זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ארי נוהם »

מיר שטייען יעצט באמצע ימי המועד, אונזער "פרייהייטס יום טוב", חג הפסח.

אין דעם יום טוב זענען מיר ארויס פון גלות מצרים, פון שעבוד מצרים, און מיר זענען געווארן א באפרייטע פאלק, אן אומה פאר זיך, גאר דער עם הנבחר, די פאלק וואס איז א גוי קדוש, ארויס פון עבדות אנשים צו ווערן עובדי אל אחד, ווען די תורה איז אונזער וועג ווייזער, צו דינען דעם אלמעכטיגן גאט.

א פייג.

מיר זענען אין גלות. נישט גלות אדום, נישט גלות אמעריקא, נישט גלות הנפש. נאר ווי מאנכע וועלן עס רופן גלות ראבינאוויטש, גלות צימערמאנס, אדער מער א כלליותדיגע נאמען, אבער א גלות שבתוך הגלות, די ערגסטע גלות, א גלות פון אידן ביי אידן.


באפרייטע פאלק? דו מאכסט מיר לאכן. די שעבודים וואס די חסידישע לעבנשטייגער טראגט מיט זיך, איז איבער די מאס, קוים מעגליך איבערצוטראגן. א געמישעכץ פון גלות הנפש, גלות הגוף, און גלות הנשמה. חירות? א חרס! חירות? סירוח!

עם הנבחר? איך לאך שוין נישט. א באנדע פוסטע יונגען, וואס וואקסן אויף מיט האס אויפן גאנצן וועלט, און מיט האס אויף אלעס וואס מען האט זיי געלערנט אין די יוגנט. ליידיגע שטרוי זעק, אנגעפיקעוועט מיט טיפשות, אמעראצעס וועלטליך ווי תורהדיג, און אן אומבאלאנצירטע הרגשה פון אתה בחרתנו. א פלא די וועלט אנערקענט עס נישט.

ארויס פון עבדות אנשים? איך וויין שוין. וואו נאך דינט מען מענטשן, גראבע יונגען, פולע בייכער וואס לעבן אויף קהלס געלט, ווי ביי אונז חסידים? מיר געטשקען זיי, מיר פארגעטערן "עץ ואבן", עץ ואבן נישט נאר אין יכולת צו העלפן, נישט נאר אין שלעכטע געלט/כבוד גייציגע פארשוינען מיט אייז קאלטע געפילן, נאר עץ ואבן - פוסטע ליידיגע חברה. קיין תוכן, קיין קריעיטיוויטי, גארנישט. א דומם, א שטיק עץ ואבן.

און דאס ערגסטע? "מעשי ידי אדם", מיר האבן זעלבסט באשאפן די מאנסטערס. "כל העולם כולו" חרדו ממך, אונזערס א יצירה. אונז שטיצן דאס נאכאלץ, ווען נישט וואלט דאס אריין אין שאנדפולן היסטאריע צוזאמען מיט די שבתאים. לעמפעלעך, אוי לעמפעלעך, קראצמעך וואו ביזטו? פארשטעק דיך פאר די נייע פיל געלונגערע סענטע קלאוס, די רביס מיט בליצערלעך אויף די קארס, נישט נאר תחילת השנה, נאר יעדע רייזע הנקרא מסע הקודש פון דא ביז צען מינוט אוועק. וואס הייסט? דער רביס אחור קדימ'ט. בריטישע קעניגרייך, דיין קרוין מוזיאום פארשטעקט זיך פאר אונזער גרויסצוגוגע כח פון באשאפן תשית לראשו עטרת פז'ען פאר אלע שטריק וואס מאכן חתונה.

איינער געדענקט נאך עפעס עבדות השם? מיר דינען שוין דעם עגל, דעם קאלב. אבער א קאלב, נישט אפילו א קוה, סתם א קעלבל מיט שכל פון א קאלב אבער מעקעט אוועק. כי זה האיש משה, ווער איז דאס בכלל?

די תורה אונזער וועגווייזער? אלטע מאסעס. היינט האבן מיר אנגעפאשעטע בייכער, ריפסענע שיפע אחורס, גאלדענע שטעקענס, זילבענע בעקישעס, ברייטע הוטן, און קאצן גלעזער, וואס טיילן אונז איין וויאזוי צו האלטן די וועג. איר פרעגט וועלכע וועג? די אויסגעטרעטענע וועג פון תקנות הקהילה, מוסדות צעטלעך, פראפעגאנדע צייטונגען, און ליתר שאת - א טוץ ראבינאוויטשעס למיניהם וואס העלפן ארויס כל הקהילות צוצולייגן נאך תורות פאר אונזער וועגווייזערקייט.

האט דאך שוין דער דברי יואל געזאגט, אז גלות ביי אידן איז די שווערסטע גלות.

=========

גיימער כאלעמויד האלטן? געבאהער די שטריימל.

אוי, שטריימל שטריימל, וואס ביזטו אזא שוואנץ? וואס האסטו זיך באזעצט אויף מיין קאפ? סתם זיצן און פארשפרייטן דעם אנגענעמען ריח פון פארשטינקענעם האר? פארוואס דארף איך דעם דריי פיר טויזנט דאלערדיגן סרוח אויפן קאפ? צו וואס דאגה'ן ביי יעדן רעגן אז יעצט מאכן זיי א תל פונעם שפיצן קרוינען גרוילען שטריימל, וואס פארשפרייט א ריח הניחוח יעדעס מאל פון פריש, ווי אויף צו דערמאנען דעם לאן אתה הולך, כאפנדיג אז א בעל חי וואס איז שוין טויט ליגט אויף מיין קאפ. פארוואס טראגן דעם שווערן טאן וחצי אויפן קאפ? פארוואס טראגן דעם מאדנעם שוואנץ אויפן קאפ? פארוואס טראגן א פנים ווי א שוואנץ, מיטן שוואנץ אויפן קאפ?

די שטריימל דערמאנט מיך פון איר פריערדיגן בעל הבית, דער ביבער. ווי דער ביבער גייט וויינעדיג אריין אין נעץ, לייג איך ארויף דעם ביבער אויפן קאפ אלס זכר לביבער כן עשה ביבער בזמן שהיה קיים. געטון אזא נארישקייט אלץ צוליב זיין אוממעגליכקייט פון גיין קעגן דעם שטראם. טאקע דערפאר טראגן מיר דעם שטיק האר, דעם שוואנציש שטריימל אויפן קאפ, זכר לביבער.

פוי, א מין עקל. איך מוז טראגן אזא חיה וואס איך זע נישט איר שיינקייט, וואס די גוי זעט נאר א צודרייטקייט אין דעם, אויפן קאפ? מ'געט דאס נאך א נאמען מסורה, אל תיטוש תורת אמך? נאר וויבאלד חסידות איז געבוירן אין די רוסישע פרעסטן, דארט ווי מהאט זיך אנגעפעלצט מיט א פארעווע מיט האריגס אויפן קאפ זיך צו האלטן ווארים, דארפן מיר דאס נאכטאנצן אין אמעריקע? שכל אין כוויל נישט זאגן וואו.

ביסט דעך גארנישט בעסער פונעם סקווערן בהעימי וואס גייט שטיוול וויבאלד זיין עלטער זיידע האט געהאט א פראבלעם זיך צו ספראווען מיט די רוסישע ווינטערס קריכנדיג אין די מאראסט אן שטיוול. חסידות איז טאקע פון רוסלאנד, מעזביש און מעזריטש, טשערנאביל און רושין, און דארט האט מען געטראגן דעם דעמאלסדיגן קוטשמא הנקרא בלשונינו שטריימל. יעצט זעמיר דומד פארעווער ענד עווער?

אבער ביי חסידים ווי ביי חסידים, טוישט מען די בילדער פון די אבות, שבטים, כלל ישראל במשך הדורות. יעדער איז געגאנגען מיטן שטריימל קאלפיק. חסידישע אידן זענען געוואוינט צו טוישן היסטאריע, ווייל זיי טוישן דאס טאג טעגליך, דינענדיג געטשקעס מיט וועם זיי האבן זעלבסט ארומגעלאכט פינף יאר פריער. אבער פארוואס קען מען נישט לאזן די פריערדיגע לעבן? א פחד אז אויב דער רמב"ם וועט טראגן א טורבאן, און יעקב א שמאטע אויפן קאפ, וועט מען זען אז אזוי קען מען אויך זיין א ציס"ע בוצ"ק חו"פ כקש"ת רשכבה"ג רביה"ק?!

==========

שווארצע בעקישע/לאנגע רעקל, דו מאכסט מיר קאשמארן. דו ענדלסט אממערסטנס אין גלח'ישע קליידער, טאקע פון די אנטיסעמיטישע גריכיש ארטאדאקסישע קירכע. זיי טראגן טאקע ענדליכע הויכע הוטן. על כל פנים ופנים, עס טראגט קיין פנים. א מין אנשיקעניש, א מין אנשטיקעניש, א מין אנשטינקעניש.

לאנג ווי די גלות, שוויציג און שמוציג, קלעבעדיג און אומבאלומפערט, מסורבל פון אלע זייטן, און קאסט נאך אפאר מאות. אבער פארוואס למען ה'? איך שפיר דאך יא אז כפארמאג עפעס טעיסט. מיין טעם איז א שיינע קורצע סוט כמנהג אחינו בני ליטא, אפשר א נעקטיי אויך, נו, מקען מפשר זיין, אבער אזא בריה משונה ווי א לאנגע זיידענע בעקישע? דערוואגן זאלסטו נאר משנה צו זיין, טאנצן וועלן זיי, טאנצן אויף דיר וועלן די חסידישע אויסגעצייכנטע אידן, סיסמאות שפראצן און שפריצן, כל המשנה ידו על התחתונה, אסור לשנות כקוצו של יו"ד, חדש אסור מן התורה, אל תיטוש תורת אמך, זיי נישט קיין באם/קלוגער פון דיין טאטע.

אמער, אונז חסידים זאלן זיין די לעצטע צו פראקלאמירן אזאלכע טענות, ווען מיר זענען געווען די ערשטע צו אינפארסירן די פארקערטע. נאכנישט געווען קיין מהלך וואס זאל אזויפיל טרעטן אויף כל היקר והקדוש והמוסכם פון בעפאר, ווי חסידות. אראפווארפנדיג כח הקהילה, כח הרב, דיני שולחן ערוך, אייגענע דינים וחומרות, טוישן נוסח התפילה, און וואס נישט. דער אל תיטושניק האט געהאט אן עלטער עלטער זיידע וואס האט אנגעשייגעצט זיין זון מיט די זעלבע ווערטער "אל תיטוש", און דער זון האט געלאכט אין די פויסטן לויפנדיג צום נייעם בריאה הנקרא חסידות. זיין אור אור אייניקל נוצט די זעלבע ווערטער, אויב מוויל עטוואס אפנויגן פון חסידות. נישט פנימיות, נאר זאגאר די גרויל שבחסידות הנקרא בעקיטשע און שטריימל.

אבער חוץ מזה, וואס איז שוין די בעקישע? א לבוש וואס איז געווען אין מאדע צוויי הונדערט יאר צוריק. פינף הונדערט יאר צוריק איז עפעס אנדערש געועון אין די מאדע, מהאט כסדר געטוישט לפי המאדע, טאקע פאראידישט אבער פארט מאדע. אבער חסידות האט מקדש געווען די מאדע וואס איז דעמאלס געווען אין סטייל, ואנו עוונותיהם אכלנו. מיר זענען סטאק פארעווער ענד עווער מיט די אלטמאדישע בגדים וואס קלעבן ווי ארבעס צום געדערים.

וואס וויל איך דען? זיין א באם? הס מלהזכיר. איך וויל אויסזען מענטשליך, איך וויל מענג זיין דעם שבת, א שמחת יום טוב אויסזעענדיג ווי אן אנשטענדיגע מענטש אנשטאט א חזיר אראפגעקומען פון גאליציאנע דארף דריי הונדערט יאר צוריק. אבער גיי אין בוידעם, חדש אסור מן התורה.

קומט דער פרעמישלאנער זאגן אז יצחק איז שוין געגאנגען מיטן קאלפיק בעקישע. אבער געוואלד, עשיו איז אויך געגאנגען מיט א גאלדענע בעקישע, דתן ואבירם זענען געגאנגען זיידענע בעקישעס, קרח איז געגאנגען מיטן געבלימטן קאפטן, דאס איז דאך אן ערום ועריהדיגן לבוש, יעדע נבל שלא ברשות התורה גייט דאך דערמיט, ממצרים ועד הנה. אונטערן גאלדענע בעקישע ליגט א גאלדענע עגל הזהב, די גאלדענע בלומעלעך פארדעקן די ערוה שבלב, דער בור ריק שאין בו מים של תורה אלא נחשים ועקרבים יש בו. אפשר מאכן אן עק צום שאנדפולן לבוש, און גיין אנגעטון ווי א מענטש וואס שטאלצירט אויסצוזען נארמאל, לכבוד השבת ולכבוד השם?

אבער ניין, אום גאטס ווילן בלייב מיטן שוואנץ אויפן קאפ, און מסורבל'דיגן לייוונט אויפן לייב.

=============

לאנגע פיאות, צושטויבעלטע בארד. פארוואס האבן פונקט מיר דערווישט א דוחק פשט אין זוהר צו טרעפן א חיוב מיתה אויפן פליקן בארד? אוי, דאס איז דאך דער זעלבער זוהר וואס געבט א ים מיט סיגופים פארן פגם פון רעדן איין מאל לשון הרע, לידיעת אנ"ש חסידים וואס זענען אויסגעצייכנט אין נישט רעדן קיין לשון הרע ח"ו. טאקע מיר האבן געכאפט די הייליגקייט פון לאנגע פיאות, וואס די תימנים באצייכענען אלס סימנים, נו סימן לישראל גומלי חסידים, און די חסידים מוזן גיסן די סימנים צו ווייזן אז פרומקייט בפרט ווען סקומט געמישט מיט עקל, איז מער ווי וועלקאמען בחצרותינו.

דארף איך ווערן א ליובאוויטשער, מיט די שמוציגע ארבע כנפות ארויספלאטערן פונעם צופלאשעטען העמד, כדי צו קענען טראגן קוים מערקבארע פיאות איבערן בארד וואס איז חצי באדעקט מיט רוסקי סטיל שנאצען? פאר א גרין קדחת, קען איך נישט פשוט אויסזען נארמאל, אן באצייכנט ווערן אלץ באם אדער גאר מעבר לים - ליטוואק בלע"ז.

ליפא שרייט בארד בארד וואו איז די איד. לייב שרייט בארד בארד וואו איז דיין שכל. בהמות, ווי ציגן מיט בערד, קוועקן די זעלבע מעע, און שפרינגען - אויך ווי ציגן - אויף די גדרים הנקראים פארענטשעס. אבער דאס בארד און פיאות, ח"ו נישט אנרירן. אניש ביזטו א קילע קל, ענדערש זיי א חמור שבמחמירים.

אבער פארוואס? איך וויל מקיים זיין אלע מצוות דאורייתא ודרבנן, אן די שעבוד פון חסידישע אומערצויגענע הלכות, גיי טרעף יעצט אן אנשטאלט פאר אזא מענטש. ניין, איך בין נישט קיין באם. איך בין להדיא אן ערנסטער מענטש וואס דאווענט בהתלהבות, אבער איר שייכות מיטן לאנגן בארד און פיאות, שטריימל און בעקישע, האב איך נאכנישט געכאפט. איך מוז גיין מיט די לאנגע לאקן, טאף לאק.

גאטיניו, פארוואס דארף איך דעם שוואנץ אויפן קאפ, דעם מסורבלדיגן לייוונט אויפן לייב, דעם הענגעדיגן לאק פונעם קאפ, און דעם האריגן זו אויפן פרצוף מיינעם?

==============

מיין רשימה איז נאר געווען א פיצי ביישפיל, פון די פאלגענדע רשימה וואס איז אויך נאר א פיצי רשימה:
ארויסגיין אין גאס מיטן הוט און רעקל, און היצן און אין קעלט.
דעם שטריימל אויפן קאפ ביים סעודה, אין היץ ווי אין ווינטער.
פארן מיט א בייק? ביז משוגע? ביזט מיר געווארן קאאל?
ווייב'תי יונתי, נאר אין וואשינגטאן קענסטו דרייוון.
א סמארטפאן און ביהמ"ד? חס ושלום.
טייערע ווייבל, אייגענע האר. אקעי, כהאב אפילו נישט מציע געווען.
וואס? דו לערנסט אורות הקודש? איך פארשטיי שוין אלעס!
גארטל נאך מקוה. אניש, איז די ברעטל פארן לשון הרע דערציילער אין מקוה בור.
די שייטל איז צו לאנג, דיין קינד: לא נתקבל!
מזעט דיך לעצטנס נישט ביים רבינס טיש, ביזט מיר געווארן אויפגעקלערט?
הייסט אן דיאדערענט אונטערן ארעם איז נישט גענוג, פאר וועם זיך פוצן?
און די ליסטע גייט ווייטער נאכאנאנד.

דאס אלעס איז נאר פון חיצוניותדיגע פראבלעמען פון חסידות וואס שטייען יעדן אין וועג, איך רעד שוין נישט פון שיטות נאר פון פשוט'ע נארישע חצוניות וואס האט קיין בארעכטיגונג, אבער פולע כח צו שטויסן און בריקן יעדן אין וועג.


אבער לא אלמן ישראל, פאר די אלע נייע חוקים ומשפטים בל ידעום, האבן מיר כאטש באוויזן ארויסצוקאטן א שטיק שולחן ערוך בכל מיני המקצועות, אזוי אז מיר געינען כאטש עפעס פון חסידות.
מיר האבן לכתחילה מעביר געווען דעם סוף זמן תפילה.
בדיעבד קען מען מעביר זיין חצות ביז א האלבע שעה דערנאך.
תחנון יעדע שני וחמישי איז א חיוב מבטל צו זיין, צוליב א בדיל ויעבורדיגן יארצייט.
חדש אסור מן התורה איז גוט פאר א סעיאינג. אין פאקט, איז חדש מותר פאר חסידים בלבד, ווער ווייסט פון קמח ישן.
מבטל זיין לימוד התורה פארן חתונה אין רבינס הויף, איז זאגאר א מצוה.
ווער רעדט פון עוקר זיין די תורה אליינס פארן רבינס אינטערעסן, מיום היווסדה איז איסור מחלוקות, לשון הרע, אונאה, און נאך א טוץ דינים, קיינמאל געווען נוגע ווען סהאט זיך אנגעשטויסן אין הייליגן רבינס אינטערעסן.

ווייל חסידות האט אלץ געהאט א כח צו דרייען מיט דינים פון שולחן ערוך וואס שטייען בפירוש אין תורה, אבער נישט מיט די צוגעלייגטע דינים פון שטריימל בעקישע ודומיהם, וואס זענען אומבארירבאר.

ווייל עס שטייט נישט אין די תורה - - -
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 60 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר