זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

זענען אידן ביאלאגיש אנדערש פון גויים?

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]מיר אידן ווייסן אז די איינציגסטע אינטערשיד פון א איד און א גוי איז די תורה. אבער פאר לאנגע יארן גייט שוין אן די קאנטארווערסיע אויב אידן זענען א פולשטענדיגע ראסע, מיט אן אייגענע גענעס, און ביאלאיגשע אידענטיטעט. זענען אידן סייענטיפיש אנדערש פון א גוי? פונקט ווי מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען טויזענטער חיות ספישיס, אפשר זענען אויך דא מענטשליכע ספישיס? עס איז קלאר אז עס זענען פארהאנען פארשידענע מענטשליכע DNA'S ווי למשל מחלות וואס כאפט זיך אן נאר ביי א געוויסע עטנישע שבטים.

ווען מען גייט אריין אין די לאנג פארצווייגטע סוגיא פון 'Jewish exceptionalism' דארף מען ארויסזען די אדערן פונעם סוגיא.

איז בכלל דא אזא מציאות אז א איד זאל האבן אנדערע צעלס, ווי למשל אברים וכדומה? פיל לעגענדעס זענען פארהאנען אז אידן זענען אנדערש געבויעט פון א גוי, לפחות צעלן. ווי באקאנט האט דער חת"ס געזאגט אז אידן פארמאגן א אנדערע צאל ציינער פון א גוי - וואס כ'גלייב אז מען קען זיך דאס איבערצייגן אין אן אויגנבליק.. עס איז אפילו דא א מעשה אז א געוויסע דאקטער האט אמאל עקספירמענט א געוויסע נוקלעארע באמבע וואס גייט נאר קענען טרעפן די אידישע DNA.. מיר טרעפן אז אפילו עקסטרעמיסטן האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף, ווי למשל היטלער ימש"ו האט געהאלטן אז די אידישע דזשין איז די אפפאל פון די בריאה. יוצא, אז אויסער רעליגיע איז דא עפעס וואס טיילט אונז אפ ביילאגיש.

לאמיר זאגן מיר זאלן אננעמען אז אידן האבן אנדערע צעלן; דארף מען אבער אריינעמען די פראבלעם פון אינטערמערידזש. אין די צוואנציגסטער יאר הונדערט ווען DNA איז געבוירן געווארן איז די געדאנק געווארן שטארק פאפולער. טראץ דעם וועט עס וועט זיין זייער שווער צו אנטשיידן א מענטשליכע DNA ווייל אינטערמערידזש איז אן אלעוועלטליכע פראבלעם, און נישט נאר פון היינט, נאר פאר טויזענטער יארן. טא וויאזוי קענסטו באשטעטיגן א טעסט ווען ער קען זיין געמישט? ווי באקאנט באשולדיגן טאקע ספרדים די אשכנזים פארוואס זיי פארמאגן רויטע האר. א זאך וואס איז נישט געווען ביי אידן.

איך האב געטראפן א אינטערסאנטע אפהאנדלונג פון די פראפעסער הערי אסטרער וואו ער שרייבט אין זיין בוך אז אידן זענען ביאלאגיש אנדערש.

איך ווייס נישט אויב עס איז שוין געווארן דא ארומגערעדט, אויב נישט וועט דאס זיין אן אינטערסאנטע נושא.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 61 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר