מאיר הערש האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. אלע (אדער רובא דרובא) אטד'ס זענען אמאל געווען חרדים אדער שטאמען פון עכט היימישע חרדים, ווי אויך דוד גרין, בעסער באקאנט אלס דוד בן-גוריון. Believe it or not! זאגסטו, אז מיר חרדים און אונזער חינוך זענען שולדיג אין זייער גליטשן? באבקעס! ווייל אויב אזוי, מוז דאך משה רבינו, דער רמב"ם און אלע גדולי ישראל אין אלע דורות אויך זיין שולדיג. אודאי איז סך לייכטער ארויפצולייגן דאס שולד אויף א צווייטן מיט אלע מיני תירוצים. אבער דער אמת איז, זיי האבן זיך דאס אליין אפגעטון און אפשר אפגעלערנט פון זייערע גוי'שע / פרייע שכנים / מיטארבייטער אדער ווער ווייסט פארוואס?
אסך, זייער אסך, וואס זענען off די דרך זענען קיינמאל נישט געווען אויף די דרך
די סיבה פארוואס זיי זענען נישט געווען אויף די דרך, איז ביי א גרויס טייל, ווייל מיר האבן זיי נישט געלייגט אויף די דרך
ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן איז דאס נאר ווייל ער איז off דער דרך
ווען איינער איז געזינט און איז ON די דרך נעמט ער זיך נישט דאס לעבן, קיינמאל!
דער עצם נעמען זיך דאס לעבן איז א סימן פין גיין off די דרך, ניטש ווייניגער וואו א וועק ווארפען דעם קאפעל
דער איד וואס איז אויף דעם
דרך האט אייביג א
סיבה צי לעבן
אטד סיבה פאר לעבן איז נאר צי האבן הנאה פין דער וועלט, נאר וואס מען קען ארויס קוועטשען פין דעם וועלט
און אז דער וועלט האט נישט וואס צי געבען איז - למה לי חיים
אויב דער מאטא אין לעבן איז "אכול ושתו כי
מחר נמות"
איז פארוואס זאל דאס זיין א יש
מחר לאחר זמן?
וויקטער פרענקעל אין זיין בוך man's search for meaning שרייבט
he who has a
why can bear any
howדער איד וואס איז אויף דעם דרך האט אייביג א WHY
דער וואס האט נישט קיין WHY, מעג ער האבן סיי וואספארא בעקיטשע, ער איז אבער נישט אויף דעם דרך
מושב, דו ווייז מיר איינער וואס האט זיך גענימען דעם לעבן, און איך וועל דיר ווייזען איינער וואס איז טאטאלי אף די דרך
רבתי, מיר טון נישט געניג צי לייגן אינזער קינדער, און זיך אליין, on the derech