פון בני מלכים צו בני שנוררערס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

פון בני מלכים צו בני שנוררערס

שליחה דורך תורה ומדע »

לויט ווי די וועלט פאהרט זעהט אויס אז מיר גייען ווערען אין נאך אפאר יאהר א געזעלשאפט וואס מייסטנס עולם קען זיך נישט אליין מפרנס זיין אן זיך פארלאזען אויף אנקל סעם. אז מיר קוקען צורק אפאר צענדליקער יאהרען וועלען מיר זען אז די נצולי שואה דאהי און אפילו אין א"י האבען זיך גאנץ פיין אן עצה געגעבען. טאקע זיי האבען נישט געהאט די גרויסע משפחות, אבער זיי האבען חתונה געמאכט בדרך כבוד און געשטיצט און געבויעט מוסדות התורהץ דער נעקסטער דור, די בעיבי באמערס, האבען שיין פארדינט אין דיימאנדס אדער קאמפיוטערס אדער ריל עסטעיט. רוב רובם האבען ערליך געארבעט, נישט נהנה געווען פונעם אנקל, און וועלען בקרוב ריטייערן בדרך כבוד.
דער בראך איז אנהייבענדיג מיטן נעקסטן דור און מיטן דור רביעי וואס מערט זיך ווי די הייבן כ"י. דוכט זיך אז 70% צו מער לעבן אין "פאווערטי"! רח"ל. די תוצאות פון דעם פילען זיך און אלע שטחים פון לעבען, אין מוסדות, און אין חינוך וכדו' אין בכלל אינעם צופרידענהייט פונעם געזעלשאפט.
די שאלה איז וואס האט גורם געווען צו דעם? האבען די מנהיגים עפעס פארזעהן? איז די כולל רוח שולדיג? אפשר די בת יעקבס? איז די געזעלשאפט אין א"י א חלק פונעם פראבלעם? האט מען צו יונג חתונה? האט מען צו פיהל קינדער צו נאהנט איינער צום אנדערען? פעהלט אונז אין סקילס אדער דרייוו? איז דא א פאקטאר פון פחד פון ארויס גיין אין די גאס?
נאך א שאלה: ווער וועט אונז העלפן פון דעם ארויס און וויאזוי וועט זיך דאס טוישען?
רבותי הזמן קצר והמלאכה מרובה! עס ווערען געבוירען צענדליגער טויזטער אידישע בעיביס א יאהר אין ני! מהיכן ירק זה חי? :roll:
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר