גיי גרין! (פה-סח 2)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך הוגה » זונטאג מאי 22, 2016 9:17 pm

יישר כח נאכאמאל פאר אלע מגיבים. איך וויל נאר צולייגן אפאר ווערטער און בעסער מברר זיין א נקודה וואס איך האב שוין בעצם געשריבן אינעם גוף הארטיקל, צו ערקלערן מיין עיקר נקודה ומטרה מיט דער גאנצע באשרייבונג.

איך בין נישט קיין tree hugger און איך האלט נישט אז מ'דארף פלוצלינג איבערדרייען וועלטן צו ראטעווען אונזער וועלט'ל פון אן אפאקעליפס. איך בין געקומען ס"ה צייגן אז עס איז אונזער אחריות צו היטן אויף די בריאה און אלע בריאים. אויך בין איך געקומען צייגן וויאזוי מיט קליינע פעולות מצידנו קענען מיר אויפטון און ראטעווען גאר אסאך. אנדערע האבן שוין ערווענט דא אז רוב וועלדער ווערן פארשניטן פאר האלץ צו בויען הייזער און מעבל, און נישט פאר פאפיר. איז וואס זאלן מיר יעצט טון? זאלן מיר אינגאנצן אויפהערן בויען מיט העלצער? אפשר. אבער נישט דאס זאג איך, ווייל דאס איז צו א שווערע זאך און מ'דארף לעבן. אבער ריסייקלען איז נישט אזוי שווער. נוצן פעיפערלעס בילינג איז נישט אזוי שווער. און די השפעה לטובה איז נישט א קלייניקייט.

מיין ווייב האט מיר לעצטענס אויפמערקזאם געמאכט אז זינט מיר האבן אוועקגעמופט פון א געגענט וואו עס איז נישט דא ריסייקלינג, צו א געגנט וואו עס איז יא דא, און זינט מיר האבן באקומען א דישוואשער מאשין און מיר באנוצן זיך זעלטען מיט פלאסטיק עסצייג, און זינט מיר גיבן שטארק אכטונג צו ריסייקלען וואס מ'קען נאר, האבן מיר נאר פערציג פראצענט פון די גארבידזש וואס מיר האבן אמאל געהאט. דהיינו, מיר פלעגן אמאל האבן בערך 5 גארבידזש בעגס א וואך און יעצט האבן מיר נאר צוויי. דאס מיינט אז היינט ווארפן מיר אוועק כמעט 160 גארבידזש בעגס ווייניגער פער יאר. 160 בעגס פול מיט זאכן וואס גייען איבערגענוצט ווערן. איר קענט אייך פארשטעלן וואס פאר א השחתה דאס איז געווען ביז היינט? ווי שווער איז שוין צו ריסייקלען? פארוואס זאלן מיר עס נישט טון?

די חורבן העולם קומט טאקע אולי רובא דרובא פון גרויסע פאקטאריס. אבער מיר קענען נישט זיין די פאליציי פון די פאקטאריס. מיר קענען אבער זיין מער aware און טון קליינע פעולות וואס מאכן אויס אסאך.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2642
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5953 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » מאנטאג מאי 23, 2016 1:28 am

ונראה להביא סמוכין לדברי ידידינו @הוגה מפרשת השבוע על פי מש''כ הרמב''ם כי הטעם למצוות שמיטת הקרקע הוא שהקרקע תתחזק, שכן קרקע שאין עובדים בה שנה אחת מתחזקת ומוסיפה יבול,
ובלשונו: (מו"נ ח"ג פל"ט)
"ושתוסיף הארץ תבואתה ותתחזק בעמדה שמוטה"

מובא בכלי יקר (כה ב) וז''ל
"רבים אומרים שהטעם (למצוות השמיטה) הוא שתשבות הארץ כדי שתוסיף תת כוחה לזרוע. ולדעה זו נטה הרב (הרמב"ם) המורה (בספרו מורה נבוכים)"

מזעהט קלאר פון רמב''ם אז די תורה וויל אז מזאל פרעזערווען די ענווייראמענט און איר קוואליטי אגריקולטור
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 412
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 514 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 519 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 23, 2016 10:08 am

ווער רעדט נאך פון דער ענין פון שמות לגניזה וואס איז זייער אומפראפעסיאנעל. די שמות וואס ווערט געשאפען פון דרוקען האלבע מחזורים און סידורים פאר תשב"ר וכדו'
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 588
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 341 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » זונטאג יולי 24, 2016 3:05 pm

א שטיקל אין די דאקומענטערי קלינטאן קעש ווייזט וויאזוי גאנצע וועלדער ווערן אויסגעריסן אפילו אינעם היינטיגן פאליטישן קלימאט און מאוומענט פאר א גרינער פלאנעט און זארג פאר די ענוויראמענט: http://www.youtube.com/watch?v=td2pyyCau30&t=37m23s

די שטיקל ענדיגט זיך בערך ביי 42:08.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 6:53 pm

נאשינאל גיאגראפיק צוזאמען מיט ליאנארדאו דיקאפריאו האבן דעם זונטאג ארויסגעגעבן א העכסט אינטערעסאנטע דאקומענטערי איבער קליימעט טשעינדזש. עס איז נישט סייענטיפיק און עס איז נישט געשטעלט צו איבערצייגן די וואס זענען נישט איבערצייגט דערין. די דאקומענטערי צייגט שטויננדע און האר-אויפשטעלנדע פאקטן איבער ראדיקאלע טוישונגען און געשעענישן וואס קומען פאר ארום דער וועלט צוליב מענטשליכע קאנסומפציע געוואוינהייטן, און נאך אנדערע אינטערעסאנטע פאקטן. די פילם איז געמאכט געווארן פראפעסיאנאל און עס איז גאר ציענד. איין אינטערעסאנטע חידוש וואס איך האב געלערנט יעצט איז אז די פויבסט האט ארויסגעגעבן אן עפנטליכע דעקלאראציע אז די קירכע נעמט אן די סייענטיפישע באווייז אז קליימעט טשעינדזש קומט פאר און עס ליגט אין די הענט פון די מענטשהייט עס אפצושטעלן. וויאזוי געבן זיך די אמעריקאנער קריסטן און אוואנגעליסטן אן עצה דערמיט? זיי זענען דאך שטארק אקעגן אלעס און אלעם וואס איז נוגע קליימעט טשעינדזש.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2642
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5953 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:24 pm

די פויבסט'ס דעקלעראציע איז א פאר יאר אלט שוין און עס איז געווען אין די נייעס דאמאלטס
די אמעריקאנע עוואנגעליסטן זענען פראטעסטאנטן און דער פויבסט מיינט נישט אסאך בי זיי
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 7:41 pm

mevakesh האט געשריבן:
די אמעריקאנע עוואנגעליסטן זענען פראטעסטאנטן און דער פויבסט מיינט נישט אסאך בי זיי


און די אלע רעליגיעזע רעפאבליקאנער וואס זענען אנטי קליימעט טשעינדזש, א, שטייגער ווי קרוז און רוביא, זענען עוואנגעליסטן?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2642
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6645 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5953 מאל

הודעהדורך mevakesh » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:17 pm

יא, די עוואננגעליסטן זענען די שטארק קאנסערוואטיווע
גראדע דזעב בוש האט געטוישט צו קאטויליש, דאכט זיך צוליב שלום בית

די אמעריקאנע קאטוילישע זענען אין אלגעמיין היבש ליבעראלער
זעה די לינק
http://www.pewresearch.org/fact-tank/2016/02/23/u-s-religious-groups-and-their-political-leanings

אינטערסאנט אז אפילו די קאטוילישע קירכע איז די גרעסטע רעליגיע אין אמעריקע איז עס נישט אהנגענומען און פאפולער אין גאס למשל עס איז נאר געווען איין קאטוילישע פרעזידענט אין היסטאריע דאס איז קענעדי
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 717 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 720 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

הודעהדורך ביליג » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 8:24 pm

וואס איז געבליבן מיט די 5 סענט טעקס אויף די בעגס ?
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 9:54 pm

איך בין נישט לאנג צוריק געפארן אויף א שמחה קיין יוראפ, און כ'בין איינגעשטאנען ביי מיינס א נאנטע חבר. אריינשפאצירענדיג אין גארטן זעה איך אן איבער פלוס פון גארבעדזש קענס, יעדעס איינס אן אנדערע קאליר. פינק, גרין, בלוי, ברוין און שווארץ אויב כ'דענק ריכטיג.
זאגט ער מיר אז לעצטענס איז דא א גזירה אז זיי קומען נישט אויף פיקן די גארבעדזש נאר איין מאל אין צוויי וואכן, אנשטאטס יעדע וואך, ממילא פיט במציאות נישט אריין אלע גארבעדזש פון א קינדער געבענשטע פאמיליע קע"ה אין איין קליינעם גארבעדזש קען. איז וואס יא? די רעגירונג שטעלט דיר צו נאך פיר באזונדערע קענס, יעדע איינס פאר א באזונדערע קאטאגאריע.

איך בין פשוט משוגע געווארען דארט.. גייסט און קאך און די וויסט עפעס אוועק ווארפן לצמיתות, דארפסטו האלטן קאפ וואס גייט ווי. די אלע שיריים פון עסן גייט אין איינס. דיין קען קאלע און די צווייטע. די פאפירענע זעקל אין דאס דריטע. און פיינעלי דאס רעשט גייט און די אלגעמיינע גארבעדזש קען.. און נאך איינס איז דא אינדרויסען פאר די גראז און בלעטלעך.

די חעברע גייען נישט בלויז גרין, זיי גייען בלוי, פינק, ברוין און שווארץ!

כ'בין זיכער מיט אזא מין סיסטעם טוהט מען אויף גאר אסאך פאר די ענווייראמענט, אבער כ'וועל לאזן אנדערע טוהן די מלאכת הקודש.. אוודאי וועל איך פרובירן צו באקומען פעיפערלעס בילס, אבער בתנאי אויב א גארבעדזש בלייבט א גארבעדזש כמו שנהגו אבותינו מדור דור..
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 418
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 456 מאל

הודעהדורך שמערל » דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 11:10 pm

די קאטוילישע קירכע האלט אויך שוין יארן אז עוואלושן איז א פאקט, אזאך וואס די עוואנגעליסטן זענען די גרעסטע מתנגדים דערגעגן.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1065 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 3:43 pm

לזכות הרבים
בייגעלייגטע פיילס
C1_jkFuVIAA4Smq.jpg
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2812
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1333 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט