מוסר און "סעלף העיטינג דזשו!"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 883 מאל

מוסר און "סעלף העיטינג דזשו!"

שליחה דורך שלום על ישראל »

וואס מיינט דאס "סעלף העיטינג דזשו"?

פשוט פשט, ווערט די זאץ געניצט ביי די וואס האסן ווען אנדערע ברענגן ארויס די חסרונות פון אונזערע קאמיוניטי, פון אונזערע קולטור און פון אונזערע פירערס. אין אנדערע ווערטער, עס איז א נעגעטיווע טערמין, וואס מיינט בערך אז ער איז טאקע א איד, אבער אן אנטיסעמיט אין די זעלבע צייט.

איז פארהאן עפעס א חומר'דיגע טענה קעגן די א.ג. "סעלף העיטינג דזשוס"? טוען זיי עפעס אומריכטיג?

ווער א רב שטעלט זיך אויף זאגט זיין דרשה של מוסר, און ער ברענגט ארויס וואס מען דארף מתקן צו זיין, און די אומריכטיגקייט פון געוויסע דרכים, איז ער א "סעלף העיטינג דזשו"?

עס זענען קלאר אייביג פארהאן עטליכע וועגן צו קוקן אויף א זאך - פון אנדערע זייטן - צו זעהן אן אנדערע בליק אויף די זעלבע זאך. בבחינת "הכל לפי המבייש והמתבייש", קען אפילו די זעלבע ווערטער אויף די זעלבע נושא, האבן אן אנדערע אפעקט, ווענדט זיך ווער עס זאגט די ווערטער.

באמת, די פענאמענאן פון "סעלף העיטינג דזשו" איז בנמצא, אבער אויף א באשטימטע באדייט.

א איד וואס האט פיינט א געוויסע סארט אידן צוליב זייער זיין נישט גענוג פרום אדער גאר צו פרום, איז נישט קיין "סעלף העיטינג דזשו". ער איז א מענטש מיט שלעכטע מידות וואס דרייט זיך אין א פארמאכטע הילוך המחשבה. עס איז פשוט נישט רעכט צו פיינט האבן מענטשן נאר צוליב יענעמ'ס אייגנארטיגע לעבנסשטייגער. נישט דאס מיינט די גמרא (פסחים קיג:) אז מען דארף פיינט האבן א רשע. ווער הייסט א "רשע"? ביי די דיני בין אדם לחבירו, איז אפשר גרינגער צו דן זיין ווער ס'איז א רשע, אבער בין אדם למקום, איז אפשר א מחלל שבת כדי להכעיס א "רשע"? אדער אפשר גאר דער וואס איז מוחה אויף אזא איינעם מיט די נישט-ריכטיגע וועג? איינער וואס איז א תינוק שנשבה קען אמאל זיכער נישט אנגערופן א "רשע". מיט דעם אלעם, דער וואס האט יענעם פיינט, בארעדט אים, קוקט אראפ, איז אפשר א ראסיסט אבער נישט א "סעלף העיטינג דזשו", ווייל ער קוקט אים בכלל נישט אהן ווי די ריכטיגע איד - זיין וועג.

עס זענען פארהאן דריי סארט פּערזענלעכקייטן וואס ברענגן ארויס אן עוולה פון יענעם:
א. זעלבס-העכערונג. ער ברענגט ארויס יענעמ'ס עוולה כדי צו שפירן גוט מיט זיך. דאס איז נישט דוקא "האס", נאר געמיינע נארסיסיסטישע מידות, און דער וועט געווענדליך זיכן עוולות אויף סיי וועם ער קען עפעס טרעפן. אבער, קיין "סעלף העיטינג דזשו" איז עס נישט.
ב. ער האט יענעם ליעב (א שטייגער פון אן אייגען קינד), און וויל יענעם פארריכטן און פערפעקטן. דאס איז אוודאי נישט קיין "סעלף העיטינג דזשו".
ג. ער האט יענעם פיינט, און קען קוים ווארטן אויף יענעמ'ס אונטערגאנג, און ער נוצט די עוולה (עכטע אדער פאלשע) צו ברענגן אויף יענעם האס פון אנדערע. אויב דער "יענעם" וועמענ'ס אונטערגאנג ער לעכעצט, איז גאר זיין אייגענע קאמיוניטי, זיין אייגענע רעליגיע, און\אדער זיין אייגענע קולטור, דאן איז ער קלאסיפיצירט אלס א "סעלף העיטינג דזשו"!

ווי גערעדט אויבן, איז אלעס "הכל לפי המבייש והמתבייש". ווען א רב, וואס זיין פלאץ אין די קאמיוניטי און קהלה איז צו זאגן מוסר, דאן איז זיין מוסר גוט אין פלאץ, און אפילו עס ווערט נישט אהנגענומען, איז עס אדער וויל ער האט עס נישט איבערגעגיבן גוט אדער דער מקבל איז פארהארטעוועט, און האט נישט געעפענט זיין הארץ כדבעיה. עס ווער אנגעקוקט ווי ער טוט דאס פון ליעבשאפט, צו מקרב זיין לבן של ישראל על העבודה. משא"כ ווען א דראפ-אוט, אן או.טי.די. טרעט אוועק פון אונז, און קומט דערנאך צוריק אונז מוסר-זאג, אזא איינעם קוקן מיר אהן אלס א "סעלף העיטינג דזשו", ווייל ער איז פון אונז אבער האט אונז פיינט.

[center]* * *[/center]

לאמיר זיך אבער פאר א מינוט זיך אפשטעלן און פארשטיין וואס מיר זאגן דא. ווער זאגט טאקע אז דער דראפ-אוט מיינט האס און דער רב מיט ליעבשאפט?
(פאר מען גייט ווייטער, דארף מען מאגן א קליינע הקדמה. פון די קומענדיגע ווערטער קען אויסזעהן כאילו די שרייבער פון די שורות האסט היימישע רבנים, ח"ו. ניין און זיכער נישט! פונקט פארקערט. אויב עפעס זיך איך דוקא צו פונאדערשיידן צווישען די ערליכע רבנים און די א.ג. מנהיגי רעים וואס ווארפן א שווארצן אויסזעהן אויף די ערליכע צדיקי הדור. ואל תדרוש אלא לפני חכמים.)

אז מער רעדט פון א שטאט'ס רב, ערוועלט דורך די קהלה (נישט ווייל ער איז געבוירן ביי די פאריגע רעבעצין), און ער שטעלט זיך אויף - סיי ווען אימער - און איז מעורר אויף אן עוולה וואס איז שייך צו זיין אויטאריטעט (זיין שטעטל צו זיין קהלה), און אין אנדערע צייטן פון יאהר גיט ער זיך אפ מיטן ארויסהעלפן זיין קהלה בגשמיות וברוחניות, ער איז אויך מחזק אידן, און די אידן זעהן אין אים אלס זייערס א מנהג, דאן איז קלאר ווי די טאג אז די מוסר איז ווי געוואונטשן, און דאס איז א חלק פון זיין הנהגה. ולא זו בלבד, נאר זיינע רייד וועלן זיכער טרעפן אפענע אויערן.

אבער אן אומגעשטעלטער און זעלבס-באקרוינטער בנשק'ל וואס קען שיין צוזאמשטעלן א שיעור אין פרקי אבות אדער שבת הגדול (אדער פילייכט קען ער דאס אויך נישט), אבער ער האט קיין איד נישט געהאלפן זינט זיין שנה ראשונה אויב ס'האט נישט אפן געדינט זיינע אינטערעסע, אזא פארשוין הייסט טאקע א "רב" אויף זיין פירמעבלאנק (לעטערהעד) און אויף די קאָנגרעגאַציע וואס ער ניצט פאר זיינע צוועקן, אבער קיין דין רב האט נישט און קיין רעכט צו זאגן מוסר ברבים האט ער נישט. ער פאלט אריין אדער אין סוג א' (זעלבס-העכערונג), אדער איז ער א "סעלף העיטינג דזשו".

[center]* * *[/center]

ווען א יונגערמאן (אדער בחור) פאלט ארויס פון אונזער קאמיוניטי, ווענדט זיך זיינע קומענדיגע שריט, אין די סיבה וואס האט אים אוועקגעשיקט.

אויב איז ער פון א סארט וואס פארנעמט נישט די שטרענגע לעבנסשטייגער וואס מיר לעבן, וועט ער זיכן א וועג פון פריקת עול. צו א פרייען וועג פון פארלאזן די תורה ח"ו, צו א אנדערע קרייז וואס האט א לויזערע צוגאנג, ספעציעל צו די ענינים ווי ער שפירט זיך דאס מערסטע געדריקט (למשל צניעות), אדער ווי ער שפירט א ליידיגקייט. (ווי קליגער דער מאן, אלץ ווייניגער ראדיקאל וועט זיין די טויש, פארשטייט זיך אז אלעס לויט ווי ווייט די ענגשאפט האט אים געדריקט.) ער וועט געווענדליך נישט ארומטראגן קיין האס אויף קיינעם (אפילו ווען ער זאגט אז ער וועלט\וועט אנדערש אויפציען זיינע קינדער. (אויב ער האט זיך געשפירט בא'עוולה'ט דורך די קאמיוניטי (ער האט זיך נישט געפינען דאס פלאץ, ער איז געווארן גע'רודף'ט, ווער רעדט נאך אז די קהלה\מוסד האט אים שמאל געמאכט דאס לעבן), וועט ער ארומטראגן א שווער הארץ. געוואנדן לויט זיין פערסאנאליטי, וועט ער אדער זיין קאנסטראקטיוו (פראבירן צו טוישן דאס וואס שטערט אים), אדער דעסטרוקטיוו (ארומגיין פאראיבלט, העצן קעגן אידן).

יעצט, דער וואס וויל טוישן (ווייל לשטתו איז דאס נישט ריכטיג), קען זיך נישט אויפשטעלן אין אייער ביהמ"ד און אויסלקאפן זיינע ווערטער, ווייל מען וועט אים נישט לאזן אויסרעדן, און מען וועט מאכן דאס גע'נער פון אים. ער האט א ברירה צו ארויסגיין אויף די גאס (האטליין, וועבזייט, קונטרס). אין אלגעמיין וועט די סארט פערסאנאליטי (וואס האט די חוצפה צו זאגן אז עפעס שטערט אים) זיין אזאנס וואס איז סייווי "קריאוז". ער וועט זיין אנגעקוקט אלס "אנדערשט" נאף פאר ער רעדט ארויס זיין ערשטע ווארט. פארשטייט זיך אז די וואס ווילן אים שטיל-מאכן (טראכט נאר אריין פארוואס מאנכע שפרינגן אלץ צו שטיך מאכן יעדעס ווארט פון אומצפרידערקייט) וועלן נישט זיין "קריאוזקייט" אים צו אוועקמאכן. איז דאס גערעכט?

ווער זאגט טאקע אז דער רב וואס האט א קלארע בענעפיט פון סתם פלוידערן דברי קטרוג, כדי זיך צו אויפבויען אויפן חשבון פון נאיווע נאכפאלגערס, מיינט ווייניגער אונזער גוטס ווי דער אזוי-גערופענער "אינטרעסאנטער" מענטש וואס האט די איניציאטיוו צו פארבעסערן אונזערע וועגן וויל עס שטערט אים גענוג זין צו מאכן צו'נער? דער שכל פארציילט אן אנדערע מעשה. די קאמאן סענס זאגט אז דער מיט די אלטיריער מאטיוו דארף מען שטיל מאכן און דער אנגעווייטיגטער (ווילאנג ער רעדט צו די זאך) זאל מען אויסהערן. די פראבלעם איז אבער אז די שלעכטע לייט מאכן זיכער אז דער עולם גולם הערט זיך נישט צו צו די גוטע רייד, מיטן מאכן פון זיי ביליגע לצנות אדער גאר אויסרופן אז זיי זענען רשעים און אנדערע שאנד ווערטער. אפשר וועט מען אפילו ארויסווארפן זיינע אומשולדיגע קינדערלעך פון די בתי חינוך - די אלטע טעראר-מיטל וואס לאזט נישט נאך רח"ל.

[center]* * *[/center]

ביז אהער, האבן מיר גערעדט פון די געווידמענטע דעפיניציע פון "סעלף העיטינג דזשו"; וואס די ווערטערבוך זאגט. אבער, טייערע לייענערס, ווער איז באמת א "סעלף העיטינג דזשו"? איינער וואס האט אונז גענוג פיינט אז עג שטיפט אן אגענדע וואס ברענגט אונז אונטער! ומי הוא זה ואיזה הוא אשר מלאו לבו לעשות כן? א יעדער פארשטייט אז מענטשן טוען עוולות, קהילות ווען עוולות, און ווען נישט די אלע מוסר דרשות, צושאמען מיט א געזונטער פארציע פון מוראה של מלכות, וואלטן די עוולות נאר ארגער געווארן. חוסך שבטו שונא בנו גייט אהן אבעראל. מיר - סיי אלס יחידים און סיי אלס א ציבור - זענען אהנגעוויזן אין אויפריכטיגע מוסר-רייד צו איינזעהן וויאזוי זיך צו פארבעסערן. נאר אן אכזר פארשטעקט זיינע קינדער'ס אויערן ווען דער מלמד זאגט מוסר. עפעס א נידערטרעכטיגע מאטיוו מוז ער האבן אז ער זאל אוועקנעמן די געלעגנהייט פאר קינד זיך צו פארבעסערן. אין אנדערע ווערטער: אדער האט ער עפעס א הנאה פון די קינד'ס שלעכטע וועגן, אדער האסט ער אים און וויל ער פשוט זעהן ווי ער וואקסט אויס א פרא אדם ל"ע.

אהובים יקרים, ווען איר זעהט אז די דאזיגע חברה לאזן אונז נישט זיך צו פארבעסערן, געדענק אז עס מוז זיין איינס פון די צוויי: אדער איז ער א חלק פונעם פראבלעם און ער וויל די פראבלעם זאל אהנגיין (א שטייגער ווי שליסל געלד)

פארוואס האבן מיר פארגעסן פון "שמע האמת ממי שאמרה" (הקדמת רמב"ם לשמונה פרקים)? ווען איינער שטעלט זיך אויף און איז מעורר אויף א אמת'דיגע פראבלעם, קוק נישט אויף זיין נאמען (צו ער הייסט ראבינאוויטש אדער טווערסקי) אדער זיין טראגע (ביבער אדער האמבורגער היט) אדער זיין בארד (צולאזט אדער ארויפגעדרייט, ווייס אדער בלאנד). ווי די ענגלישע ווערטל גייט:
"Don't judge a book by its cover"
באשלוס נישט קיין בוך (איר קוואליטעט), לויט דעם [אויסזעהן פונעם] דעקל.
אן אנדערע ענגלישע ווערטל גייט אזוי:
"Don't shoot the messenger"
זיי נישט ברוגז אויפן שליח. נעם זיך נישט יעצט זיכן שמוץ און לצנות אויפן בעל מוסר, נאר הער אין אויס און טראכט צו ער ברענגט ארויף א גוטע נקודה.

[center]* * *[/center]

מורי ורבותי, די ציל איז בכלל נישט צו האקן אויף דעם אדער אויך יענעם, און זיכר נישט צו האקן אויף עהרליכע אידען, ווי אויבן דערמאנט. די ציל איז קלאר: מיר דארפן זיך פארבעסרן אונזערע וועגן, און די ערשטע שרעט איז צו אנערקענען אז מיר האבן פעלערן. און כדי צו קענען אנערקענען אונזערע פעלערן, פעהלט אויס צו אויסהערן אויפריכטיגע מוסר-רייד, פון סיי וועם. נישט זיי פארשווייגן בכל מיני דופי.

לאמיר זיך מקבל זיין צו זיין בעסערע אידען און צו מקדש שם שמים זיין יעדען טאג.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר