עורו ישנים משנתכם! (דער וועקער #1)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15260 מאל

עורו ישנים משנתכם! (דער וועקער #1)

שליחה דורך אדנירם »

[center]א ווארט פון די רעדאקציע/עדיטאריעל[/center]

[center]עורו ישנים משנתכם![/center]
ברוך ה' שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה!

[justify]מיר האבן קיין ווערטער אינעם לעקסיקאן, אויסצודרוקן אונזער פרייד, מיטן ערשיינונג פונעם העכסט-פראפעסיאנאלן זשורנאל – "דער וועקער", דורך די וועלט בארימטע שרייבער אויפן גאר פאפולערן וועבזייטל 'קאווע שטיבל'.


עס שטייט אין פסוק (דברים יא, כב): כי אם שמר תשמרון וגו' לאהבה את ה' אלקיכם ללכת בכל דרכיו ולדבקה בו. פרעגן חז"ל (במדבר רבה פכ"ב): וכי אפשר לו לאדם להדבק בה'? הרי נאמר (דברים ד, כד): ה' אלקיך אש אוכלה הוא! אלא הדבק במידותיו, מה הוא רחום אף אתה היה רחום! מה הוא חנון, אף אתה היה חנון!

דער זעלבער געדאנק חזר'ן חז"ל איבער אפאר מאל אין ש"ס, לגבי אנדערע הנהגות הבורא, וואס מיר דארפן זיך אפלערנען דערפון וויאזוי זיך צו פירן (עי' מסכת שבת קל"ג ע"ב, מסכת סוטה י"ד ע"א).

פון דעם פארשטייען מיר, אז סיי וואספארא זאך מיר זעען ביים באשעפער, דארפן מיר פרובירן דאס נאכצוטון אויף אונזער מענטשליכער אופן, און מיט אונזער מענטשליכער פארשטאנד.

[center]***[/center]

אין זוהר הקדוש (ויקרא דף קכ"ג) ווערט אראפגעברענגט, אז 'בת קול יוצאת בכל יום, ומכרזת (ירמי' ג, כב): שובו בנים שובבים. פרעגט דער בעל שם טוב הק' (כתר שם טוב), אז וואס האבן מיר פון א בת קול וואס גייט ארויס, אויב מיר קענען עס נישט הערן? עס איז דאך געמאכט אונז אויפמערקזאם צו מאכן אז מיר זאלן תשובה טון?! און ער ענטפערט: 'שבאין לאדם בכל יום הרהורי תשובה, שהוא מחמת הכרוז'.

אזוי שרייבט אויך דער הייליגער בארדיטשובער רב אין זיין ספר 'קדושת לוי', וז"ל: 'כי באמת בכל יום ויום מגיע לאדם התעוררות מאת הבורא ברוך הוא, כדאמרינן בגמרא: בכל יום ויום בת קול יוצאת מהר חורב שובו בנים' [הערה: עס שטייט נישט אין גמרא, די מקור איז א זוהר, וכנ"ל].


ווען מיר שטעלן צאם די צוויי אויבנדערמאנטע מימרות, פארשטייען מיר אז עס איז אין די מעגליכקייט פון א מענטש צו טון אט דאס: מעורר זיין דאס מענטשהייט, אים ארויסנעמען פון זיין שלאף, און געבן די מעגליכקייטן אריינצוקריכן און אדורכטון די בריאה, די תוה"ק, און מענטשהייט מיט אירע פראבלעמען.

[center]***[/center]

"קול ה' יחיל מדבר" (תהלים כט, ח), אינעם גייסטיגן מדבר שממה. א מדבר צוליב דעם וואס אירע איינוואוינער לייגן קאפ אין זאמד – וואס די ערד פונעם מדבר איז פול דערמיט. זאמד פון א מדבר איז ווייך, מ'קען זיך אראפלייגן דערויף און שפירן זייער באקוועם, אבער עווענטועל וועט די זאמד אריינגיין אין זיינע אויגן און ער וועט ווערן בלינד.

די וועלט שטעלט צו זייער געשמאקע באקוועמליכקייטן, אפילו גייסטישע באקוועמליכקייטן. יעדע סארט מסגרת, יעדע מוסד, איז א געוויסע באקוועמליכקייט וואס א מענטש מטבעו האט ליב זיך צו אנלאנען דערויף, און נישט פרובירן זיך צו דערגרינטעווען צו עפעס טיפער'ס. אבער די באקוועמע מדבר זאמד, מאכט אים בלינד. ער געפונט זיך אין א הייסע מדבר, אבער אנשטאט אנצוצייגן דעם וועג ארויס פונעם מדבר, שטעלט אים זיין מסגרת צו אביסל וואסער – אבי ער זאל בלייבן וויילן אינעם מדבר.

דער פאעטישער נביא ה' מבית המלוכה (עי' מסכת מגילה י' ע"ב), ישעי' הנביא, באוויינט שוין דעמאלס דעם גייסטישן מדבר (ישעי' כז, י): "כִּי עִיר בְּצוּרָה בָּדָד נָוֶה, מְשֻׁלָּח וְנֶעֱזָב כַּמִּדְבָּר, שָׁם יִרְעֶה עֵגֶל וְשָׁם יִרְבָּץ, וְכִלָּה סְעִפֶיהָ". די תוצאה פון זיך נישט וויסנדיג מאכן פון זיינע רייד, איז געווען א פיזישע חורבן. ארץ ישראל איז ליידער געווארן א מדבר שממה.

און פון די אנדערע זייט, ווארטן מיר אז עס זאל מקוים ווערן די אנדערע נבואה, צו די 'מדבר-איינוואינער' (ישעי' נא, ג): כי נחם ה' ציון, נחם כל חרבותיה, 'וישם מדברה כעדן'.

[center]***[/center]

דער קונץ איז, ווען איינער באווייזט צו בלייבן מיט אפענע אויגן, טראץ די פילע זאמדן פון די מדבריות. פון די גרעסטע מעלות אין כלל ישראל'ס היסטאריע, חזר'ן מיר כסדר איבער דאס פאלגענדע (ירמי' ב, ב): כה אמר ה', זכרתי לך חסד נעוריך אהבת כלולתיך, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה.

חוץ פונעם פיזישן מדבר איז דא א גייסטישע מדבר, און דורכאויס היסטאריע האבן אידן כסדר זיך אויסגעריסן פון מדבר'ישע מחיצות, צו קענען הערן דעם דבר ה', דעם העכערן טייטש אין לעבן, און דעם (ישעי' מ, כו): שאו מרום עיניכם וראו מי ברא אלה. און ווי דער בעל נתיבות שלום מסלונים האט געטייטשט: 'שאו מרום עיניכם' – קוקטס מיט א 'העכערע' בליק, און דעמאלס: 'וראו מי ברא אלה'.

גאט'ס 'קול חוצב להבות אש', הילכט אפ אינעם טויטן וועלט – וואס קימערט זיך ליידער גאר קנאפ מיט איר באשאפער'ס כוונה. די קול פאדערט און מאנט (כלשון הרמב"ם הל' תשובה פ"ג ה"ד): עורו ישנים משנתכם, ונרדמים - הקיצו מתרדמתכם! אבער אין א מדבר ווי אין א מדבר - הערט זיך יעדעס קול צוריק מיט א ליידיגע ווידערקלאנג.


"מה הוא מעורר ישנים משנתם, אף אתה תעורר ישנים משנתם". מיר שטעלן דא אוועק דעם פונדאמענט פון א מעורר ישנים, פון א וועקער. דער וועקער פון פארשלאפענע, דער וועקער פון באקוועמע מדבר-איינוואוינער, דער וועקער פון די וואס האלטן נאך ייאוש, און דער וועקער פאר אלע![/justify]

ליינט מיט פארגעניגן, "דער וועקער".

[left]אדנירם,
אין נאמען פון די רעדאקציע
[/left]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר