די מגיפה פון די יו"ט'דיגע לייען מאטעריאל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

די מגיפה פון די יו"ט'דיגע לייען מאטעריאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ב"ה מיר זענען באשאנקען געווארן אין די לעצטערע יארן מיט א צונאמי פארפלייצונג פון לייען מאטעריאל יעדן ניסן ותשרי, אלעס לויטער לכבוד יו"ט. ס'טייטש, ווי מעג מען לאזן אידן אויסגיין פאר ליידיגגיין גאנצע 8 אדער 9 טעג? האבן די פארזארגער פון כלל ישראל אונז באגליקט און באשאנקען מיט אויסגאבעס איינס דיקער ווי דעם צווייטן, צייטונגען פון 500 ביז 600 בלעטער, מאגאזינען וואס מען דארף א היילאו זיי אונטערצוהייבן, כדי מען זאל אויסנוצן די יו"ט טעג ווי עס ברויך צו זיין, און נישט אפפוסטעווען ווי אונזערע זיידעס וואס פלעגן נעבעך משוגע ווערן מיטן טאג.

רבותי, וויט אלל דו רעספעקט פאר אלע אויסגאבעס – זענען מיר משוגע געווארן? לאמיר א מינוט אריינטראכטן, איז דאס נארמאל? מען נעמט אונז אוועק יעדעס ביסל ישוב הדעת פונעם יו"ט, און מיר לאזן זיך ווי די קעלבלעך? מען צאלט נאך געלט דערפאר עס איינצוהאנדלען! און מען מאכט יעדן ערב יו"ט אשכולות 'וואס ערווארט אונז אין די יו"ט אויסגאבעס'... און קום מיר נישט זאגן "מוזט נישט אלעס קויפן", ווייל אז מען פיטערט שלינגט מען. עס איז שווער אפצוזאגן די אלע שיינע גלאנציגע דעקלעך, אז איינער גלייכט צו ליינען און קונה זיין חכמה, רעדט עס צו אים, אלזא פארוואס זאלן די רעדאקציעס פון די פראקציעס אונז אריינשטעלן אין אזעלכע נסיונות אז מיר זאלן זיך דארפן איינהאלטן? מי ביקש זאת מידכם? (חוץ מזה וואס מען קויפט טאקע נישט אלעס, אבער אפילו נאר אפאר שטיק איז שוין אויך צופיל.)

ווען איך וואלט געוארן ערגעץ רב (ווארשיינליך וועל איך טאקע ווערן גלייך נאך יאיר) ;) וואלט איך פארבאטן מיינע חסידים צו קויפן לייען מאטעריאל אויף יו"ט! טראץ וואס [tag]מור וקציעה[/tag] וואלט מיר באשריבן אין עברית אינעם אכשר דרא אשכול מיט א גראבע העדליין! אפשר אין קאווע שטעטל אין שמעקעדיגסוויל וועט מען נישט פארקויפן קיין לייען מאטעריאל אויף יו"ט...

וויצן אין דער זייט. אביסל התבוננות ביטע! (הגם ס'איז שוין נאך יו"ט). מיר זענען א גאנץ יאר אין א מלחמה מיט די צייט. מיר זענען אין א געיעג אריינצוכאפן ווי מער אין די קורצע טאג שעות, היום קצר והמלאכה מרובה. מען קומט אהיים ערשעפט, מיט דאגות אויפן קאפ. נישטא קיין צייט פאר די קינדער, קוים דא צייט פאר א אידיש ווארט! עפנט מען שוין יא א ספר, טראסקעט תיכף דער קאפ אראפ פון האלז פונעם טיפן דרימל... עס איז נישט קיין לעבן, נישט ברוחניות נישט בגשמיות. פאריאגט און פארפלאגט פשוטו כמשמעו. גלות אמעריקע לאזט דאך נישט טראכטן, טיים איז מאני, און מאני איז די עבודה זרה... ווי איך האב שוין מסביר געווען באריכות אין די "פרנסה אשכול".

השי"ת האט אונז ברוב רחמיו געשאנקען א יו"ט. א וואקאציע פאר די נשמה. מיר זאלן אביסל נתקרב ווערן לעבודתו. מיר זאלן האבן מער צייט פאר אונזערע אוצרות, אונזערע נשמה'לעך, די טייערע קינדער. נישט נאר זיי טראגן צו ריידס אדער פארן צו א פארק, נאר טאקע באמת קאנעקטן מיט זיי מיט א קשר של קיימא. מיר ליינען דא כסדר אויף ק"ש אז מען וואלט זיך גרינגער געקענט אן עצה געבן מיט די היינטיגע שווערע וועלט אלמלי מען זאל אריינבאקן אין די קינדער פון יונגווייז אן דעם ריכטיגן בליק. אם לא עכשיו אימתי? ווען איז א פאסיגערע צייט אויב נישט יו"ט און חוה"מ? צי זאל עס זיין ווי אזוי צו דיעלן מיט נסיונות אינעם לעבן, צי אקעגן ראסיזם, וואס איז וויכטיג אין לעבן און וואס איז א טפל, א.א.וו. מען קען דאך רעדן פאר חדשים! אבער לכה"פ די פאר טאג וואס מיר האבן באקומען, איז דאך קריטיש וויכטיג אריינצוגעבן אין די קינדערלעך א שטיקל ריכטיגן בליק אויפן לעבן, א מהלך החיים וואס זאל זיי באגלייטן די שפעטערדיגע יארן! מיר דארפן אויסנוצן די מתנה וואס מיר זענען באשאנקען געווארן פון הימל! איז מען אונז מטמטם און מצמצם דעם קאפ מיט שיינע לייען מאטעריאל? הזאת נעמי? דאס זענען דאך ממש רויבער, מען רויבט אונז אוועק די איינציגסטע שאנס פונעם יאר בשאט נפש!

אנשטאט מיר זאלן פארברענגען מיט די אינגלעך און בחורים אין ביהמ"ד, אביסל לערנען און שמועסן מיט זיי – א זאך וואס איז כמעט נישטא קיין צייט איבערן יאר (חוץ אפשר דאס ביסעלע אבות ובנים אין די מוצ"ש וואס מען גייט נישט צו די מלוה מלכה'ס וכו'), איז מען פארזינקען אין א טייך פון לייען מאטעריאל. יו"ט איז דאך דער געלעגנהייט דאס צו מתקן זיין! פארציילן א שיינע מעשה, צי אינדערהיים צי אין א פארק ביים וואסער, זיי אויסהערן, אבער קאנעקטן מיט זיי! לאמיר טראכטן פון אונזער תכלית החיים! עס איז נישט פאראן קיין בעסערע געלעגנהייט ווי א יו"ט, צו אויסנוצן די צייט כראוי, עלינו ועל בנינו, פאר אונז און פאר די קינדער! ווער דארף צייטונגען מיט הונדערטער בלעטער? עס ברענגט טאקע ידיעות שונות אבער איז אין אלגעמיין אומוויכטיג! ווי גוט שפירט מען אליינס נאך א טאג אויסגענוצט ווי עס דארף צו זיין, ווי גוט שפירן זיך די קינדער נאכן האבן א שטיקל קשר מיט זייער באליבטן טאטן, וואס א גאנץ יאר קענען זיי אים קוים זעהן ביינאכט...

עס איז יעצט געווען פסח. דער יו"ט פון והגדת לבנך. ווען א טאטע האט א כח צו רעדן צו די קינדער און איינבאקן אין זיי אמונה, אהבת תורה, אהבת ה' ואהבת ישראל. לא ניתנו מועדים לישראל אלא כדי שיתעסקו בתורה. דאס איז דער תכלית פונעם יו"ט. זיך צו דערהייבן פון די גשמיות, טראכטן פונעם תכלית החיים, נישט נאר פונעם היינט.

שרייבנדיג בליצט מיר אריין דער הערליכער אשכול פון הגה"צ [tag]ברסלבער[/tag] שליט"א, ווי ער איז מסביר דעם יו"ט פראבלעם פון א אנדערע פרעספעקטיוו, אבער מען קען עס צוזאמענשטעלן מיט דעם אשכול.

רבותי, ווארפט אוועק די לייענען מאטעריאלן – ווי אויך די קאמפיוטערס און סעלפאונ'ס – פאר די יו"ט טעג! עבדים היינו צו די לייען-בוכלעך און מאגאזינען, אבער מיר גייען ארויס מעבדות לחירות! אם לא למענינו, חמול על עוללינו וטפינו! אפילו בגשמיות וועט זיך עס אויסצאלן!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר