"טאטע טאג"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תנא קמא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

"טאטע טאג"

שליחה דורך תנא קמא »

לכבוד "טאטע טאג", וואס פארא סארט טאטע האט איר, און וואס מיינט ער צו אייך?


מיין טאטע איז אן "אלד סקול" איד וואס איז מאמין אין וואוילע אידן.

מיין טאטע לאכט פון פאלשע צדיקים מיט פאלשע מענטשן בכלל.

מיין טאטע איז נישט קיין תלמיד חכם, אבער ער שעצט א ת"ח מיט'ן תנאי יענער האט מדות.

מיין טאטע רעדט נישט אסאך, אבער זיינע אויגן רעדן מער ווי איך קען הערן.

מיין טאטע ארבייט שווער פאר פרנסה, אבער באקלאגט זיך קיינמאל.

מיין טאטע שווייגט ווען מ'רעדט פאליטיק און מחלוקת.

מיין טאטע איז נישט א גרויסע בעל השגה, אבער ער איז א גאון אין פשטות.

מיין טאטע טוט חסד פאר אידן בלי פירסום.

מיין טאטע זאגט קיינמאל אז ער האט מיר ליב, אבער איך שפיר עס.

מיין טאטע האט אסאך צרות געהאט און זיין לעבן, אבער ער האט נישט געטיילט ווי אנדערע וואלטן.

טאטע, כ'האף וואלסט געקענט מיט מיר מער לערנען אדער רעדן, אבער דיין דמות איז מיר גענוג.

טאטע, כ'ווייס אז דו פילסט אומבאקוועם צו נעמען א האלז און א קוש, אבער היינט וועסטו עס פון מיר ממילא באקומען.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר