מפני שיבה תקום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

מפני שיבה תקום

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

מעודי עד היום הזה פיהר איך זיך צו זיך אויפשטעלן און אוועקגעבן מיין פלאץ פאר עלטערע לייט ווען זיי האבן נישט וואו צו זיצן אויפ׳ן באס, טרעין אא״וו — איד ווי להבדיל גוי גלייך. מ׳האט אלעמאהל געוואוסט ביי אונז דאס חשיבות פון מהדר זיין פני זקן און חז״ל לערנען אונז אז אפילו א גוי א זקן האט אויך עפעס א חשיבות. אין פארגאנגענהייט בין איך שוין מאנכע מאהל געשטאנען עטליכע שעה און ס׳איז מיר אנגעקומען גאהר שווער, דאך בין איך זיך קיינמאהל מונע פון דאס ווייטער טוהן, ווייל מ׳האט דאס גוט אריינגעבאקן אין מיר.
אבער אז ס׳זאל קומען צו גיין אן אלטע אזיאטישע אידיאט און תובע זיין פון א פאסאזשיר — וואס האט באצאהלט טבין ותקילין פארן רייזע און האט דעם פולסטן רעכט צו נעמן סיי וועלכע ליידיגע פלאץ ס׳גלוסט עם — אז ר׳זאל עוקר זיין ווייל פאר דעם אלטעטשקן האט זיך פארשמעקט דוקא אט דעם זיץ איז טפשות און רשעות אינאיינעם. אויב איז יענער א איד א תלמיד חכם איז ער א חמור נושא ספרים. אין הלכה ווערט געברענגט קלאהר אז מ׳זאל נישט מכביד זיין מיט קימה וכו׳ וזה ידוע. ווען איך בין בעה״ב וואלט איך געשטעלט טערמין פאר׳ן אלטן פאסקודניאק: טרעף דיר א צווייטע פלאץ אדער שטייג אפ פון באס; טעראריזיר נישט די אנדערע פאסאזשירן.
ס׳קיין חזקות פאראן און פירסט קאם פירסט סערוו.
וואס האלט עטס דא אין ק״ש?
בייגעלייגטע פיילס
image.png
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר