ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מאי 15, 2016 5:55 pm

כ'האב שוין א לענגערע תקופה געטראכט צו שרייבן דערפון, אבער דער אשכול האט מיר געגעבן א גוטן שטופ עס צו טון מכח אל הפועל.

א_געדאנג האט געשריבן:איך האב געהערט פין די פארהערער פון די א.ג. פובליק ישיבות, (אזוי אויך פין פריוואטע ישיבות {הגם סאך ווייניגער} אין פאַל זיי פארשיקן א בחור צוליב מיסביהעווער אין מ'בעט זיך צוריק...) אפי' א בחור האט נישט אזא גוטע היסטאריע, אויב זעט די הנהלה א קאפיראציע פונעם בחור און אויך פין די עלטערן וועט די הנהלה סוף כל סוף אויסדריקלעך אננעמען די בחור! אוודאי, זיי וועלן מאכן שוועריקייטן אין פאראורזאכן אפאר שלאפלאזע נעכט פאר'ן בחור און די עלטערן, כדי זיי זאלן וויסן אז דאס איז נישט קיין מאָנקִי ביזנעס, אבער די בחור וועט סוכ"ס אנגענומען ווערן.

די מנהלים ווילן מ'זאל זיך בעטן, מ'זאל וויינען, מ'זאל ציטערן, ווייל אז נישט איז הפקר וועלט, די גאנצע ישיבה קען גיין אַ גאַנג... אזוי, ווען מ'נעמט למעשה טאקע אָן די בחור זאל ער וויסן, אויב ער וועט נישט בְּ'הֶעוועֶן וועט ער פליען...


וואס איך וויל דא רעדן איז נישט איבער דעם כלליות'דיגן פראבלעם פון נישט אננעמען בחורים (אדער קינדער) אין מוסדות, דער טעמע איז שוין געווארן איבערגעקייעט אין שטיבל גענוג און נאך מאל. איך וויל דא רעדן איבער דעם משוגעת פון אהיימשיקן א בחור ווען ער פירט זיך נישט אויף כראוי וכיאות.

מען זאגט נאך פון כמה גדולים, אז א ישיבה דארף מען בעיקר נישט פאר די מצויינים, נאר פאר די דאזיגע וועלכע מען דארף מאכן פון זיי מצויינים. די גוטע בחורים וואס נפשם חשקה בתורה קענען גיין אין כולל, אדער אין סיי וועלכער ביהמ"ד, און זיי וועלן לערנען מיט חשק מדעת עצמם, אן די פרעשור און דיסציפלין פון די משגיחים און מגידי שיעור. די ישיבות האבן א פליכט – וואס ווערט אנגערופן חינוך – פשוט נעמען קינדער וועלכע האבן קוים בר מצוה געהאט, און מאכן פון זיי מענטשן, צו גאט און צו לייט, כדי מען זאל קענען אויסוואקסן א געזונטער כאראקטער און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.

די 5 יארן אין אלגעמיין וואס א בחור דרייעט זיך אין די ישיבה קארידארן זענען נישט קיין גרינגע, פאר קיין איין צד. די בחורים זענען ע"פ רוב ווילדע, "טינעידזשערס" איז א זאך וואס האט אייביג געפלאגט די מחנכים, ובפרט בדורינו זה וואס חוצפה יסגי. בחורים האלטן נישט ביים איינזיצן. עבדא בהפקירא ניחא ליה. זיי ווילן ענדערש טון טראבל, פאררייכערן לולקע'ס און רעדן פאליטיק, הערן מוזיק און מאכן א לעבן. פאר זיי איז די ישיבה כמעט ווי א תפיסה. לעומת זה די מחנכים האבן אויך גאר א שווערע מיסיע, צו מאכן די תורה אינטרעסאנט פאר די בחורים, אויסלערנען געזונטע קאמיוניקאציע, זיי מוזן אפט קענען פארנעמען די חוצפה פון די בחורים, און זיי לערנען ווי אזוי צו רעדן אן קיין חוצפה. מען דארף זיי האלטן אין די ראמען, אויסלערנען סדר, אויסלערנען מענטשליכקייט, נקיות, מדות טובות, און תורה ויר"ש א.א.וו., כדי דער בחור זאל זיך אויסמענטשלען. דאס אלעס קאסט כוחות עצומות. דערפאר זענען מגידי שיעור אנדערש ווי אין חדר וואו דער זעלביגער מלמד קען זיצן אין קלאס מיט די קינדער מן הבוקר ועד הערב; משא"כ אין ישיבה נאך זיצן 3-4 שעה מיט די בחורים מוז מען שוין אהיימגיין און איבערגעבן פארן נעקסטן...

די מחנכים וואס נעמען זיך אונטער דעם דזשאב ווייסן (עכ"פ דארפן וויסן!) אין וואס זיי טרעטן אריין, ואדעתא דהכי נחית. עס איז נישט קיין גרינגער דזשאב. די טאטעס ווייסן דאס אויכעט, און מען צאלט דערפאר טבין ותקילין. א טאטע וואס האט 2-3 בחורים אין ישיבה (מיט א דארמיטארי), קאסט אים געווענליך מער פער חודש ווי די רענט אדער מארגעדזש! און מען דארף צאלן ווי א טאטעלע, נישט נאר אויף די זמנים וואס מען לערנט, נאר אויך די 2 חדשים בין הזמנים, וואס די הנהלה דארף וועידזשעס כאטש וואס זיי האבן OFF די גאנצע צייט. (הלואי אויף מיר געווינטשן 2 חדשים באצאלטע וואקאציע...)

...

מאכט זיך אז א בחור א טראבל מעיקער האט נישט ביהעיווט, און ער איז זיך מתחצף פארן מגי"ש. דער לעצטער ווערט אויפגערעגט, און באשליסט אז מען דארף דעם בחור "ארויסווארפן" פון ישיבה פאר א וואך. ער זאגט פארן בחור, "פאק דיר די פעק און גיי פון דאנעט"! דאס זענען מעשים בכל יום ביי די שענסטע ישיבות... און ביז די עלטערן בעטן זיך נישט צוריק מיט בקשות ותחנונים איז נישטא וואס צו רעדן...

לעצטע זמן האט פאסירט אזא מעשה מיט מיינס א שכן. דער טאטע דארט ארבעט שווער פאר פרנסה, די מאמע האט א שטוב מיט קליינע קינדער און איז פארנומען מיט די שטוב ווירטשאפט, נישטא קיין צייט פאר קיין איבריגע זאכן. מאכט זיך אין א גרינעם דינסטאג, והנה, זייער תכשיט'ל איז אינדערהיים! דער משגיח האט אים ארויסגעווארפן פון ישיבה. שטעל זיך אויפן קאפ.

וואס דאס מיינט, דארף מען נישט מסביר זיין. דער בחור זעלבסט, גייט יעצט "מאכן א לעבן". ער גייט יעדן טאג שלאפן ווי שפעט ער וויל, אן וואס דער משגיח זאל וועקן צו זמן קר"ש, ער גייט זיך יעדן טאג קויפן א פיינעם פרישטאג, ס'טייטש, ער העט עפעס יוצא זיין מיט די מאמע'ס אייער שפייז? ער דארף א תרטימר בשר ולוג יין... ער וועט במשך די וואך נישט עפענען קיין אידיש ספר, ער וועט אין בעסטן פאל הערן זיין MP3 און שטופן די צייט און ביינאכט זיך שלאגן מיט די געשוויסטער, און אין ערגסטן פאל זיך דרייען אין די גאסן אן קיין השגחה און איך וויל נישט ווייטער שרייבן. כ'זאג אייך בנאמנות, אלמלי ווען איך וואלט געווען א בחור וואלט איך זיכער געמאכט לכה"פ איינמאל א חודש צו ווערן ארויסגעווארפן פון ישיבה, וואס קען דען זיין בעסער פון דעם, באקומען א ברעיק..... מה יעשה הבן שלא יחטא.

דער צער פון די עלטערן אין אזא מצב איז דאך אומבאשרייבליך. מען האט דא נישט באשטראפט דעם בחור, מען האט באשטראפט די עלטערן על לא עוול בכפם. דער טאטע מוז ווייטער ארבעטן, די מאמע מוז טון איר'ס, קיין שפראך צום בחור איז נישט דא, ער טוט דאך וואס ער וויל... און דער גאנצער שטוב דרייעט זיך ארום אים. מיין שכן האט זיך מיר אויסגערעדט און ממש געוויינט פאר צער.

איך האלט עס איז אן עוון פלילי פון די הנהלת הישיבה. מען גיט דיר א בחור ווייל מען דארף אים אויסמענטשלען, פאר דעם צאל איך דיר די הויזן, און אז דו פאלסט אדורך שיקסטו אים אהיים? ביסטו פון זינען אראפגעפאלן? שטעלט אייך פאר אז אין שפיטאל ווערט דער פאציענט זייער קראנק, זאגט אים דער דאקטאר, הער אויס, דו ביסט צו קראנק, גיי זאפארט אהיים. ווען דו וועסט שפירן בעסער קענסטו אפשר צוריקקומען.... איז דאס נישט אבסורד??

לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם פאקט אז במשך די וואך וואס דער בחור'ל איז אינדערהיים דארף דער טאטע ווייטער ערליך צאלן שכר לימוד אין ישיבה פאר די עסן וואס ער עסט נישט, די קווארטיר וואס ער נוצט נישט, און פאר די מגידי שיעור און משגיחים וועלכע זענען מיילן אוועק פונעם בחור. סתם גניבה! מען צאלט דאך פאר זיינע סעודות אינדערהיים, פארוואס דארף דער טאטע צאלן די 150 אדער מער פאר די וואך וואס ער פעלט? לקינו בכפליים!

דער אמת איז, אז אפילו די ישיבות וואס טוען בלויז "קנס'ענען" דעם בחור מיט א הונדערטער צי וויפיל פאר א עוולה, איז ווייטער באשטראפט די עלטערן וואס מוטשען זיך אדורכצולעבן דעם טאג און צאלן די שכר לימוד פאר די ישיבה. דער בחור האט דאך נישט קיין געלט, ער נעמט דאך דאס פון זיינע עלטערן, אים אליינס בארירט עס נישט! אמת, מעגליך אז ער שעמט זיך אביסל פון זיינע עלטערן, אבער דאס לויפט אדורך, און סוכ"ס בלייבט דער בחור אומבאשטראפט, און די עלטערן ליידן פאר די עוולות פון די קינדער. דאס איז א צעדרייטע סיסטעם.

א מער ריכטיגע צוגאנג וואלט געווען "קאנסעקווענצן" אויפן נוסח פון דעם אשכול. בלויז דער תלמיד איז מחוייב צו ליידן די קאסעקווענצן פון זיינע מעשים, הוא ולא אחר. דאס אהיימשיקן פון ישיבה איז א אומדערהערטע עוולה מצד הישיבה, ספעציעל היינטיגע צייטן אין אזא שרעקעדיגע וועלט, וואלט געווען וויכטיג צו מבטל זיין די סארט התנהגות. אסאך גדולים ומחנכים רופן צו מבטל זיין דעם בין הזמנים, איך גראדע האלט אז עס איז צו עקסטרעם צו לאזן א בחור א גאנץ יאר אין ישיבה אן קיין ריוח בין פרשה לפרשה, אבער לכה"פ די נאנ-סענס פון "אהיימשיקן" ווען מ'פירט זיך אויף מיט חוצפה מוז גענצליך אויסגעראטן ווערן, לעקור מן השורש. עס איז א מיטל וואס העלפט ממילא נישט גארנישט (כאטש צומאל יא).

וזאת למודעי איך רעד נישט פון א פארדארבענע בחור וועלכע איז א משחית און מען שיקט אים אהיים "for good", כ'רעד פון די "נארמאלע" מחוצפים... איך בין גרייט צו הערן הערות, סיי אויב שטימט איר מיט, סיי אויב איר האלט פארקערט און איר קענט מסביר זיין די מעלה פון ארויסווארפן א בחור.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17717 מאל

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 15, 2016 6:18 pm

כ'בין איינשטימיג מיט יעדער ווארט, אדרבה קום אויף מיט א אנדערע וועג ווי זוי צו קנסנען קען זיין די ישיבות וועלן עס אננעמען.

אבער די משל פונעם אין שפיטאל איז טאקע א משל להיפך, מ'הערט כמה פעמים אז דאקטוירים האבן אהיים געשיקט א פאציענט ווייל מ'האט אויפגעגעבן, ס'איז נישטא קיין רפואה.
מ'צאלט טאקע נישט מער, אבער מ'שיקט אהיים.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 378 מאל

הודעהדורך גראף » זונטאג מאי 15, 2016 6:40 pm

א ריכטיגער מחוצף קען מען נישט סטראשען ווייל טאמער ווייסט ער אז ער גייט נישט פליען איז וואס דו גייסט עהם נאר טיהן גייט ער בלייבן אין ישיבה האט ער נישט מורא און טאמער ווארפסטו יא דעמאלסט גייט ער טאקע מאכן א לעבן און ער ווייסט אז העכסטענס וועט ער זיך אן טרעפן מיט נאך חכמים ווי עהם. און מיט א גוטע בחור - די וואס לערנען זענען געווענליך נישט קיין מחוצפים איז ממילא די פראבלעים האט מער צו טיען מיט א בינינו אדער 'שוואכער' (העיט דעט ווארד [ANGRY FACE]) וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ אין ישיבה. איז די פראבלעים פיל טיפער ווי די סדר לימוד און וואס מען לערנט וכו'.
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 495 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 368 מאל

הודעהדורך דעת תורה » זונטאג מאי 15, 2016 8:01 pm

סוספענשאן פון סקול איז א אנגענומענע סאנקציע אין די גאנצע וועלט, נישט פאר יעדן טאגיגע פארלעצונגען אבער די אפציע איז אויפן טיש. דו האסט א אנדערע הצעה? אמאל פלעגט מען נוצן דעם שטעקן, אין די סאוט איז נאך היינט אזוי (אפילו פאר טינעיזשערס).

אוודאי ברויך עס זיין במדה ובמשקל, און קלאר דעפינירט וועלכע סארט פעולות וועלן טריגערן אזא קנס אין רעאקציע. אז דער בחור זאל קענען וויסן און זיך באהיטן דערפון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1717 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 8:58 pm

שמעקעדיג מאכט אבער א פוינט אז אנדערש ווי א געווענליכע סקול איז א ישיבה אן אנשטאלט פון וואס די בחורים זענען גאנץ העפי צו באקומען עקסטענדעד האלידעיס פון. אויך ווארפט מען נישט ווייל שלאגן איז נישט קיין אפשען פון א פענעלטי. מ'ווארפט ווען מ'קען שוין דעם בחור נישט שלאגען. דריטנס, זענען די עבירות פארוואס מ'ווארפט פיהל ווייניגער הארב ווי די עבירות וואס דער גויאישער אינגל דאף טוהן כדי צו געווארפן ווערן. פיינעלי, א געווארפענער'ס גאנצער צוקונפט אין די סיסטעם איז אין געפאר. אנדערש איז די קעיס אין א פרייער געזעלשאפט אוואו סנישטא ארעינדזשד מערידזשעס און אזעלכע סטריקט עקספעקטעישאנס און קאנפארמאטיס וואס מ'ערווארטעט פון א בחור אין די יארן אין אונזערע קהילות.
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3019
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2643 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 9:08 pm

דאס נישט האבן אן אנדערע הצעה איז נישט קיין גענוג גוטער תירוץ איים אפרעיד. לייג א שלאס אויפ'ן ישיבה. יא, איך האב בעסערע פארשלאג. ווען דיין קינד איז א מחוצף ווארפסטו אים ארויס אויפ'ן גאס? מער פאטערליכע אהבה און מער פארשטענדעניש. ס'פארלאנגט טאקע מער קאמיטמענט און איבערגעגעבנקייט און ס'איז א דרך ארוכה אבער ס'איז שוין דא היינט ישיבות פון וועמען מ'קען זיך לערנען. עקשולי אפ' פון א באקאנטע ת"ת לעצטנס...
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3019
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2643 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מאי 15, 2016 10:44 pm

@שמעקעדיג האט אנגערירט דא זייער א האקעלע נקודה, ווייל מצד אחד האט דער טאטע א שטארקע טענה, איך האב געשיקט מיין קינד אין ענקער ישיבה וואו איך באצאל טבין ותרקילין שכ"ל, ווי א טאטעלע + דינער געלט, ווייל איך פארשטיי אז אין די ישיבה געפונען זיך די ריכטיגע מחנכים וואס קענען זיך אפגעבן מיט מיין זוהן, און דא ווען ענק האבן א פראבלעם מיט איהם, שיקן ענק איהם צו מיר, וואו איז ענקער פראפעסיאנאליזם, וואו שטעקט ענקער מומחיות אויב ווען ער מאכט טראבל שיקן ענק איהם אהיים.

מצד שני איז דא אמאל וואס די הנהלת הישיבה פילט, ריכטיג דו צאלסט שכ"ל אבער דיין תכשיט טוהט אזעלכע פעולות וואס קענען נישט ווערן טאלערירט, און היות אין אונזער קאמיוניטי איז זיין ארויסגעווארפן פןון ישיבה זייער א הארבע זאך, וועט דער בחור טוהן כל טצדקי נישט צו אנקומען דערצו, און אויב וועט ער שוין דארט זיין וועט ער זיכער מאכן אז די געצווינגענע וואקאציע זאל זיך ענדיגן וואס שענעלער, און אז ער זאל נישט אנקומען צו דעם נאכאמאל.

די פראבלעם ווערט, ווען די שטראף ווערט אביוזט, דהיינו מען שיקט אהיים פאר יעדע קלייניקייט, א מחנך דארף קענען קעיר נעמען פון געווענליכע פראבלעמען אן צו אריינמישן דעם טאטן, הגם ווען מען האט מענטשליכע עלטערן איז זייער ראטזאם אז דער מחנך זאל אנהאלטן עפעס שייכות מיט די עלטערן, לכה"פ אויב זעהט ער אז דער בחור איז איינער וואס עס וועט אויסקומען צו דארפן סצעפיעילע באהנדלונג אז ער זאל קאטאקטן די עלטערן פאר אפאר סיבות, 1, צומאל וועט ער געוואר ווערן וויכטיגע אינפארמאציע אויפן בחור אדער זיין ארום, וואס וועט איהם מאכן בעסער פארשטיין וויאזוי צו צוגיין צו איהם 2. צומאל וועלן די עלטערן וויסן בעסער פונעם מחנך וואס די שורש פונעם פראבלעם איז און וויאזוי צו קעיר נעמן פון איהם. 3. אויב וועט זיך אויספעלן אמאל דראסטישע שריט וועלן די עלטערן וויסן פון דעם און פארשטיין די צורך, און מיטארבעטן מיט דעם מחנך.

אבער אפט דא עלטערן וואס זענען די וועלט מחנכים און פינסטערע בעלי גאה, וואס זייערע קינדער זענען געבוירענע מושלמים אן קיין מעגליכקייט פון א טעות און ווען מען האנדלט מיט אזעלכע איז בעסער פארן מחנך צו שטיין וואס ווייטער פון זיי ווייל פגיעתן רעה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4842 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 11:18 am

לדעתי איז דא א פראבלעם אין ישיבות (חסידישע) , פיריעד!
קודם כל וויפיהל פראצענט פון קינדער אין די יאהרען פון 15-16 און יונגער קענען זיצען און לערנען א גאנצען טאג? די ענטפער איז, זייער א קליינער מספר. ממילא איז לא ימלט אז די קינדער זאלען ווערען הייפעראקטיוו וכדו'. זיי זענען באארד און כמה פעמים נעגלעקטעד.
נאך א פראבלעם די מנהלים און ראשי המוסדות (אין די חסידישע ישיבות) האבען גאנץ א קנאפע וויזיע וויאזוי א ישיבה דארף אןיס צוזעהן, און וויאזוי די ענד פראדאקט דאף ארויס קומען. זיי אליין זענען בדרך כלל ארויס געוואקסען פון די פעילינג חסידישע ישיבות.
וואס געשעט איז אז און די ערשטע צוויי כיתות ווען די בחורים זענען נאך יונג צוהט מען זיי אהן כדבעי און מלערנט גאנץ פיין. רצופות, בקיאות, כנוסח החסידים. אבער איינמאהל עס קומט צו דער דריטן קלאס איז דא א גרויסער בירנאאוט. אין דא איז דער פראבלעם. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס עס איז כמעט נישטא בנמצא קיין גוטע חסידישע ישיבות גדולות.
ווען זיי האבען ווען שכל וואלטען די חסידים זיך געלערנט פון דעם ישיבה'שער וועלט. ווי מען טרייבט נישט איבער און די יונגע יאהרען, און מען לערענט נישט בקיאות און רצופות אין די וועלט אריין. נאך מער מען לערנט דריי שעה א טאג ענגליש ביז מען ענדיגט היי סקול כדי מען זאל האבען א ברעיק דורכן טאג, און ווי עס איז די רצון פון א יעדע אחריותדיגער טאטע און מאמע.
וואס געשעט ווען דער בחור איז 18 יאהר הייבט ער אהן צו לערנען כדבעי. און ןןעו ער איז 25 אויב ער וויל קען ער גיין זיך לערנען אן אומנות אין קאללעדזש.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מאי 16, 2016 11:22 am

עס איז אמת, אבער איך וועל צוריק ווארפן די באל צו אונז די עלטערן, ווייל איך בין באקאנט מיט א גוטע ישיבה וואס האט געוואלט איינפירן אז די בחורים זאלן שפילו באל ביי פרישטאג און לאנטש, אבער די עלטערן האבן געמאכט אזא קול צעקה, אז דער מנהל האט געזאגט 'אקעי איך האב געוואלט העלפן אייערע קינדער, ווילן ענק נישט, איז נישט'.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4842 מאל

Re: ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 16, 2016 2:15 pm

מ'קען נישט ארויסנעמען איין חלק פון די ישיבישע וועלט און בויען דערויף. מ'דארף אויסשמועסען זייער הצלחות און כשלונות מיט א פולען בליק, טאמער מ'וויל עפעס אימפארטירען.

א. כמעט אלע נייע ישיבות האבען נישט קיין לימודי חול, און ס'מאכט נישט אויס לגבי די 'בית המדרש' יארען.
ב. ווען לערנען ווערט פארקויפט אלס א חומרא, א פרומקייט און א הייליגקייט, פעלט עס אין דער חינוך אז לערנען איז דער הויפט חלק פון די לעבען פון א איד. ווען ער איז שוין זאט פון פרומקייט, בלייבט איהם קיין שום סבה צו לערנען, און דער חינוך לכתחלה איז א דבר שאינו ראוי להתקיים.
ג. דער בעל דברי יואל האט אמאל באזוכט קליוולאנד. ער איז געגאנגען צום טעלזער ישיבה דארט און ער האט באמערקט די בחורים שפילען אינדערויסען מיט א באלל. ער האט געזאגט א דרשה און פארדאמט דער הנהגה. גלייך ווען ער איז ארויסגעגאנגען, האט ר' מאטעל גיפטער געקלאפט אויפ'ן בימה און געזאגט 'מיר האלטען אנדעריש'.
ד. ס'איז נישט דא (כמעט) קיין בחור וואס 'דארף' נישט קיין ישיבה. א מצויין דארף א חינוך אין לערנען, א גוטע בחור דארף א סביבה וואס שטיצט זיין גוטע שאיפות. דאס איז א גרייז וואס אומפארשטענדליכע 'מחנכים' זענען מפרסם, כאילו א ישיבה איז נאר אויף צו האלטען דער עולם אין די ראמען, און דער 'וואוילע' איז דאך סייאווי אין דער ראמען.
ה. אין מיין לעבען, אין ליטווישע ישיבות, איז דער בחור דער מחוצף אפט געווען א בחור וואס האט יא געלערנט. דער וואס לערנט נישט האט אפטער געזינדיגט, אבער דער מחוצף איז געווען איינער וואס לערנט, ואני הק' בתוכם. דאס מאכען דער משמעת וויכטיגער ווי דער לערנען מאכט א גייסט פום 'ראמען האלטען' העכער דאס פשוט זיצען און לערנען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7003 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 2:45 pm

דאס איז טאקע איינע פון די ירדת הדורות אז די ליטוואקעס זענען געווארען פרום און זענען נישט מער געבילדעט ווי אמאהל. די אמאהליגע זענען געווען ברייטע אפענע קעפ מיט וועמען עס איז געווען א פארגעניגן צו שמועסן אין עיניני דעלמא אדער אין לערנען. למעשה שטעלט זיך אויס אז אין די ישיבות אוואו מען לערנט למודי חול לערענט מען בעסער גפ"ת, מער בעיון און מיט מער זיץ פלייש...
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 2:47 pm

דער בעל דברי יאול האט דוכט זיך אין זיין לעבען נישט געלערענט אין א ישיבה
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

Re: ארויסווארפן א בחור פון ישיבה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 16, 2016 2:51 pm

תורה ומדע האט געשריבן:דאס איז טאקע איינע פון די ירדת הדורות אז די ליטוואקעס זענען געווארען פרום און זענען נישט מער געבילדעט ווי אמאהל. די אמאהליגע זענען געווען ברייטע אפענע קעפ מיט וועמען עס איז געווען א פארגעניגן צו שמועסן אין עיניני דעלמא אדער אין לערנען. למעשה שטעלט זיך אויס אז אין די ישיבות אוואו מען לערנט למודי חול לערענט מען בעסער גפ"ת, מער בעיון און מיט מער זיץ פלייש...

דאס איז ווייט פון באשטעטיגט. פילאדעלפיא האט א שטארקער ענגליש פראגראם און עפ"י רוב זענען די בוגרים פארתמט'ע אמעריקאנער. לימודי חול, אין אמעריקאנער מתיבתות, איז אויך נישט געווידמעט אויפצווועקען דער בחור'ס נייגער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7003 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מאי 16, 2016 2:52 pm

צוריק צום נושא
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4842 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 16, 2016 2:52 pm

תורה ומדע האט געשריבן:דער בעל דברי יואל האט דוכט זיך אין זיין לעבן נישט געלערענט אין א ישיבה

יא יא, א ריזיגע און פארצווייגטע פראבלעם. דער מייסד פון די ערשטע און גרעסטע חסידישע ישיבה, האט קיין אהנונג נישט געהאט וואס דא טוט זיך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7003 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מאנטאג מאי 16, 2016 2:56 pm

געוואלדיג האט געשריבן:עס איז אמת, אבער איך וועל צוריק ווארפן די באל צו אונז די עלטערן, ווייל איך בין באקאנט מיט א גוטע ישיבה וואס האט געוואלט איינפירן אז די בחורים זאלן שפילו באל ביי פרישטאג און לאנטש, אבער די עלטערן האבן געמאכט אזא קול צעקה, אז דער מנהל האט געזאגט 'אקעי איך האב געוואלט העלפן אייערע קינדער, ווילן ענק נישט, איז נישט'.

'די' עלטערן. כ'האב א פילינג אז ס'איז געווען אפאר עקסטרימע עלטערן און בצע אידן וואס האבן געוואלדעוועט און די איבריגע האבען געדארפט זיי דולדן ווייל זיי זענען דאך חושיבע גאטספארכטיגע אינגעלייט.
"הֲלֹ֞א אֵ֣ת אֲשֶׁ֧ר יוֹרִֽישְׁךָ֛ כְּמ֥וֹשׁ אֱלֹקיךָ אוֹת֥וֹ תִירָ֑שׁ וְאֵת֩ כָּל־אֲשֶׁ֨ר הוֹרִ֜ישׁ השם אֱלֹקינוּ מִפָּנֵ֖ינוּ אוֹת֥וֹ נִירָֽשׁ" (הפטרה פרשת חקת)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3019
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2643 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג מאי 16, 2016 2:59 pm

עס איז א אלטע כלל אז אפאר עקסטרעמיסטן מאכן די מהפכות, און דער פאסיווער רוב לאזט דאס צו, דאס איז אונזער ארבעט נישט צו לאזן די מיעוט רעדן בשם דעם רוב נאר יעדער זאל זאגן א מיינונג, און טאקע אויב זאלן די עלטערן האלטן כסדר א קשר מיט די ישיבה, דורך רופן און רעדן מפעם לפעם וועלן זיי אוודאי האבן אסאך א שטערקערע השפעה אויף מהלכים אין ישיבה ווי די פאר קצוניים.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4842 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 3:11 pm

דאס איז ווייט פון באשטעטיגט. פילאדעלפיא האט א שטארקער ענגליש פראגראם און עפ"י רוב זענען די בוגרים פארתמט'ע אמעריקאנער. לימודי חול, אין אמעריקאנער מתיבתות, איז אויך נישט געווידמעט אויפצווועקען דער בחור'ס נייגער
הוא גופא קשיא
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מאנטאג מאי 16, 2016 3:13 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דאס איז טאקע איינע פון די ירדת הדורות אז די ליטוואקעס זענען געווארען פרום און זענען נישט מער געבילדעט ווי אמאהל. די אמאהליגע זענען געווען ברייטע אפענע קעפ מיט וועמען עס איז געווען א פארגעניגן צו שמועסן אין עיניני דעלמא אדער אין לערנען. למעשה שטעלט זיך אויס אז אין די ישיבות אוואו מען לערנט למודי חול לערענט מען בעסער גפ"ת, מער בעיון און מיט מער זיץ פלייש...

דאס איז ווייט פון באשטעטיגט. פילאדעלפיא האט א שטארקער ענגליש פראגראם און עפ"י רוב זענען די בוגרים פארתמט'ע אמעריקאנער. לימודי חול, אין אמעריקאנער מתיבתות, איז אויך נישט געווידמעט אויפצווועקען דער בחור'ס נייגער

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk


הא גופא קשיא
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 715
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג מאי 16, 2016 6:52 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ב. ווען לערנען ווערט פארקויפט אלס א חומרא, א פרומקייט און א הייליגקייט, פעלט עס אין דער חינוך אז לערנען איז דער הויפט חלק פון די לעבען פון א איד. ווען ער איז שוין זאט פון פרומקייט, בלייבט איהם קיין שום סבה צו לערנען, און דער חינוך לכתחלה איז א דבר שאינו ראוי להתקיים.

עפעס בינעך נישט קלאר וואס דאס מיינט, קענסט עלאברירען ?

לויט ווי איך קוק אן תורה (איך בין א חסידישער אינגערמאן) איז עס אופן פון עבדות ה', איך לערן נישט מיין שיעור ביינאכט צו קענען שטייגן א מורה הוראה, איך לערן צו קונה זיין ידיעות התורה, און מקיים זיין דעם והגית בו.

זאל ווען פעלן די צוויי אספעקטן פון תורה, פארוואס זאל איך לערנען אזא אלטע טעקסט בוך, אז איך דארף וויסן וויאזוי זיך צופיהרן וועל איך עפענען א נטעי גבריאל, נשמת שבת, רופן א דיין וכו'

(אפשר זאלסטו עס ארויסטראגן פון דעם אשכול און עס מסביר זיין באריכות ערגעץ אנדערש)


לגבי שמעקעדיג'ס תגובה.

לויט ווי איך פארשטיי רעדט ער נישט פון ארויסווארפן/נישט אננעמען בחורים, ער רעדט פון די אומעפעקטיווע און צומאל אויך אומאחריותדיגע התנהגות פון גוט-מיינענדע איינגעשטעלטע.

ביזט הייליג גערעכט, איך בין נישט באקאנט אין אנדערע ישיבות, אבער אין די חסידישע וועלט ווערן די ישיבות געפיהרט אויף זייער א קינדערישע אופן, ס'הערשט נישט קיין ערוואקסענע אטמאספער, און דאס זעהט זיך אן, אין אלע חלקים פון די ווירטשאפט, סיי מיט די משגיחים קאץ-און-מויז שפיל, און די שטראפן איז נאך א פלאץ ווי דאס קלאפט אויס, אונטערשטע שורה וואס יעדער איינגעשטעלטע דארף פרעגן פאר ער גרייט זיך צו באשטראפן א בחור, גייט די עונש אים איבערצייגן עס אויפהערן צו טוהן ? אדער גייט עס מאכן אז ער זאל 'מורא' האבן עס נאכאמאל צו טוהן ? דער ענטפער דארף קלאר זיין דער ערשטער, הגם ס'גייט רוב מאל זיין דער דרך ארוכה, האט עס אבער א שאנס מצליח זיין, דער צווייטער מהלך האסטו בסך הכל געמאכט א קוויק-פיקס (און רוב מאל דאס אויך נישט...) וואס האט קיינעם גארנישט געלערנט און גייט אוודאי קיינעם נישט טוישן
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 881
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט