פסח על שום שפסח הלחץ - פה סח 2

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

פסח על שום שפסח הלחץ - פה סח 2

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ס'איז שושן פורים אינעם קליין שול'כל אויף מיין גאס. מיין קאפ איז שוין ניכטער, אבער די מאגן דערציילט נאך מיינע עבירות פון נעכטן. כ'דאווען ביים ספרים שאנק מיט א יחץ מנין, ווען א דינער קול ציטערט אויף מיינע קישקעס: "פסח קומט! קיין חמץ אין ביהמ"ד, אפילו נישט אין פאליש!" דערקלערט אונזער סענז סטריט תלמיד, דער שמש הערשל.

הערשל איז א איד אין די מיטעלע זעכציגער יארן, וואס האט נאך געהערט שיעורים ביים רעבין, און נאך מוחה געווען אין די שווארץ-ווייסע בילדער. הערשל איז א איד וואס קיינער וויל נישט טרעטן אויף זיינע נערוון, ווייל זיי זענען געמאכט פון מינעס. הערשל קען אזוי שרייען, אז ס'טוט וויי דאס הארץ אז ער איז נישט קיין חזן געווארן. צוליב אן אומבאקאנטע סיבה גייט ער מיט א קוטשמע רוב פונעם לוח יאר, און רייניגט עס נאר איין מאל א יאר הארט פאר'ן סוף זמן שריפת חמץ.

פון זיינע קולות שפיר איך ווי איך בין נארוואס באגאסן געווארן מיט'ן אייז באקעט טשאלאנדזש. פסח! אוי, פסח! איך פרוביר ווערן נערוועז, אבער די אויסגעוועפטע אלקאהאל לאזט מיר נישט טאפן די רעאליטעט. דער עולם אבער ווערט נערוועז ווי ביי תפלת זכה. זיי פאקן צאם די רבינו תם'ס מיט'ן לוח הציבור, און יאגן אפ צו די גרויסע לחץ-פולע וועלט וואס שרייט: פסח איז דא!

פארקלאצט, רייס איך אראפ נאך א שטיקל פאום פונעם רחמנות צוריסענעם קאווע גלעזל, בעת מיינע אויגן לייענען די מאדנע קלאסיפיידס אינעם קול ברמה. צווישן די קאר וואש אונעם עקסטערמינעיטאר מייזל, זעה איך א עד אז מ'קען שוין ארדערן מצות און וויין פונעם היזיגן שמש. נישט קיין וואונדער ער האט שוין פסח פיבער, ס'איז ביזנעס פרעשור.

וואס דער שמש האט נישט געוואוסט איז, אז איך טראג ביי מיר א גאנצע בעג חמצ'דיגע משלוח מנות אויסצוטיילן פאר די אומגליקליכע חברה, וואס האבן נישט זוכה געווען צו באקומען בעצם יום הפורים. די פורים שני אידן וואס זענען געווען רחוקים ממקום. ווי א געניטער שפיאן האב איך באהאלטן דעם באמבע אונטערן וועסטל און גענוצט דעם ווייבער שול טיר צו מאכן פליטה.

איך שפאציר אין די גאסן אפטראגן די משלוח מנות, ווען איך זעה טראק נאך טראק אפלאדענען קאנטעינערס פארענט פון צענדליגע געשעפטן. טייל ווארטן נאך פאר זייער קאנטעינער, בעת מעטאלענע און פלעסטיק גארבידזש קענס האבן שלום געשלאסן צו פארהאלטן דאס הייליג פלאץ. דאס פלאץ וואו די עקסטערע פסח קאלעריען וועלן פארקירט ווערן, ביז די הונגעריגע קונים וועלן איר פארכאפן פאר שפאט טייערע פרייזן.

איך בלאנזשע אריין אין איינע פון די געשעפטן און עס טוט זיך א באלאגאן. מ'לייגט שוין אויס מצה אין די פסח סעקשאן. איך זעה שוין דארט שברים מצות. וויאזוי אין די וועלט האבן זיי שוין שברים מצות? די מצות זענען נארוואס ארויס פונעם אויוון און שוין צובראכן?! כ'זעה ס'איז אביסל ביליגער און ס'מאכט מיר טראכטן, "אז זיי האבן שברים פארוואס זאל נישט זיין צו באקומען אויך תרועה מצות, כ'וועל זיך גערן אנעסן מיט די פיצעלע שטיקלעך אויב וועל איך שפארן נאך אפאר גרייצער. מיין ווייב וועט לייענען די ביליגע רעסיט ווי א ליבע בריוו און אפראטעווען מיין וואקל'דיגן שלום בית".

איך דריי מיר אזוי אויף די גאסן, ווי א בחור די ערשטע בין הזמנים טאג ארויס פון שטייג. וואס? נאך קאנטעינארס? ניין, דאס זענען שמות טראקס. צווישן די קאנטעינארס, די שמות טראקס און קארנס בעקעריי פארקינג לאט, בלייבט אפשר פלאץ פאר א בייסיקעל מיט אפגעבראכענע הענטלען.

דער עולם דרייווט שוין ארום נערוועז און די פייפעריי טרעפן מיינע נערווען טאבלעטן אומווירקזאם. ברויך מען רופן דעם פסיכיאטער פאר א חודש ניסן דאזע.

אזוי בלאנזשענדיג בין איך מחליט, ניין! כ'גיי היי יאר נישט ווערן מיטגעשלעפט מיט די נערוועזע מאסן. קענסט מיר זאגן ס'קומט פסח, קענסט מיר זאגן מ'דארף שטויבן ספרים, קענסט אפילו זאגן אז כ'דארף אויספאקן די גאנצע גאראדזש און אויסשאקלען די נוי סוכה, ס'גייט מיר נישט אן! איך לייג מיך אריין אין א רואיגקייט קאומא און זאלן די מזלות שרייען פסח איז דא, אבער ס'נישט אמת. פסח הייבט זיך אן אויפן אידישן קאלענדער דעם פופצנ'טן אין ניסן און מ'קען ווערן נערוועז אפאר טאג פאר דעם. איך קען נאך לעבן אינעם פורים שטימונג ביז קורץ בעפאר יו"ט!

כ'קום אהיים און איך דערקלער צו מיין ווייב אז דאס איז עס. רעד נישט צו מיר איבער פסח ביז פינף טאג פאר'ן סדר! וואס???! פרעגט זי, וואסי געשעהן? איך דארף א גוי'טע, א נייע בעזים, מ'דארף א נייע פריזשידער, נאך פעמפערס, וואו גייט מען אויף יו"ט? וואס טוט זיך מיט מצות? מיין מאמע וויל וויסן אויב דו קענסט העלפן מיט די ספרים....

פאוואליע!... שריי איך איר איבער נערוועזערהייט, היי יאר גייט מען נישט זיין נערוועז! היי יאר, דערקלער איך מיט כעס, גייט מען נישט זיין בכעס!! ס'קומען נייע צייטן אין אונזער פאמיליע! מ'גייט זיין רואיג און פרייליך ביז'ן זמן!

איך פראל אויף די טיר פון מיין שלאף צימער און דייוו אריין אין בעט מיט כח, אזש די ספרינגס האבן געהירזשעוועט פאר ווייטאג. איך לעש אויס דעם פאן, צינד אן די שלאף מאשין און הנה, אהההה.

קוים וואס איך דערגרייך שינת הסוס, און מ'האקט שוין אויפן טיר. די זשאנדארן זענען געקומען נאכן טאטן.. אוי געוואלד! איך קלער צו נוצן מיין גרויסע קלאזעט פאר א בונקער, אבער בום! די טיר קראכט אויף, די שלאס פליט ווי א טארפידא, און די גאנצע פאמיליע שטייט ארום מיין בעט ווי מ'זאל זיך גרייטן פאר פסוקי יחוד.

"טאטי, כ'דארף א נייע סוט!" דערקלערט מיין בכור. דער קליינער האט אנדערע הדרכות, "טאטי, מאמי האט דעזאגט דו זאלסט מיך נעמען צו דע פארק". "טאטא" קריכט מיין בעבי ארויף אויף מיר דורכ'ן ניצן מיינע פיס פינגער פאר א לייטער, בעת מיין ווייב שמייכעלט זיגרייך פון די לאכעדיגע בילד.

כ'בעט מיר ביי זיי מ'זאל עס אפשטופן לכה"פ ביז ראש חודש למען ה'רואיגקייט און מיר לאזן שלאפן. מיט טרויער פארלאזן זיי מיין צימער מיט א אינערליכע החלטה אז נעקסטע וואך הייבט מען אן פייניגן פון פריש.

א וואך גייט פארביי, און מ'דרייט שוין דעם קאפ ווייטער. כ'קען שוין מער נישט אפזאגן די טענות פון די גאנצע פאמיליע. גיימער דעמאלס נאר טוהן די שאפינג יעצט, ח"ו רייניגן פאר פסח. כ'טוה מיך אן, ווען די קינדער הענגען פון אלע זייטן ווי מאנקיס, און מ'גייט ארלעדיגן ווי א צדיק'ל די ריזיגע ליסט וואס מיין ווייב האט אזוי שיין געטריי איינגעפאקט מיט א טונא סענדוויטש.

פאפ! הערט מען פון די סיענעס, פיפ! פון די קרייסלערס און פאפאפא! פון די SUV'ס מיט די גרויסע אחוריים. ס'טוט זיך א באלאגאן ווי ביי יציאת מצרים, בעת ס'נאס ווי ביי קריעת ים סוף. א פרילינג רעגן וואשט אפ די גאסן פון כל מיני חרד'ישע פראפעגאנדע פון נייע סידיס מיט די זינגער'ס פארגרעסערטע נאז הארעלעך, ביז די נעכטיגע טישוס דו האסט ארויסגעווארפן פון פענסטער נאכן מאכן זיכער אז קיינער קוקט נישט. מיין בלוט דרוק האט שוין נישט וואס צו דרוקן ווען בנס טרעף איך פארקינג ביי א פאמפ. איך טרעט ארויס פון אויטא גראד מיט די סניקערס (כ'האב באקומען א היתר פון 6 חדשים, ווייל כ'האב פיס ווייטאג) אריין אין וואסער וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שפאלטן.

מיט די נאסע זאקן גיי איך ארלעדיגן וואס מ'האט אויף מיר באצווינגען, בעת די שטערן און די נאז קאלאבארירן מיר צו דערטרענקען פון שווייס. אין איין הענט די סעלפאן, און אין די אנדערע די הויזן וואס האלט גאר נאנט ביים זיך אונטערגעבן צום כח המושך. באמת וואלט איך שוין לאנג געדארפט קויפן הויזן טראגער, אבער איך קויף עס נישט פאר צוויי סיבות, קודם וויל איך נישט אפיציעל אריינגיין אין די קאטעגאריע פון פעשליכע נישט מיר געדאכט, והשנית זאגט מען אז א ציפ פון א פעלערהאפטיגע טראגער קען זיין פאטאל.

מיין גאנצע רואיגקייט פלאן איז צופאלן ווי א איסור אויף "דער שטערן". איך זעה מיך מיטאמאל איינגעשלינגען אין א וועלט ווי מ'ארבייט ווי א קנעכט, וואס בלייבט אן קיין כח צום חירות. הזאת חג הפסח? איך בין נאכאמאל מחליט אז ווייטער גיי איך מיך נישט אזוי צועסן דאס געזונט מיט די הכנות.

מ'האלט שוין אין די וואך פון פסח, און מ'האלט נאך נישט אין ערגעץ. מיינע קינדער בעטן זיך, טאטי! ווען גייט מען פסח'דיג מאכן? "טאטי", קוקט מיין קליינע שטרענג אויף מיר, "מיין טיטשער האט געזאגט מ'טאר נישט אריינברענגען חמץ!".

איך זעץ אוועק די משפחה ארום די טיש און לייג אויס די פלאן פאר די וואך: היינט זונטאג וועט יעדער פסח'דיג מאכן זיין צימער און מארגן מאנטאג און דינסטאג וועט מען רופן הילף צו טון די קאך. דינסטאג נאכט וועט מען נעמען א בעבי סיטטער און טאטי און מאמי וועלן איינקויפן אלעס פאר פסח און כשר'ן. מיטוואך און דאנערשטאג וועט מען קאכן. פרייטאג ערב פסח אינדערפרי וועט מען אויפרוימען די קאר און די חצר, און 12 אזייגער פרייטאג גייט מען אויף א אויספלוג צו באבי זיידי און די מצה בעקעריי.

מיט שטוינונג קלאצן אויף מיר אויגן פון אלע סייזעס. וואס! אין אפאר טעג אלעס? די ווייב טענה'ט אז מ'וועט זיין אזוי אויסגעמוטשעט פון טוען אלעס אין איין וואך, אז היי יאר וועט נישט די ערשטע קשיא זיין "טאטע לעבן פארוואס שלאפסטו, מ'האלט נאך פאר מגיד", ס'וועט זיין "טאטע לעבן פארוואס שלאפסטו שוין ביי ורחץ".

[center]* * *[/center]

ס'איז ליל פסח אין די גאסן פון שטאט. א פרילינג ווינטל בלאזט די פריש געמאכטע פיאה'לעך פון די קינדער וואס באגלייטן אהיים דעם טאטן פון שוהל. א אויסגעגאסענע חירות שיינט אראפ פון די גלאנציגע פנימ'ער. ליל התקדש חג.. שאקלען זיך די ביימער, ווי זיי וואלטן מסכים געווען צו מיינע געדאנקען.

כ'בין טאקע זייער ערשעפט פון די הכנות החג, אבער די געפיהל פון רואיגקייט נעמט איבער אלע מיינע גלידער. די הערליך געדעקטע טיש ענטפאנגט מיר ווי א קעניג אינעם ערשטן טאג פון זיין מלוכה. אט דארט שטייט מיין טייערע ווייב, ווען איר פנים שיינט פון פרייד אז דער דערהויבענעם יום טוב איז שוין ענדליך דא.

אויפגעלייגטערהייט גרייטן מיר זיך צו מאכן קידוש, ווען מיינע געדאנקען גייען צוריק איבער מיינע רואיגקייט פראקלעמאציעס עטליכע וואכן צוריק...

כ'האב געהאט גרויסע פלענער צו שפירן רואיג, אבער כ'האב איר באקומען פונקט אין די זעלבע צייט ווי פאריאר, נישט קיין סעקונדע פריער. ווען דער זמן שלאגט דעם זייגער, איז דער מנוחה אנגעקומען. פרייהייט באקומט מען נישט אן ארבייט, פרייהייט דארף מען פארדינען. מיין בליק אויף די הכנה טעג זענען אומריכטיג, זיי זענען נישט קיין טעג פון לחץ, זיי זענען טעג פון הכנה צו מנוחה, שמחה און פרייהייט.

אלזא ברודער, די הכנות צו יום טוב זענען נישט קיין טעג פון פרעשור, זיי זענען הכנות אז מ'זאל פארדינען דעם מנוחה און חירות, וואס נאר אזא לעכטיג יום טוב קען מיט זיך ברענגען.

ווען א מענטש גרייט זיך צו א זאך וואס ברענגט הנאה, הייבט זיך אן די הנאה נאך אינמיטן די הכנה. ווען ער ווייסט אז זיין ציהל איז לעכטיג, שפירט ער שוין יעצט רואיג און פרייליך, און פרעשור האט נישט קיין אחיזה.

פסח, על שום שפסח הלחץ. לאמיר זיך גרייטן צום יו"ט מיט שמחה, און איבערהיפן די מהלך המחשבה אז ס'איז א לחץ. לאמיר נוצן די טעג אלץ א פרייליכע הכנה צו א רואיגע יום טוב!
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר