ליגנט! ליגנט! ליגנט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

ליגנט! ליגנט! ליגנט!

שליחה דורך העניך »

וואס איז דאס מיט אונזער רילעישאנשיפ מיט'ן אמת? פון איין זייט שרייען מיר אז דער אמת ליגט נאר ביי אונז – אלעס און יעדער איז פאלש. אונזער לעבנסשטייגער און גלויבן-סיסטעם איז געבויט אין פלאטערן דעם פאן פון אמת: מיר שרייען אז אין אדם מנחיל שקר לבנו, און מ'טאר נישט האבן קיין ספיקות אין וואס מ'זאגט אונז. מיט דער הנחה פון אמת בויען מיר אונזער גאנצן לעבן אויף כתבים און שמועות פון היינטיגע און אמאליגע מגידים און מספרים.

ס'טייטש, קען מען דען דערציילן אז די קרבנות פון דער נעכטיגער מיאמי טראגעדיע זענען געגאנגען שווימען אין ים? מ'דארף דאך חס זיין אויף זייער כבוד. און אזוי טרעפן מיר שוין היינט געדרוקט שווארץ-אויף-ווייס אין "די צייטונג" אז די פינף אידן זענען געגאנגען "שפאצירן ביים וואסער-בארטן נאכ'ן לערנען צוזאמען בחברותא, ווען פלוצים האט א מאסיווע ים-כוואליע זיי אריינגעשלעפט אין וואסער." דאס איז נישט אינפארמאציע איבער א געשיכטע וואס האט פאסירט פופציג יאר צוריק אדער ביים גירוש שפאניע, נאר איבער א מעשה וואס האט פאסירט... נעכטן! ווייניגער פון 24 שעה פאר מ'האט שוין געקענט קויפן די געדרוקטע פאלסיפיצירטע געשיכטע אין די געשעפטן.

אין דעם יעצטיגן פאל שרייט די לייכטזיניגקייט מיט'ן אמת נאך מער ווי אין אנדערע פעלער. די פינף אידן וואס זענען געגאנגען שווימען האבן דאך באמת גארנישט קיין שלעכטס נישט געטון. זיי זענען געגאנגען שווימען אויף אן ארט וואו עס האבן זיך נישט געפונען קיין פרעמדע, און עס איז געווען באופן מהדרין מן המהדרין. קיינער האט זיי נישט נאכגעקוקט, און זיי האבן אויסגעקליבן אן ארט צו שווימען וואס איז באמת כשר למהדרין. נאר פארוואס זאל מען נישט שרייבן דעם אמת? אין דעם קאפ פון קול מבשר, די צייטונג, וכו', גייט דאס: "מע, בע, צו וואס פעלט אויס צו שרייבן? צו וואס דארף מען טראכטן? צו וואס זאל מען פרעגן? פארוואס זאל מען מיינען?"

דאס איז אונזער צוגאנג צום אמת. אמת ווערט נישט געזען ווי אן ערך וואס מ'דארף זיך רעכנען דערמיט. אויב איז דא די מינדעסטע אומבאקוועמליכקייט מיט'ן אמת – אפילו די מינדעסטע ממש – איז אוועק מיט'ן אמת! אמת איז אן ערך וואס ווערט ניטאמאל גענומען אין באטראכט ווי א שוויות וואס מ'דארף מעסטן קעגן די אנדערע אינטערעסן. אויב דארף מען בכלל מעסטן זאל דער אמת גיין איבער'ן דראנג. אמת וואס האט נאר די מינדעסטע צווייפל, די פשוט'סטע שאלה, איז שוין בהמה שהורה בה חכם, און ארויס דערמיט. דער אמת קען אמאל זיין "טריקי", אבער אז איינער זעט אן ערך אין אמת טרעפט ער א וועג צו ארבעטן דערמיט. עלטערן האבן ווייטער ליב א חוצפה'דיג קינד, און געבן אים נישט אוועק צו אדאפטירן ווייל ער האט זיי געגעבן א שנעלקע אין דער נאז.

שטעלט אייך פאר ווי באגלויבט "די צייטונג" איז איבער געשעענישן וואס האבן פאסירט א יאר צוריק, צען יאר צוריק, פופציג יאר צוריק, אדער דריי הונדערט יאר צוריק. אויב היינטיגע פאקטן קענען ווערן געשניטן און געשענדעט לויט די געפילן און אגענדעס, וויאזוי קען מען גלייבן איין ווארט איבער א געשיכטע וואס האט פאסירט אמאל, און איז שוין דורכגעגאנגען פינף פילטערס פון פארשידנארטיגע סארטן?

הר"ר אברהם פריעדמאן פון די צייטונג איז דאך נישט סתם א גאסן-יונג, ער פארשטייט אז מ'דארף משנה זיין די פאקטן צוליב ערנסטע סיבות. און איך בין זיכער אז דאס האט א לאנג-יעריגע טראדיציע פון ערליכע אידן וואס האבן זיך אזוי געפירט. אוודאי האבן ערליכע אידן פון אמאל וואס האבן געשריבן זייערע זכרונות אויך געוואוסט צו שרייבן אויף אן אופן וואס איז מרבה כבוד שמים. און ווי ווייט גייט דאס צוריק? האבן די ראשונים אויך צוגעפיצט די פאקטן צוצופאסן צו זייערע געפילן? האבן די חכמי התלמוד אויך פארשטאנען אז פאקטן זענען בויגזאם?
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר