איז דאס נאר אין חב"ד, אדער ווערען מיר אלע מער אסימילירט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

איז דאס נאר אין חב"ד, אדער ווערען מיר אלע מער אסימילירט

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:42 pm

קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 570 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:54 pm

תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/

מ'קען עס צושרייבן צו די אפוועזענהייט פון א מנהיג.

ווי א קנאפע חסיד איך בין פון די היינטיגע מנהיגים, איז שווער צו זעהן ווי אזוי אידישקייט גייט בלייבן גאנץ אן זיי.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1024
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 870 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 3:04 pm

איך הער וואס איהר זאגט. אבער ביי אונז אלע פעלט דער דרך ארץ וואס מיר האבען געהאט פאר אוזערע מנהיגים מיט בלויז צוואנציג יאהר צוריק.
חוץ מזה רעכענט ער אויס דריי אנדערע סיבות וואס מען קען ביי אננז נישט אויס ראאלען. עס איז דא אסאך מחלוקת, עס איז דא עליטיזם ביי די כולל קולטור און ביי די גבירים, און אוודאי טעכנעלאגיע..
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 570 מאל

הודעהדורך אביתר פריעדמאן » דאנערשטאג מאי 19, 2016 3:25 pm

תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/

איז דא א תקנה עפעס אז מען מוז עפעס שרייבן ווען מען עפענט אויף אןאשכול און סאיז נישט גענוג סתם א לינק?
עניוועי וואס שטייט אין יענע לינק?
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » דאנערשטאג מאי 19, 2016 4:19 pm

תמצית הדברים.
עס איז א פאקט אז אין חב"ד איבער די גאנצע וועלט איז דא א גרויסער מאדערניזאציע ביי דער יונגע דור. עס איז באמערקזאם אין פארשידענע הינזיכטען. דער מחבר פונעם ארטיקעל פאינט צו פיהר סיבות וואס קאנטריביוטן צו דעם ערשיינונג.
א. טעכנעלאגיע האט געעפנט די וועלט צצו יעדעס קינד
ב. חבד האט פארלוירען זייער מנהיג, און עס איז נישטא קיין הנהגה באחדות
ג. עס איז דא מחלוקת וואס דאס ברענגט צו אז מענשען אנטלויפען פון וואס חבד רעפרעזענטירט.
ד. עליטיזם, וואס אין חבד איז דער שפיץ פון א חסיד אויב ער איז א שליח פון רבין. אויב ער קען דאס נישט באווייזען לאזט ער זיך נאך.

הנוגע לעינינינו, מיר דוכטזאך מיר אז ביי נישט-חבדסקער איז אויך דא די אלע פיהר סיבות
טעכנעלאגיע אוודאי, מיט אלע פילטערס...
הנהגה ביי אונז איז זייער שוואך ביי רוב עולם.
מחלוקת איז דא פלענטי
עליטיזם. גיטס נאר א קוק אהן א יומגערמאן וואס מוז גיין ארבעטען לייך נאך די חתנה, אדער איינער וואס קען נישט אפארדעו א פענסי חתונה וכדו'
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 830
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 570 מאל

Re: איז דאס נאר אין חב"ד, אדער ווערען מיר אלע מער אסימילירט

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:27 pm

עליטיזם איז אייביג געווען אין חב"ד, פונקט ווי אומעטום. קוקט'ס וועלכע משפחות באקומען די פעטע פאסטנ'ס אין דער שליחות אפאראט. דא א שם-טוב, דארט א חן און ערגעץ אנדעריש א ווילהעלם. די שוואכע פאסטנ'ס גייען צו די וואס זענען נישט פון די משפחות המיוחסות.

וועגען חב"ד'ס פאלען נאכ'ן פטירה ווייס איך נישט. בחיי דער רבי'ן האט מען זיך פיהל מער באשעפטיגט מיט נערישקייטען, ווי משיח און שלימות הארץ. היינט איז עס בלויז קירוב. לדעתי זענען זיי געשטיגען שטארק, טאמער מ'קוקט אויף תש"נ כלפי היינט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8730
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3047 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8198 מאל

הודעהדורך מור וקציעה » דאנערשטאג מאי 19, 2016 7:07 pm

תורה ומדע האט געשריבן:http://www.chabadcurrents.com/discussions/the-modernization-of-chabad/

http://haemtza.blogspot.com/2016/05/the ... d.html?m=1
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 429
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 522 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 546 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » פרייטאג מאי 20, 2016 1:04 am

איך בין שוידערליך איבערגענימען פון די קאממענט'ס אויף דעים בלאג, נישט ווייל איך האב נישט געוויסט דערפון, נאר פשוט עס וועקט אויף די ווייטאג צו זעהן ווי אזא שיינע חסידות האט זיך דערקייקלט.

די נקודה האמצעית והתוכניות איז פשוט כמשמעו: ג' תמוז! ווי מאנכע ברענגען עס דארט ארויס. א קהילה מיז האבן א ליעדער, א פירער, אז נישט, שוועבט דאס אין די לופטן ווי א שיף אן א רידער און דאס איז די סיבה פארוואס חב"ד קען זיך נישט מסדר זיין, און וועט זיך לכאורה בדרך הטבע נישט מסדר זיין ביז משיח'ס טאג, וויבאלד זיי לעבן בשיטה אן א פירער, ואיש כל הישר בעיניו יעשה.

ווען די רבי האט געלעבט איז די מצב געווען גאר אנדערש, אלפי מעלות יותר לטובה, ער האט געוויסט ווי צו קאנטראלן די מאדערנקייטן אז דאס זאל זיך האלטן אידישלעך און נישט ארויס פון קאנטראל
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט