בערני סענדערס: דער רבי שליט"א קען נישט קעירן פאר אייך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

בערני סענדערס: דער רבי שליט"א קען נישט קעירן פאר אייך

שליחה דורך העניך »

אין דעם טומל פון דעם דעמאקראטישן פארמעסט צווישן בערני סענדערס און הילערי קלינטאן שרייט ארויס איין טענה מיט וואס איך בין פולקאם מסכים מיט ר' בערניו: מענטשן זענען נישט קיין מלאכים, און ווערן באאיינפלוסט פון געלט און נגיעות. סענדערס שרייט אז קלינטאן נעמט אוצרות מיט געלט פון וואל-סטריט שפעקולאנטן און דאס אפעקטירט אירע פאליסיס לטובת די מיליאנערן און ביליאנערן, אבער קלינטאן פארזיכערט אז דאס בארירט איר בכלל נישט.

סענדערס, לעומת זה, שרייט צוריק אז קיינער וועקט זיך נישט אויף אינדערפרי און איז מחליט צו טיילן געלט אן האבן א חשבון וויאזוי ארויסצונעמען א בענעפיט פון דעם געלט. די ביליאנערן געבן דאס געלט פאר קלינטאן ווייל זיי ווייסן דעם אומפארמיידליכן יסוד: כי השוחד יעוור. מיט'ן באקומען א וואל סטריט אפותיקי איז נישט מעגליך אז קלינטאן זאל נישט באאיינפלוסט ווערן לטובתם.

ביי די רעפובליקאנער איז די דעבאטע בכלל נישט רעלעוואנט, היות זיי האלטן אז אדרבה, זאלן ביליאנערן פארדינען וואס מער און זייער פארדינסט פלוסט דערנאך אראפ צו די ארעמע. איך נעם נישט דא קיין שטעלונג ווער עס איז גערעכט מיט דעם. אבער אין דער דעמאקראטישער דעבאטע צי געלט באאיינפלוסט א מענטש, איז קלאר אז סענדערס איז גערעכט, און קלינטאן איז נישט אויפריכטיג ווען זי פארקויפט אז דאס שאדט איר גארנישט ווען זי שטעלט אהער אירע פאליסיס.

סענדערס' שיטה קען פאר'סך-הכל'ט ווערן אין דריי ווערטער: "מענטשן זענען מענטשן" – מיר זענען נישט קיין מלאכים. מענטשן ווערן באאיינפלוסט פון כל מיני נגיעות און עס איז אוממעגליך זיך צו באווארענען פון זיי. דאס איז כולל כל אשר בשם 'מענטש' יכונה, אריינגערעכנט ביליאנערן, הויכראנגיקע פאליטיקאנטן, און מענטשן אין הויכע גייסטישע פאזיציעס. אן אויפריכטיגער און ערליכער מענטש קען נאר פרובירן צו אידענטיפיצירן וואס איז גורם אז ער זאל נישט קענען גראד טראכטן, און עלימינירן די גורמים, אבער איינמאל אזא גורם איז דא איז נישט מעגליך זיך ארויסצודרייען פון די מענטשליכע פסיכאלאגישע עפעקטן.

רבי'ס און רבנים האבן א גאר שטארקן כוח צו אוועקשטעלן פאליסיס וואס אפעקטירן דעם לעבן פון זייערע נאכפאלגער. א רבי דארף זען אז זייערע באשלוסן זאלן זיין באזירט אויף א קלארן פארשטאנד איבער דעם לעבן פון אלע זיינע נאכפאלגער און וויאזוי זיינע באשלוסן און פאליסיס גייען זיי אפעקטירן. זאל דער רבי שטיצן דעם יונגערמאן צו עפענען א ביזנעס? זאל ער אים מעודד זיין צו גיין אין קאלעדזש? זאל ער מחזק זיין צו קויפן א דירה אין א נייעם געגנט? זאל ער אים שטופן צו טון יענעם שידוך? זאל ער אים ערלויבן בוירט קאנטראל? – די אלע פראגעס קען דער רבי ענטפערן נאר אויב ער האט א טיפן און קלארן פארשטאנד איבער דעם לעבן פון דעם יונגערמאן, זיין משפחה, זיין מצב, און נאר אזוי קען ער געבן א תשובה וואס איז באמת די טובה פון דעם חסיד.

לאמיר אנכאפן א רבי פון הונדערט יאר צוריק. קומט א איד צום ישמח משה און פרעגט א פראגע בנוגע פרנסה. דער ישמח משה אליין האט געוואוינט אין א כאטקע, קיין איבריגן דאלאר האט ער קיינמאל נישט געהאט, קיין שפע פון עסן איז נישט געווען, מסתמא האבן ער אליין און זיין פאמיליע געשפירט דעם טעם פון הונגער מער פון איין מאל, און ער האט פינקטליך פארשטאנען וואס דער שואל וויל. ווען דער חסיד האט געפרעגט א פראגע בנוגע פרנסה האט ער קלאר פארשטאנען וואס ער וויל, און האט געקענט ענטפערן תורה'דיג און פראקטיש מיטפילנדיג מיט דעם מצב.

נו, שוין נישט פון היינט וואס רבי'ס מוטשען זיך נישט מיט פרנסה, אזא רבי ווי ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל האט אבער געהאט אנדערע וועגן וויאזוי מיטצופילן מיט זיין חסיד. ווען א חסיד איז אריינגעקומען צום באבובער רב ז"ל האט דער באבובער רב אים ליב געהאט אהבת נפש. געווענליך איז דאס געווען איינער וואס נאכ'ן קריג האט ער מחליט געווען אז ער האט ליב דעם באבובער רב און האט אים אויסגעקליבן פאר זיין רבי'ן, אדער איז דאס געווען א קינד פון אזא איינעם, וואס דער רב האט זיך מיטגעפרייט און מיטגעזארגט מיט אים פון דעם טאג וואס ער איז געבוירן געווארן. די גאנצע שייכות פון דעם חסיד מיט'ן רבי'ן איז געווען מיט א געוואלדיגע אהבה הדדית און מיט אמת'ע פארשטענדעניש. דאס איז געווען א רילעישאנשיפ ווי א טאטע מיט זיינע קינדער.

אפילו דער באבובער רב האט געוואוינט אין זיין עלעגאנטן הויז און האט זיך נישט געדארפט זארגן פאר ברויט, האט ער כאטש געהאט פשוט'ע סיבות ליב צו האבן די מענטשן וואס זענען געקומען זיך דורכשמועסן מיט אים. זיי זענען געווען מענטשן וואס האבן בוחר געווען אין אים, זיי זענען געווען מענטשן וואס זענען אויפגעוואקסן מיט אים, וואס ער האט באגלייט פון דעם טאג וואס זיי זענען געבוירן געווארן. איך ווייס נישט צי דער באבובער רב האט אינגאנצן פארשטאנען דעם ארימאן, אבער זיין ליבשאפט צו דעם ארימאן האט זיכער ערלויבט דעם רב צו ענטפערן פראגעס איבער פרנסה און שידוכים וכו' פרובירנדיג צו פארשטיין דעם מענטש וואס ער האט ליב געהאט אהבת נפש.

ווען מיר קוקן, אלזא, אויף א היינטיגן רבי'ן, א מענטש וואס איז אויפגעוואקסן מיט א גאלדענעם לעפל אין מויל, געפיעטשעט פון קינדווייז אן און האט קיינמאל נישט געפילט ארימקייט אדער סיי וועלכע אנדערע דאגות וועלכע פלאגן פשוטי עם – וויאזוי איז בכלל מעגליך אז ער זאל באמת ארייננעמען אין באטראכט די געפילן און מוטשענישן פון זיינע חסידים ווען ער מאכט באשלוסן וועלכע אפעקטירן זייער לעבן? אין רוב פעלער האנדלט זיך עס פון א רבי וואס איז אליין א מיליאנער, האט קיינמאל נישט געהאט קיין דאגות פון פרנסה, און אלע זיינע קינדער און אייניקלעך זענען פארזיכערט מיט פרנסה. די אלע מוטשענישן און מאטערנישן וואס מענטשן גייען דורך צו פארדינען, זיך צו בויען, צו בויען די קינדער, שידוכים, איז אים אנגעקומען מיט א טויזנטסטל פון דעם צער. ועוד יותר, דער רבי האט נישט קיין הכרת הטוב און אהבה פאר זיינע חסידים, ווייל אין רוב פעלער זענען זיי שוין געבוירן געווארן "ביי אים" אן קיין אייגענער ברירה. דער רילעישאנשיפ צווישן דעם חסיד און רבי'ן איז נישט מתוך אהבה הדדית, נאר דער חסיד "באלאנגט" דא, און דער רבי שפירט אז ער איז דער באלעבאס פון דעם חסיד. דער גאנצער שייכות איז טעכניש אן קיין שום מענטשליכן עלעמענט.

נאר פונקט ווי קלינטאן וועט דער רבי שרייען אז ניין, דאס אפעקטירט אים נישט. טראץ דעם וואס ער באדט זיך אין געלט, און טראץ דעם וואס ער האט נישט קיין סיבה ליב צו האבן זיינע חסידים, "קען ער" זיך אינגאנצן אריינלייגן און זייער מצב, און מאכט יא באשלוסן וואס זענען לטובתם. סענדערס שרייט, שנייד די קרעפלעך! ווילאנג דער רבי איז נישט קיין מלאך איז ער א מענטש פון בשר ודגים. עס איז נישט מעגליך פאר א מענטש זיך אריינצולייגן אין דעם מצב פון א צווייטן אן זיין מאטיווירט פון אליין זיך געפונען אין דעם מצב אדער מיט א גאר נאנטער, ליבליכער און אמת'ער רילעישאנשיפ מיט יענעם.

נישט נאר פראקטישע און השקפה'דיגע עצות פארלאנגען א טיפן אינטימען פארשטאנד איבער דעם מצב פון פשוטי עם, נאר אויך פסקי הלכה זענען בויגזאם אויב מ'פארשטייט צו די פערזענליכע סטראגלס פון פשוטי עם. אין די פוסקים געפונען מיר אומצאליגע פעלער וואס פסקי הלכה זענען געבויגן געווארן צו העלפן פשוטי עם מיט זייערע טעגליכע מאטערנישן. צי קלערט איר אז די הארטנעקיגע לעכערליכע איסורים אויף בוירט קאנטראל, קאלעדזש, אינטערנעט, אפיס-דזשאבס, וכו' וכו', וואלטן עקזיסטירט ווען רבי'ס וואלטן באמת פארשטאנען וואס אידן גייען דורך? אוודאי נישט! זיי האבן די מעגליכקייט צו גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און שאפן אויפ'ן ציבור מיט עקסטרעמיזם אן קיין שום שולד-געפילן ווייל זיי זענען בכלל נישט קאפאבל צו פארשטיין דעם פשוט'ן מענטש.

כאטש דאס אלעס וואס איך האב געשריבן דא שרייט וועגן דעם אומקאמפעטענץ פון די היינטיגע יושבים ראשונה במלכות, איז דאס אבער אויך א לימוד זכות אויף זיי. זיי זענען אזוי משוקע אין זייער לעבנס-סטיל אז זיי קענען באמת נישט פארשטיין וואס פשוטי עם גייען דורך. אפילו מיט זיין בעסטן ווילן קען דער רבי שליט"א נישט קעירן פאר אייך. מיר האבן נישט קיין האפענונג אז א רבי אדער רב וועט לייענען דעם ארטיקל און וועט איינזען זיינע באגרעניצונגען, ווייל גאר ווייניג מענטשן האבן די פעאיגקייט צו כאפן א בליק אריין אין דעם אייגענעם תוך, און אנערקענען אז זייער מחשבה-פראצעס איז פעלערהאפטיג. מענטשן טרעפן טויזנט תירוצים פארוואס זיי זענען אנדערש און זענען נישט געשלאגן מיט דעם פעלער – ווי דער אדיקט וואס אנערקענט נישט זיין אדיקשאן, און ווי הילערי קלינטאן וואס איז מסביר ווי וואל סטריט געלט אפעקטירט איר נישט.

עס איז אבער נוגע פאר אונז צו פארשטיין אונזער מצב, און אז מיר דארפן נעמען אונזער שיקזאל אין אונזערע אייגענע הענט. אויב איר האט א פראקטישע אדער הלכה'דיגע פראגע וואס אייער פערזענליכער מצב קען זיין א פאקטאר אין דעם פסק, זאלט איר אליין דורכטון די הלכה פון שולחן ערוך און די נושאי כלים, און נישט פרעגן די רבנים און דיינים וואס זיצן על סיר הבשר. אויב מוזט איר יא פרעגן, זאלט איר נאר פרעגן א תלמיד חכם וואס פארשטייט דעם מצב פון א פשוט'ן מענטש, און איז נישט אפיליאירט מיט א רבי'ן וואס זיצט אויף א כסא מלוכה. דאס איז נישט קיין ראדיקאלער געדאנק - דאס איז די סארט דעת תורה וואס אונזערע עלטערן און אור-עלטערן האבן געהאט פרעגנדיג רבי'ס וואס האבן אליין מיטגעמאכט פונקט ווי די פשוטי עם, אדער האבן געהאט א גאר נאנטן ליבליכן קשר. זיך לאזן דיקטירן דעם לעבן דורך א מענטש וואס קען בכלל נישט פארשטיין וואס מיר גייען דורך און האט נישט קיין עכטן נאנטן קשר מיט אייך איז א חורבן עולם.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר