הקטן האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס איז געווען אין זיין הארץ - יא אטד נישט אטד, איך האב אים נישט געקענט
זיינע חבירים ביי די לויה מאכט שווער צו זאגן אז נישט
דאס איז אמאל זיכער ס'איז אן אבדה פאר כלל ישראל
זיינע חברים זענען געוועהן מעהר טונא בייגל געשטימט נישט קיין אט״ד. און חוץ מזה מעגסטוך אויסלערנען אז מ׳מעסט נישט קיין מענטש׳ס רעליגע סטאטוס געבעיסט אויף זיינע חברים, סאיז דא גענוג און נאך פרומע מענטשען וואס האבן אסאך חברים וואס זענען אט״ד- מיינט נאכנישט אז זיי זענען נישט רעליגעז. לכאורה איז עני ווען א שאד צורעדן מיט דיר אין די סובדזשעקט ווייל לויט דיין שרייבן זעהט מען ווי שטארק בייעס און איינזייטיג דו ביסט, אבער אולי ירחם.
טוה דיר אליינס א טובה און ענטפער יעצט גארנישט וועגן עוועלאושען כדרכך בקודש, ס׳קומט פשוט נישט אריין יעצט אין די שמועס.
העי, איך בין אן עקסידענט
דו ביסט אן עקסידענט
דער לעצטער אטד וואס האט נאכן זיך גענעמען זיין נשמה מזמן, יעצט אויך זיך גענימען זיין גוף, איז אויך נישט מער וואו אן עקסידענט,
ביי די לויה איז געווון א געוואלד מיט טונא בייגל געשטימט וואו אזוי דו ריפסט דאס (אנע קאפלעך) - קען זיין ער האט געטון אין קירוב
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?
דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ
ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך
שבת אחים האט געשריבן:א איד האט געשריבן:איז ווייל דו האסט אפגעמאכט אז עס איז דא זעלבסטמארדן נאר מ'פארוואסערט עס, וועגן דעם איז די ראטע גרויס, ביי די חרדישע עולם.
מהיכן דנתנו, האסט פאקטישע ראיות און פרוף אויף דעם ליילעך וואס דו פרובירסט צו ארויפלייגן? אז מ'פארוואסערט זעלבסטמארדן?
איך ווייס פון אפאר פעללער ווי מ׳האט פארדרייט די מעשה, נישט אייביג איז עס בכדי שיעשו אבער אויב מ׳קען וועט עס הצלה טוען , אין די פרומע קאמיונטי איז די סאועסייד ראטע פונקט אזוי הויך ווי ביי אטד״ס אדער נאך העכער! אדרבה מאך א ליסטע און צייל די מענטשען וועסטו זעהן פאר דיר אליינס, סאועסייד קומט פון דיפרעסיע אלץ א געבורט פעלער און אפילו אז א מענטש האט כל טוב וטוב קען מען נאך אלץ זיין טויט דיפרעסט ווייל מאיז קלינקלי דיפרעיסט, אוואדי נישט יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן איז עס א מטרה פון קלינקעל דיפרעישאון ס׳קען אויך זיין situational, און ביי אטד״ס איז אסאך מעהר שייך אז זיי זאלן צו קומען צו אזא מצב און סאיז אסאך מעהר פארשטענדליך אז איינער וואס פארלירט זיין סביבה, קאמיונטי, חברים, משפחה, קינדער, עלטערן, מיט אסאך resistance פון די קאמיונטי, משא״כ אינערהאלב די פרומע קאמיונטי ווי יעדער לעקט דאך האניג וואלטן דאך די פראצענטען געדארפט זיין אסאך ווייניגער.
הקטן האט געשריבן:איך זעה באמת נישט וואס פארארא ווערט זאל האבן איינענס לעבען און זיין אייגען אויגן, אויב זעט ער זיך נישט מער וואו א רענדעם אנלויפעניש פין junk dna
איינער וואס ווייסט נישט זיכער אויב ער איז אן עקסידענט אדער נישט' פארוואס זאל ער נישט זיין pro choice ?
דאס פארענפערט אפשר פארוואס מען טרעפט דאס אזוי אפט אין יענע גראפ
ס'איז היינט דא אסך בעלי תשובה וואס זייערע עלטערן, און משפחה, זענען ציקריגט מיט זיי און ווילען זיי נישט קענען
ס'וואלט ווען געווען כדי צי זען אויב דארט טרעפט זיך אויך אזוי סך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פלוצלונג זענען אנעקדאטען א ראיה?!
איך זעי נישט, ווי מאיר הערש, אז אן א.ט.ד.'ס זעלבסטמארד איז נישט קיין אחריות הציבור. ער קומט פון אונזער חינוך און מיר האבען געהאט א שייכות מיט זיין גליטשען.
איך זעי אבער נישט אז ס'האלט ביי אזעלכע הויכע שטאפלען אז דער סיסטעם זאל זיך געבען א טרייסטעל. א ווייטאג, יא, אבער א פירכא, זעי איך נאך נישט
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
יעקב מענטש האט געשריבן:עגרי הונדערט פראצענט.
איך פערזענליך פארשטיי נישט פארוואס א אטעאיסט וואס גייט דורך יסורים אויף די וועלט אהן קיין ספעציעלע האפענונע אויף א בעסערע עתיד, זאל זיך נישט וועלן נעמן דאס לעבן? יא! ס'איז דא א נאטורליכע 'מורא' פון טאן אזזא זאך, אבער איך קען זעהן אז אין א שוואכע מינוט זאלן זיינע געפיהלן שליסן שלום מיט זיין לאגיק און טאנצן פון די דאך, (אפשר בינעך נישט גערעכט, אדרבה זאל מיר א אטד פארשטיין געבן די אנדערע צד)
איך פארשטיי יא פארוואס א מאמין, וואס גלייבט אז ער איז דא פאר א תכלית, ער פאקט אוועק יעדן טאג א זעקעלע עולם הבא אין זיין אקאונט אויף צו נוצן נאך די 120, ער האט דעם טיעפן הנאה פון עבדות ה' (עפעס וואס מ'קען נישט טרעפן אין גשמיות, זעה די אינטערוויו מיט אבישי כהן אין די עמי פאריגע וואך), זאל אפמאכן אז אפי' ס'איז ביטער שווער, מ'דרייעט מיט חובות, מ'קען קוים צאלן רענט, לוינט זיך נאך אלץ צו בלייבן לעבן.
moshav zekeinim האט געשריבן:אין פארווערטס איז די וואך דא אן ארטיקל וועגן די געשטיגענע צאל זעלבסמארדן דורך חרידים און אטד. לויט זיי זענען פארגעקומען 26 זעלבסמארדן זינט ראש השנה.
אויף א קליפ מיט ליפא שמעלצער האב איך געהערט אז דער צאל האלט ביי איבער פופציג זייט ראש השנה, ווידער פון א איד וועלעכע איז מקרב מענטשן וועלעכע זענען ארויס געפאלן פון זייער משפחה, האב איך געהערט אז עס האלט ביי איבער ניינציג דאס יאר.
וויאזוי די נומערן זאלן נאר נישט זיין, איז אבער איין זאך זיכער, אז עס איז צייט ארויס צוקריכן פון דעם שעדליכן קעסטל פון איינרעדענישן, און אנהייבן קלערן באמת בשל מי הרע הזאת.
ביי מיר איז א אידיש לעבן טייערער ווי אלץ אין די וועלט.
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
געוואלדיג האט געשריבן:זיין ברייו איז אזוי עקלדיג ווי איהר ביכל, מיט איין חילוק אז זי באשמוצט איהם אפן און ער איהר באהאלטן.
מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
פלאוויוס האט געשריבן:מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
פון וואו נעמסטו די זיכערקייט? דער פיאסעצנער ז"ל אינעם "חובת התלמידים" שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז היות די מיליאנען סעקולערע אידן קומען פון אונזערע אייגענע חדרים איז משמע אז מיר גייען ערגעץ שלעכט. דאס איז דאך דער אלף-בית פון א חינוך-סיסטעם, צו קוקן אויב ס'איז דא אן ערנסטער לאָך. נישט אזוי?
וויאזוי האסטו געשריבן? "ס'איז סך לייכטער ארויפצולייגן דעם שולד אויף א צווייטן" (גוי'שע/ פרייע שכנים וכו'; אדער ווער ווייסט פארוואס). אבער אפשר טאקע דארפן מיר איבערקלערן אויף אונז אליין אויך? נוץ די זעלבע לאגיק כלפי דעם גאנצן ענין.
הקטן האט געשריבן:מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
אסך, זייער אסך, וואס זענען off די דרך זענען קיינמאל נישט געווען אויף די דרך
די סיבה פארוואס זיי זענען נישט געווען אויף די דרך, איז ביי א גרויס טייל, ווייל מיר האבן זיי נישט געלייגט אויף די דרך
ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן איז דאס נאר ווייל ער איז off דער דרך
ווען איינער איז געזינט און איז ON די דרך נעמט ער זיך נישט דאס לעבן, קיינמאל!
דער עצם נעמען זיך דאס לעבן איז א סימן פין גיין off די דרך, ניטש ווייניגער וואו א וועק ווארפען דעם קאפעל
דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א סיבה צי לעבן
אטד סיבה פאר לעבן איז נאר צי האבן הנאה פין דער וועלט, נאר וואס מען קען ארויס קוועטשען פין דעם וועלט
און אז דער וועלט האט נישט וואס צי געבען איז - למה לי חיים
אויב דער מאטא אין לעבן איז "אכול ושתו כי מחר נמות"
איז פארוואס זאל דאס זיין א יש מחר לאחר זמן?
וויקטער פרענקעל אין זיין בוך man's search for meaning שרייבט
he who has a why can bear any how
דער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א WHY
דער וואס האט נישט קיין WHY, מעג ער האבן סיי וואספארא בעקיטשע, ער איז אבער נישט אויף דעם דרך
מושב, דו ווייז מיר איינער וואס האט זיך גענימען דעם לעבן, און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס איז טאטאלי אף די דרך
רבתי, מיר טון נישט געניג צי לייגן אינזער קינדער, און זיך אליין, on the derech
פלאוויוס האט געשריבן:מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
פון וואו נעמסטו די זיכערקייט? דער פיאסעצנער ז"ל אינעם "חובת התלמידים" שרייבט אין דער הקדמה צו זיין ספר, אז היות די מיליאנען סעקולערע אידן קומען פון אונזערע אייגענע חדרים איז משמע אז מיר גייען ערגעץ שלעכט. דאס איז דאך דער אלף-בית פון א חינוך-סיסטעם, צו קוקן אויב ס'איז דא אן ערנסטער לאָך. נישט אזוי?
וויאזוי האסטו געשריבן? "ס'איז סך לייכטער ארויפצולייגן דעם שולד אויף א צווייטן" (גוי'שע/ פרייע שכנים וכו'; אדער ווער ווייסט פארוואס). אבער אפשר טאקע דארפן מיר איבערקלערן אויף אונז אליין אויך? נוץ די זעלבע לאגיק כלפי דעם גאנצן ענין.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט