מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 673 מאל

מתן תורה תשעו, איז די תורה געגעבען געווארען נאר פאר גבירים?

שליחה דורך תורה ומדע »

עס זעהט אויס אז דאס יאהר וועלען נאך אמאהל מקבל זיין אזא תורה וואס איז געגעבען פאר די עעליט קלאס פון כלל ישראל..
אז מיר קוקען זיך אום אויף די הוצאות פון א אידישע משפחה מיט הוצאות פון חתונה מאכען, שכר לימוד, קעמפ, קאנטרי, ימים טובים, צניעות'דיגער קליידער אויפן קאליבער פון בלומינגדעילס.. אויסהאלטען איידימער אין כולל, ועוד, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם, שטעלט זיך אויס א בילד פון זייער אן אומבאלאנסירטע געזעלשאפט. דער גביר קען זיין עהרליך און טוהן "וואס איז אזויגערופען "מקובל" מאבותינו ורבותינו, אבער דער דורכשניטלכער איד, וואס איז לכאורה 90% פונעם ציבור, קען נישט אפארדען צו לעבען אזוי ווי דער אידיאל.
דער בראך איז פיהל גרעסער ווייל מיר לייגען אריין די אלע זאכען אין אונזער תורה און אין מסורה, און מיר פארהייליגען דאס. עס ווייזט זיך אויס אז א חלק פון זיין א תורה'דיגער חשובער איד איז אויך בעה"ב'ישקייט...
ס'דערמאנט מיך א מעשה..
עס איז אמהל געווען א פרייער איד ביי א קירוב לעקציע. דער ראביי דרש'נט און דרש'נט און ער ווייזט אויף מיט ראיות ברורות די אמת'דיקייט פון תורה ומצוות און די שיינקייט פון זיין א איד, שבת, יו"ט, חינוך, וכו'. דער עולם ווערט זייער אינספירירט וכו'. אבער איין איד רופט זיך אהן, "רעבביי", זאגט ער, "איהר האט אן עקסעלענט פראדאקט... אבער איך קען דאס פשוט נישט אפארדען..."
דער עפעקט פון דעם איז אז אסאך אידען ריזענטען דאס, און אסאך אינגעלייט קאפענען די רבנים און גבירים וואס האבען געשאפען דער אזוי גערופענעם סיסטעם. און באמת איז דאס פאלש מעיקרו און א מיסרעפרעזענטאציע פון תורה און השקפה.
מיר דוכטזאך אז דאס איז א תופעה חדשה וואס איז געשאפען געווארען אין די 1960 יאהרען אין וויליאמסבורג און שפעטער אין בארא פארק ווען די ניצולי שואה האבען אנגעהויבען מצליח זיין אין געשעפטען. מען האט זיך צוגעוואינט צו לעבען ברייט און היינט איז זייער שווער אראפ צו קריכען פונעם בוים.
איך וויל פארשלאגען אז דאס יאהר זאללען מיר מקבל זיין די אמת'ער תורה וואס איז געגעבען פאר דעם המון עם צו לעבען לויט זייער סטאנדארט. עס גייט מוזען געשען ממילא. אויב מען וועט עס טוהן מרצון וועט עס נאר זיין אסאך גרינגער...
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר