ולא יכלו להתמהמה (פסח II)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל

ולא יכלו להתמהמה (פסח II)

שליחה דורך שלום שטיסל »

יעדער איינער וואס פארברענגט אביסל אין בית מדרש האט זיך שוין זיכער באגעגנט מיט די אומעטיגע נערוועזע אידן וואס וואלטן גענומען א ביקס און אויסגע'הרג'עט אלע קינדער וואס שטערן אים צוצוקומען צום סינק אדער צו די קאווע, און אוודאי דער שמש וואס קען זיך קיינמאל נישט צושטעלן מיט צושיקן בעלי תפלות אין צייט, און ווער רעדט נאך פונעם בעל קורא וואס מוז אייביג מאכן טעותים ביים ליינען און פאראורזאכט א אומזיסטע אריינשרייעריי וואס פארשטייטערט דעם גאנצן ליינען, און וואלט נישט אויסגעלאזט דער בעל תפלה וואס מוז אייביג אויסלאזן קדושה אנגעהויבן פון נקדישך און קען נישט דעם שארטקאט אנצוהייבן פון ככתוב.

ער געדענקט פונקטליך די זמנים וואס ווערן נישט געהאלטן פונקטליך, ער געדענקט נאך אז אין די לעצטע דריי יאר האט מען אנגעהויבן דעם צווייטן טאג פסח צופרי שחרית מיט א האלבע שעה שפעט, און א' סליחות האט מען סתם געלאזט דעם עולם הענגען א עקסטערע פופצן מינוט. ער ווייסט שוין צו קומען שפעטער און אויסשפילן די וואס ווילן אים דווקא מאכן ווארטן.

דער איד האט שוין פארקויפט דעם חמץ צוויי וואכן בעפאר פסח, ער האט אויסגעמיטן צו ווארטן אין די ליין צעהן מינוט ווייל ער איז אנגעקומען צוויי שעה פריער און אויטאמאטיש געווען דער ערשטער. ערב פסח איז ער אין א דילעמא פון זיין דער ערשטער ביים שערער אדער אין מצה בעקעריי, און טאקע דערפאר האט ער זיך געשוירן ערב שבת הגדול.

ער קומט אן צו איעדער חתונה דער סאמע ערשטער, נאך בעפאר די מחותנים. און ווי נאר דער מחותן באווייזט זיך אין זאל נאך האלב צעמישט האט ער אים שוין א גאנצע דרשה אחוץ אז ער איז אויך א דריטער קאזין מיטן מחותן ווארט ער שוין דא א האלבע שעה, און מוז שוין וויסן ווער דער גראמער איז און צי ער גייט ציען לאנג, און לאזט נישט אויס די שאר ירקות ווי צי ס'גייט זיין א באס אהיים און וואו ס'גייט אלץ סטאפן.

אז איר דרייווט, האט איר שוין באגעגנט דער וואס נעמט נישט אראפ די האנט פונעם פייפער און קולות'ט ארום אז די טויטע וועקן זיך אויף, ער פייפט צום אומבאהאלפענעם באס דרייווער און יו.פי.עס. טראק וואס הערן ניטאמאל זיינע קולות און גייען אן מיט זייערס כאילו דער עקזיסטירט נישט.

דערוואגן זאל זיך איינער צו פארקלאצן ביי א רויט לייט ווען ס'האלט אינמיטן ווערן גרין. דער וועט פארווארפן ווערן פון ביידע וועלטן, ער האלט שוין אנגעשפיצט זיינע אויגן אויף די לייטס וואס טוישן זיך אויף די אנדערע זייט גאס, און ווי נאר דער געלער לעמפל שיקט זיינע שטראלן שארן זיך צו זיינע פינגערס צום פייפער גרייט על כל צרה שלא תבוא לדורון תפלה ומלחמה... אך און וויי אז איימיצער וועט אים ווייזן אז ער זאל בארואיגן, ער וועט יענעם נאכפארן דעם גאנצן וועג און פייפן אז די גאנצער גאס וועט ווארפן פאר פחד. געבענטשט גאט אז ער האט נישט קיין מעסער אויף זיך. דער גראסערי מאן ציטערט פון אים אימת מוות, אויב עפעס ליגט נישט אינעם געווענליכן פלאץ וועט גיין קולות. ווי אויך איז ער דער איינציגסטער וואס שטייט ביים עקספרעס לעין מיט צוויי פולע וועגענער.

דאס איז א קרענק פון וואס יעדער פון אונז ליידט זיך אן. טייל ליידן פון דעם קרענק דירעקט, אנדערע זענען סעקאנד-הענד ליידענדיג פון די מענטשן וואס ליידן דערפון. די קרענק האט קנאפ צו טאן מיט מלחמה-געליטענע אדער שטרענגע מלמדים. גאר א צווייטער פאקטאר נעמט דא קרעדיט, די אלע מענטשן יעדער האט זיך זיין דרך און לעוועל אין נערוועזיטעט, אבער הצד השוה שבהן אז דאס איז א מחלה וואס איר טערמין אין די מעדיצינישער וועלט ווערט אנגערופן hurry sickness אדער rush syndrome. דאס זענען אזעלכע סארט מענטשן וואס יאגן זיך אן א סיבה, גארנישט טרייבט זיי חוץ זיי אליין, זיי אונטערטעניגן זיך אונטער זיך זעלבסט, זיי טרייבן זיך מיט אכזריות און ווילן זיך כסדר זעהן נאכדעם. איר פרעגט אוודאי נאך וואס? דער תירוץ איז נאך די זאך וואס ער האט נאכנישט אנגעהויבן.

דער גאנצער טאג, וואך, און לעבן ווערט געדרייט ארום נאכדעם, ער וויל זיך א גאנצן טאג זעהן נאכדעם. פארוואס? ווייל נאך נאכדעם דארף מען עפעס טוהן וואס ער וויל שוין האלטן נאך יענץ אויך.

ער שטייט אויף פאר פארטאגס צו כאפן דעם ותיקין/תרח מנין כדי צו האלטן נאכן דאווענען, ער לויפט צוויי אזייגער דאווענען מנחה און שטייט ביים טיר פון שטיבל, זיין רוקן גיבט יעדע צעהן סעקונדעס א ווארף דעם טיר אויף צוריק אז ס'זאל זיך האלטן אפן, ער שטייט און שרייט "מנחה... מנחה..." ער טרעפט דעם זעלבן וואס האט נעכטן ווען ער האט געשריגן מעריב געשריגן מנחה, יענער זוכט יעצט א צענטער פאר שחרית, ער יאגט זיך געפערליך צו האלטן נאך מנחה, און אויב מיינט איר אז איינמאל ער וועט האלטן נאך מנחה וועט ער האבן עררייכט זיין ציל אין טאג און זיך אביסל בארואיגן האט איר א טעות, ווייל אין בערך דריי שעה ארום גייט אים אנכאפן נאך א געפערליכע יאגעניש, אמער ער יאגט זיך צו האלטן וואס פריער נאך מעריב. מובן מאליו אז ער לייגט זיך שנעל שלאפן ווייל מ'דארף זיין אויף פארטאגס כאפן ותיקין צו האלטן וואס פריער נאך שחרית וחוזר חלילה, ביז ער כאפט א סטראוק אדער שטארבט נאטורליך וועט ער זיך שטענדיג יאגן.

אז דאס איז אין א פשוט'ער טאג, קענט איר זיך פארשטעלן וויאזוי א ערב שבת קוקט אויס, און ווער רעדט נאך פון א ערב יו"ט. געווענליך ווען ער קומט אן אין מקוה ארבעט נאך די פילטער און דער שמש איז דער ערשטער אויפן ערב סקעדזשועל צו כאפן א טוץ קללות, ער קומט אהיים און אלעס יאגט צו לויפן פאראויס פונעם זייגער, ער יאגט און יאגט ביז ער הייבט זיך אן רעגן פארוואס דער זמן איז אזוי שפעט.

דער קלימאקס איז שטייצעך יאר-יערליך ערב שבת חנוכה, דעמאלטס ווערט זיינע ד' אמות פארוואנדלט אין אן עמערזשענסי לעין, ווער עס געפינט זיך אין די ד' אמות איז אין א לעגאלער און אין א הלכה'דיגער מקום סכנה, ער שרייט לויפט פראסקעט טרייבט און יאגט.

דער וואס קלאפט זיך אן אין די סארט זענען געווענליך די וועלכע מאכן אפיעל'ס אין בית מדרש אדער אונזער בדחן ראבינאוויטש, די ווערן א ציל ברעט פאר אויסגעגאסענע כעס וואס איז אנגעזאמלט נאך פון די גארביטש טראק וואס האט בלאקירט די טרעפיק אויפן וועג צום בית מדרש און אויפן בעל תפלה וואס האט געכאפט א אטעם צווישן קדיש און ברכו אדער אויפן דרייער אריין צום מקוה וואס האט אויפגעכאפט דאס קארטל א מינוט שפעט, און ער האט שוין געכאפט א ריק אין די נאז און א זעץ אין הוט פון די אומדרייבארע טיר.

דער איד שטארבט געהעריג ביי די ניינציג אזוי ווי אנדערע, און אז מ'רעכנט דאן צוזאם זיינע שעות וועט עס נישט אויסקומען א האר מער ווי דער שלעפער וואס איז אייביג געווען שפעט צו אלעם, ער האט געלעבט די זעלבע ניינציג יאר מיט די טעג, שעות און וואכן וואס ניינציג יאר פארמאגט, ער האט נישט פארדינט קיין עקסטערע פינף מינוט פון די אלע יאגענישן, ווי אויך האט ער געדאווענט די זעלבע צאל שחרית מנחה מעריב ווי דער שלעפער, און וויפיל ער האט פרובירט צו יאגן איז קיינמאל נישט געווארן נאכט אדער טאג פריער און אלץ האט זיך געענדיגט דאס יאר ערב ראש השנה לויט פריער פאראויסגעזאגטע זמנים, כאטש מ'האט דא א יאר צייט פארארבעט מעשים דאס צו צו יאגן.

באמת ליידן מיר אלע אביסל דערפון, עפעס טרייבט אונז כסדר, עפעס לויפט אונז נאך און מיר ווייסן ניטאמאל וואס דאס איז, אבער דאס איז אמאל קלאר אז ס'טרייבט אונז און יאגט אונז און לאזט נישט מנוחה, אזא בחי' פון ונסתם ואין רודף. מהאי טעמא האבן מיר מקדים געווען אלעס אין לעבן, מ'זאגט סליחות א נאכט פריער, מ'שלאגט כפרות א נאכט פריער, מ'פארט אין קאנטרי מיטוואך און מ'קומט אהיים מיטוואך ועוד ועוד. אבער כל זמן ס'איז נאר אביסל מיט א מאס איז עס נאך פארהאלטניסמעסיג געזונט.

האט איר שוין אמאל געזעהן א צעטל וואס שטייט זמנים און פארמאגט נישט די שטרענגע פראזן ווי זיבן אזייגער שארף און בשעה שש בדיוק, פארוואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן צו מאכן א טיי אווענט נישט פונקטליך, פארוואס מוז עס ווערן גערופן אויף פונקטליך אכט אזייגער. וויאזוי זאגט נאר מומע יענטל: "גערופן האט מען אויף זייגער זיבן, אזוי אז דער עולם וועט כאטש זיין אויף אכט". ס'געווארן א מחלה ביי די ותיקין מנינים אז דער צעטל ליינט זיך, 6:03 ברכות 6:09 הודו 6:17 ברכו, איינער קען מסביר זיין וואס ס'וועט שוין פאסירן אז ברכו וועט זיין 6:20? זעמיר טאקע אזוינע פונקטליכע מענטשן מיט א סקעדזשועל ווי צאר ניקאליי אז די צוויי מינוט קען פאראורזאכן א פארדרייטע טאג? האמיר טאקע געסקעדזשועלטע אפוינטמענטס אויף יעדע פופצן מינוט?

וואס דארפן מיר מער ווי כוכב'ס ווערטער ווען ער האט פארלאנגט פונעם עולם צו שרייבן פארן פה-סח וואס צווישן אנדערע יאגענדע טערמינען ווי אויסרעכענען פארשידענע דעדליינס שרייבט ער: "איך טו איינלאדענען און בעטן די פאריעריגע שרייבערס פון פה-סח צו אנטיילנעמען אינעם היי יעריגן אויסגאבע.... בקיצור המעשה, דער לעצטער כאפט א שמוץ, זיך שוין נעמען שרייבן... איך וויל נאמינירן איינעם פאר א טשאלענזש, ווער קען זיך אונטערנעמען אריינצושיקן זיין ארטיקל אויף מארגן..."

לויט דאקטוירים איז דאס א סינדראם וואס דער מענטש אליין ברענגט אויף זיך און ווילאנג מ'כאפט זיך נישט אז מ'איז א וויקטים דערפון איז נישט מעגליך פטור צו ווערן דערפון. ס'איז נישטא גארנישט אין די וועלט וואס קען פאראורזאכן א מענטש'ס מוח זיך צו יאגן חוץ זיין מוח זעלבסט, און ווי דאקטוירים זאגן איז ווי מער דער מענטש ווערט אריינגעצויגן אין א געיעג אלץ מער וועט עס יאגן. דאס איז קלאר אז מ'יאגט זיך גראד צום טויט אן א רגע מנוחה אינצווישן.

דער זעלבער מענטש וועט זיך יאגן כאטש ער האט גארנישט צו טוהן דערנאך. ער לעבט אין א ענקזייעטי וואס לאזט אים נישט מנוחה און אין זיין מוח האט ער פראגראמירט אז ס'איז נישט דא קיין צייט אזש אז ער גלייבט שוין באמת דערין און דאס באמוטשעט אים און עסט אים אויף דאס געזונט, און ס'קלאפט אויס זייער שווער אויף די ארומיגע. אזא איינער וועט אין קיין שום פאל רופן קול מבשר ווייל דער עדווערטייזמענט דערגייט אים די יארן, און האט זיך שוין אויך אויפגעסיינט אויף יו טוב רעד, און זיין גאנצער טו-דו ליסט מוז זיין געטוהן אין די ערשטע דריי מינוט פון טאג, ס'נעמט אים ביז שביעי של פסח זיך צו בארואיגן פון ווארטן אין די ליין אויף ערב פסח מצות, און ווען ער האט אנגעהויבן ליינען דעם ארטיקל (צי סיי וועלכער אנדערער לייען מאטריאל) וועט ער קודם ליינען דעם סוף.

אין די נישט-אידישער וועלט ווערט דאס גאנץ שטארק באהאנדלט, אבער ביי אונז ווי דאס מאכט זיך לכאורה מער אפט און איז א דירעקטער תוצאה פון פארשידענע חיובים און שעבודים וואס ליגט אויף א איד, א שטייגער ווי דאווענען דריי מאל א טאג, האלטן זמנים פון פארשידענע מאורעות וכדומה, פאראורזאכט דאס אז מענטשן זאלן וועלן לויפן שנעלער פון די זייגער וואס איז נישט מעגליך, אבער ווערט נישט באהאנדלט כדבעי. אין יעדער בית מדרש איז דא פון די קראנקע וואס פאראורזאכן טעגליכע סענזאציעס, איבערדרייענישן און סאמאטוכעס, אבער נישטא ווער ס'זאל זיי געבן די נויטיגע הילף.

תכלית גערעדט: איר לעבט נאר ווילאנג איר לעבט, לאזט אייך נישט פארפירן און יאגט אייך נישט ווייל צום סוף קומט יעדער אן צו זעלבן מקום מנוחה. איר זענט נישט בעה"ב צי מ'זאל אייך נאך באהאלטן אינעם זעלבן טאג אדער מאריך זיין מיט הספדים, דיינע יורשים וועלן פאר כבוד התורה קלאר יא וועלן מספיד זיין, ממילא לאזט ארויס די יאגעניש פונעם צוואה, לעבט רואיג, צו וואס איר וועט אנגעקומען וועט איר אנקומען און צו וואס נישט נישט, איר גייט במילא נישט כאפן יעדע דעדליין, יעדער האט שוין געשפעטיגט דעדליינס און אנגעקומען שפעט צו מיטינגען, ס'דא איין דעדליין און דאס גייט קיינער נישט פארפאסן: די ימי שנותינו בהם שבעים שנה, טא וואס איז דער געיעג?

אויב ליינט איר נאך דעם ארטיקל פאר פסח, קוקט ארויס פון פענסטער און זעהט ווי יעדער לויפט פייפט שימפט און שעלט. העלפן גייט דאס קיינעם נישט, עס גייט נישט פארשנעלערן די טראפיק, און נישט פארקורצערן דעם רויטן לייט, די גאנצע שטאט איז אויף א געיעג צו זיין איינער פארן צווייטן אין רעסטוראנט אדער ביים רעדזשיסטער אין גראסערי. איר גייט נישט פאראויס יאגן דעם גאנצן שטאט, איינער גייט זיין פאר אייך, ענדערש כאפט א רואיגער שפאציר צום ערב פסח מצות באקן, און לאז דיין טראכטער פארנוצן איר מעמארי אויף עפעס אנדערש חוץ פונעם זייגער און ווען דער זמן איז.

ס'איז כדאי צו ענדיגן מיט א אינטערעסאנטע פאקטאר: דער וואס איז דער ערשטער אויפגעקומען און דעפינירט דעם סינדראם איז געווען א קארדיאלאדזשיסט וואס האט באמערקט אז אלע זיינע הארץ ליידענדע קליענטן זענען געקנאטן פון דעם זעלבן אויפגערעגטן כאראקטער און יאגן און בייזערן זיך שטענדיג, אזש אז זיי קענען נישט זיצן רואיג, אזוי ווייט אז אלע זיינע בענקלעך אינעם ווארט-זאל זענען געווען צוריסן ביים פאדערשטן ווינקל, ווייל קיינער פלעגט זיך נישט אנלאנען ביים זיצן, נאר ענדערש זיצן נערוועז אויף שפילקעס ביים שפיץ פון בענקל...

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר