהיים. עה קינדער, וואו לויפן ענק? כ'בעט נאכאמאל אז יעדער זאל געדענקען וואו ער לייגט אראפ זיין מאנטל. איך וויל נישט מ'זאל נאכאמאל דארפן זוכן.

— אוי הודו לה' כי טוב, כי לעולם חססססדו. נו, גיי נעם א סידור און הייב אן דאווענען. גענוג געשפילט. ביז ווען וועסטו בלייבן א בעבי? ביסט שוין א גרויס אינגל. ווערסט דאך שוין באלד בר-מצווה. נו, וואס חלומ'סטו, קוק מיך נישט ווי א האן אין דעם בני אדם. גיי נעם א סידור און הייב אן דאווענען. און דו אויך, שטעל דיך אויף און גיי נעמען א סידור. פארוואס ברויך איך יעדן קינד זאגן באזונדער, הא?

— אוי יאמרו גאולי ה'...

אין יענעם ווינקל, בצלעות השולחן האט דער פלאסטיק זיך א גליטש געטאן, און לא פחות ולא יותר, א שטיק טיש שטייט בגילוי ראש און קוקט גאט אין פנים אריין. שטייט דאך פון צדיקים אז טפח מגולה פון טישטעך איז כטפח מגולה... ר' קרעפל לאזט אלץ איבער אונטער זיך, און נעמט זיך יאגן איבער דעם היכל ווי א זויערער דיבוק וואס ווערט געטריבן דורך מקובלים, און די לעצטע האפענונג זיינע איז אז ער וועט כאטש אנטרעפן אזויפיל קליינע פינגער נאר מעגליך. די לאנגע רעזשוואולקע הייבט זיך פונעם געלויף און פאטשט אויף הינטערוויילעכץ; אויפ'ן זכרון שווימט באלד ארויף יענער סצענאר וואס די מלמדים האבן אנגעגעבן אויפ'ן ותתפשהו בבגדו.

פאר ר' קרעפל איז אבער נישט גענוג דאס אז בלויז ער זעלבסט טוט פארשטעלן מטורפ'דיגע טענץ להחזיר הפלאסטיקס על ישנם. ער נעמט זיך קאמאנדעווען און הייבט אן אריינשלעפן דעם גאנצן קהל אין דער עבודת הקודש פון גראד מאכן קרומע און פארקרומען גראדע. דא וועקט ער צעפליקטע נפשות וועלכע דרימלען איבער'ן טיש, אלץ ווייל די ידים זייערע האבן אוועקגערויבט א שטיקל טישטעך בשגגה; דארט נאעוועט ער צו דעם און יענעם, יעדער זאל כאפן און פארשטיין פון זיינע בייזע העוויות און קרענקליכע גרימאסן אז א כזית טישטעך האט זיך דאנעט געהויבן און דארט געגליטשט.

נו ר' קרעפל, מ'קען אייך אפשר צו שיקן צום עמוד? השמיעיני את קולך ערב, ווען וועט שוין דער שול נאכאמאל זוכה זיין צו הערן אייער זיס קעלעכל.

ר' קרעפל נעמט זיך קלאפן דאס שקעטעלע טאבאק אהער, אהין, ציט אריין מיט ביידע נאז לעכער, איז מכסה איין לעכל און שלעפט מיט רציחה פון אנדערן; טובל'ט דאס פינגער דערין, און רייבט אן דעם טאבאק אין נאז ס'זאל גיין פון די אויגן טרערן — נע! נישט דא קיינער וואס וויל צוגיין? חיים יואל האסטו שוין פראבירט? יעקב דוד וויל נישט? משה זרח איז נישט גרייט זיך צו לאזן הערן?

נו ר' קרעפל, אפשר דאך?

— שוין, א תבשיל שהקדיחתו מלח וויל איך דאך נישט זיין. דער אמת איז אז כ'בין אביסל הייזעריג היינט, א שאד. האלטסט כ'וועל קענען מיך ציקלען ביי ושמרו? שוין, זאל זיין. א טלית איז דא?

דער עולם זעצט זיך אויף די פלעצער, מ'איז דערשעפט פונעם מזמור אין וועלכן מ'האט צווישן אנדערע אויסגעשריגען די אומגעהייער-קאטאסטראפישע דערשיינונגען די שטימע פון גאט איז אלץ אומשטאנד אויף. דער שעפשעט אן אנא בכח, א צווייטער פארענדיגט א לשון הרע'לע וואס די גוערינ'יקעס האבן אים פריער נישט דערלאזט, און א דריטער טרעפט א מינוט צו שנייצן די נאז און דווקא אין א הייליג טאשטיכל וואס רביה"ק זצ"ל האט נאך גענוצט ביי דער תשי"ג כל-נדרי דרשה. ס'געדויערט נישט לאנג, און א שטילקייט צעטראגט זיך אין היכל. די אויגן פון ציבור הענגען אויפ'ן פאר'טלית'טן קאפ פון ר' קרעפל — די גענויע מעלאדיע אין וואס מ'וועט דעם וועכענטליכן לכה דודי אפשיקן צו די העכערע היכלים, ליגט אויסשליסלעך ביי אים.

— שוין, האב איך דאך געוואוסט אז דער וועט קיין קאנווענציאנעלן ניגון נישט אנהייבן — ציט עמיצער אויס די הענט איבער דעם קאפ, גענעצט און קלייבט זיך אריין אינעם שנים-מקרא-ואחד-תרגום, אויפ'ן זעלבן בלעטל וואו ער האט פריער איבערגעלאזט אן אשר-יצר פאפירל.

א האנטפול מתפללים פראבירן איטלעך ארויסצוהעלפן דעם איינגעזינקענעם לכה דודי. דער ברומט אונטער, האלב פון מויל, האלב ברוח אפו — גענוי וויאזוי דער ברום מישט זיך אויס מיט דער לופט איז לאו דווקא עפעס וואס דינט זיין אינטערעס. ס'נעמט אים נישט לאנג איינצוזען אז ער האט שוין דעם ניגון עטליכע מאל אריינגעפירט אין טערעטאריע וואס געהערט א רייע מיט אנדערע ניגונים. קיין סך קען ער אבער זיך נישט העלפן, ולטעמיה, כיוון שהתחיל לזמר שוב אינו חוזר. א צווייטער ווידער איז ביי דער מיינונג אז אויב זאל ער מיטזינגען בלויז מיט א האלבער סעקונדע אפגערוקט פון בעל תפילה, קען זיין חוש צו נגינה אויפכאפן דעם טאן. אזוי כאפט ער אריין צוויי פויגלען אין איין שאס. ראשית קלערט דער עולם אז ער קען אויך דעם ניגון; והשנית, ער לערנט זיך אויס דעם ניגון טאקע בו בזמן וואס דער ציבור קלערט אז ער קען דאס שוין.

דער לא תבשי וואקסט אריין אין שול — דער אנטוישטער עולם פאלט אבער צוריק צו די גיליונות. וויפיל כוח און טאלאנט דער לא תבשי זאל נישט האבן — קעגן אן אויבער-חכם שטייט אפילו ער מאכטלאז.

— נו קדיש, ווארט אויס א מינוט.

אמן!

דער עולם באפאלט ר' קרעפל'ן, מ'באדאנקט אים פאר דעם הערליכן דאווענען — אנגעבליך עפעס שלא מעלמא הדין, עפעס וואס דער מענטשליכער אויער האט נאך נישט איינגעזאפט זינט מ'האט אים אנגעקלעפט אויפ'ן גוף.

— שטילע שמונה-עשרה איז נאך געווען די שענסטע — ווארפט א גוטזאגער אריין א פארשטויבט ווערטל, און תוך כדי דיבור זאגט ער עפעס אזא למדני חוקיך — כ'האב נאר געמאכט א וויץ ר' קרעפל.

— כחכם יישר, זייער גערן — שמייכלט ר' קרעפל, און די קנעכלעך פון זיינע פינגער צעגייען זיך אין א ווילדער קראכעריי; איין מאל, נאכאמאל און א דריט מאל, אפשר דאך וועט מען עפעס קענען אויסקוועטשן — וואס איז אבער פשט אז קיינער האט נישט געקענט דעם ניגון, דאס איז דאך דער שלישקאווער כל מקדש. קיינמאל געהערט? א חידוש. ס'איז ביי מיר געווען ברור אז יעדער דא קען דעם ניגון. נאה! ר' געציל וואס איז אייער תירוץ, הא? איר וואלט דאך יא געברויכט קענען דעם ניגון. אייער טאטע פלעגט פארן אינדערהיים צום שלישקאווער, און אייער זיידע איז דאך אפגערעדט, ער פלעגט ממש זיין א נכנס ויוצא דארט. דאס האט ער מיר אליינס פארציילט. איי געוואלד! וואס איז געווארן פון אונז אידן.

— און לא תבשי, כ'מוז זאגן ס'מיר גאר געווען א גרעסערן חידוש. מתחילה האב איך געקלערט אנצוהייבן דעם קוברינער'ס בר יוחאי; הע, כ'זע מענדל שמייכלט. יע, די וואס פארשטייען צו נגינה ווייסן אז יענער ניגון איז ממש געגאסן פאר לא תבשי. שוין, אז כ'האב אבער געזען אז דעם שלישקאווער כל מקדש קען נישט דער עולם, האב איך דאך נישט געוואוסט מיט וועמען מ'גייט דא צום טיש. קיין סך צייט צו קלערן פון אן אנדערן ניגון האב איך דאך נישט געהאט, מילא בלית ברירה האב איך מחליט געווען אז כ'וועל אנהייבן עפעס וואס דער עולם קען — ווי יאקל שמואל פלעגט שטענדיג זאגן פאר אונז בחורים, 'אז מ'קען נישט קיין אלף בית שפרינגט מען נישט צו דער גמרא.' שוין, דערווייל זע איך אבער אז פון גאנצן סמעדריש האט איין זעליג נתן געוואוסט דערפון. ס'וויל זיך מיך נישט גלייבן דאס. ס'איז דאך דער באקאנטער פרעסעראווער מה יפית. ר' קעלבעלע פלעגט דאס דאך זינגען אויף איש חסיד יעדן מוצאי שבת ביי מלווה מלכה, און אין מילקשעיק האט מען דאס געזינגען אויף הנירות הללו. שוין, זעט זיך אויס כ'וועל קומענדיג מאל ברויכן אנפרעגן ביים עולם בעפאר. א שאד, הערליכע ניגונים, איינער בעסער פונעם צווייטן. דער עולם ברויך פשוט זיי קענען. שוין, מאי דהווה הווה. גוט שבת, גוט שבת.

— עה, האלא, כ'האב אינגאנצן פארגעסן צו פרעגן. ווען שטעלט מען זיך מארגן?

— ברכות אדער הודו?

— ס'וואלט שוין געמעגט ווען זיין א צעטל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר