היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 170 מאל

היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

שוין א לאנגע צייט וואס די מין מושג וואס חסידים האבן אז זיי לויפן ארום צו קברים ווען זיי קענען נאר ווינדערט מיר דהיינו אמאל האט מען געוויסט פון איין מאל א יאר אז ס׳דא א געפאראכץ אויף מירון אקעי דאס וואלט מען נאך אפשר געקענט פארשטיין אבער לעצטענס איז עס געווארן אזא געהעריגע שני וחמישי זאך איך רעד שוין נישט פון די לאקאל קברים גייעריי ווי למשל צום רב הכולל אדער יעדע ערב ראש חודש צו רובניץ אין מאנסי איך רעד דא געהעריג פון פארן אינטערנאצינאל ווי למשל ליזענסק ראדאשיץ אדער צום בעל יסורים אויף פרייטאג און לעצטענס איז שוין קערעסטיר אויך געווארן א גאנצע טומל זענען מיר טאקע שוין אזוי משוגע אז מען האלט שוין נאך אלעם מען האט שוין פרובירט תהילים כולל שוין פרובירט אפצושפרעכן די שלעכט אויג שוין פרובירט רויטע בענדלעך אז מען דארף יעצט פרובירן שטיינער אפשר וואלט כדי געוועהן צו פרובירן פאר א טויש קליינע פילעכלעך אדער די גאר אלטע מהלך פון א סידור אדער תהילים
אדער קען גאר זיין אז ניין מיר זענען בכלל נישט משוגע נאר מיר פארן כסדר ווייל מיר ברויכן זיך אויסלופטערן דהיינו מיר חסידים האבן דאך גארנישט קיין הבלי עולם הזה ווי מרופט עס דאס מאקסימום וואס עוורעטש חסידים האבן איז פארן איין מאל א יאר אויף פלארידע מיטן ווייב אבער חוץ פון דאס האבן מיר גארנישט קעגן די ליטפאק אדער מעדערנער יוד וואס זיי האבן א גאנץ יאר עקסייטמענטס זיי פארן אוועק כסדר ימים טובים זיי גייען צו באלל געימס וכדומה וכדומה מילא האבן מיר זיך געמאכט א נייע סארט אוספלוג אז יעדע שטיק צייט פארן מיר צו א צוויטע יארצייט קבר און דארט געבן מיר זיך אויס

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר