דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2005 מאל

דער חצוף מיטן אי-ליגעל דרייוו וועי

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כ׳בין שפעט ווי אייביג, די זייגער קלאפט אין כ׳האב א עפוינטמענט ביי א ציין דוקטור לעבן מעמאנעדיס האספעטיל, כ׳זוך די שווערסטע זאך שייך. נו? טרעפ צי???? יאפ א פארקינג.
שוין געמאכט מער הקפות ווי שמחת תורה אלע יארן זייט כ׳בין געבוירען, אין פלוצלינג איי נעילד איט,
יאפ א ספאט, כקוק ארום אין ס׳פיינע נייעס, כ׳פיהל ווי כ׳האב געמאכט די פאוער באל, פלאצן זאלן אלע שונאים,
סך הכול 8 בלאקס אוועק פון די דוקטור.
מיט א שמייכעל פון אויער צו אויער, א פילינג פון סקרוי יו, כ׳לייג ס׳אלטע טראומטי אין ריווערס אין כ׳געב א דריי אריין אונעם ספאט, נישט פאהר כ׳שאקל אויפ ביידע קארס אז זייערע עיר פרעשנער ביים פענצטער טאנצן קעדאטשקע כדבעיה אין מ׳איז גרייט צו לעשן די מוטור.

דא קומט צו גיין א קליין מיידעל, קלאפט אויפן פענצטער.

סארי ס׳איז מיין טאטעס דרייוו וועי.
וואס דרייוו וועי?
נ׳וודאי!!
ס׳הייסט ווי זעהסטו א דרייוועי?
כ׳קום ארויס פון קאר כ׳זעה ווי דער שמויגער האט געשפריצט אביסעל געל פעינט אויפן ערד געהאנגען א סיין מיט קידוש לבנה אויתיות ״נאו פארקינג״׳ אין צו זיין מזל איז די הויז זיינע אריין געריקט אמשהו, אזוי אז פאר א פאפענע זעהט עס אויס ווי א שטיקעל דרייוו וועי, אין ויקרא שמו ישראל דרייוו וועי, דא איז זיין פארקינג. ער דארף נישט מאכן הקפות, ער קומט אהיים פון ארבייט אין ער איז מסודר, זיין בלוט איז מער רויט ווי מיינס.
אה נאו, אבער נישט מיט שטילע,

כ׳זאג דאס מיידעל. ״זיי מוחל, שפיל ווייטער סקיפינג רופ אין האק נישט א ספאדיק״.
אבער דער מחוצף׳ל לאסט נישט נאך ״my father will call the police and make sure to give u a summons"
מיר געפעלט די ברייט קייט פון דער 8 יעריגע ראצע, אבער היות נחום לאסט נשיט קניפן אין בעקל שפאציער איך אוועק אין כ׳פארגעס פון געשעפט.

כ׳קום צום ציין דוקטור, טיילט מיר אויס איסורים, דרילט האקט שמאסט אין געבט מיר א בילל אז כזאל חרטה האבן פארן נישט האבן פאלטשע ציינער, אבער פארשטייט זיך נאך זיצן אויפן בענקל פאר צען מינוט אין באקומען א בילל וואס איז העכער פון מיין רענט האט עפעס מיין מצב רוח נישט אזוי געקלאפט.
מיט בייזע טריט שפאציער איך צום קאר אין דא הייבט זיך אן די פאן.

כ׳זעה א פענסי סעבערבען מיט פלעשינג לייטס דאבעל פארקט לעבן מיין פארשטינקענע קרייסלער.

ראסער: אנטשלודיגט, אינגערמאן. די ווייסט דאס איז מיין פאריקנג ספאט?
שטילע: ניין כ׳ווייס נישט
ראסער: זעהסט נישט א צעטיל נאו פארקינג?
שטילע: כזעה יא, ביסט א פשוטע גנב, די מאכסט מענטשן מיינען אז דאס איז א דרייוו וועי, ביסט נישט בעה״ב דא מער ווי מיר.
ראסער: הער אן, דאס איז מיין ספאט אין כ׳האב גערופן די פאלציי זיי האבן די געגעבן א טיקעט פאר בלאקען א דרייוו וועי,
דא איז מיין בלוט ארויפ אין קאפ מיט א פערעשוט.
שטילע: זאג נאר די שטיקעל שיט, שפירסט זיך בגדולט מיטן גרויסע שווארצע יוקאן? די מיינסט פאר א רגע כ׳שרעק זיך פאר דיר? די מטומטם איינער, די אנגעריסענע חזיר, מיינסט דיינע סטראפס אויפן קאר אין 12 אינטענעס אויפן דאך גיין מיר אפשרעקען?
די פוד סטעמפס דיסעיבעלד טיפוש. ביסט שולדיג פאר עמערעקען עקספרעס מער געלט ווי איך האב געמאכט זייט מיין חתונה.
האסט אריין געביסען אין די נישט ריכטיגע אינגערמאן כ׳בין שטילע פון קאווע שטיבעל.
הער אן פיפל, (כ׳בין אביסעל מקצר דא מיט מיינע אויס דריקען צו עיהם) כגיי יעצט טשעקן אויפן וועב זייטל טאמער דאס איז א ליגעל דרייוו וועי,
טאמער איז עס נישט א ליגעל דרייוו וועי גייסטו לעקן ביטערע חרוסת, דא איז נישט קיין חדר, די ביסט נישט די מנהל אין איך די כתה ה׳ יונגעל, קענסט אהער רופן יענקי דאסקאל מיט דוד גרינפעלד, כהאב זיי טיף טייער.

כ׳גיי אריין אין קאר מיט א חרון אף. כהאק צו די טיר, אין כזעה טאקע אויפן פענצטער א רויטע ענוועלאופ, נישט מער נישט ווייניגער דער חצוף האט גערופן די פאלציי.
כ׳נעם ארויס די צווייטע סעלל וואס די חדר ווייסט נישט, גוגל האקט אויפן 4G, אין כ׳גיי באזוכען די סיטי וועב זייטל. כ׳לייג אריין די אדרעס, אין דא קומט דער רייסער צום פענצטער שוין מיט א אנדערע attitude אינגאנצען.

מפגר: עעםםם. יא, כהאב די געוואלט זאגן אז....
שטילע: זיי מוחל גיי צירוק אריין אין קאר אונז זענען מסודר.
ער הייבט זיך אן בעהטן ווי א B&H ארבייטער פאר א רעיז.
מפגר: דארפסט פארשטיין, אם סארי כהאב נישט גערופן די פאלציי נאר זיי זענען פונקט אדורך געפארן אין כ׳האב געמיינט אז דיין קאר איז מיין שכן.

שטילע: הער צי, אהער מיט 300 הרי טוב, טאמער נישט געב איך איבר דער פארקינג ספאט אלץ איליגעל.

דער אינגערמאן האט געוויסט אז דאס קען עיהם אפקאסטן קנס קרוב צו 15 אלפים.
רבותי כהאב דריי גלאטע הונדרעט דאלער, ווער קומט פאר סאפער????

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר