אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:12 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:Overdose מיז מיינען זעלבסטמארד?

ניין אבער דאס איז עס געווענליך, גאנץ א פאפולערע מיטל פאר סועסייד אטעמפטס
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 4:59 pm

א מענטש וואס איז צוגעוואוינט צו דראגס, קען דערהייבען מער ווי סתם א מענטש פון די גיפט. אפט מאכט זיך ווען איינער הערט אויף צו נעמען דראגס, אז זיין קערפער דערהייבט שוין ווייניגער. טאמער אזא איינער פאלט אדורך און ער נעמט נאכאמאל דראגס, קען זיך מאכען אז זיי נעמען אזויפיהל ווי זיי פלעגען קענען דערהייבען, און דאס איז א געוואלדיגע סכנה.
צוליעב דעם הערט מען צומאל פון איינער וואס איז אויפ'ן וועג צוריק, אז זיי שטארבען פון אווערדאוס. געדענק אז אזא איינער איז אין א שטארק אומסטאבילע מצב און דער קאפ איז נישט אזוי אויפ'ן פלאץ צו מעסטען ריכטיג וויפיהל זיי קענען דערהייבען

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8154 מאל

הודעהדורך פישי » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 5:03 pm

איך טריי נאר צו כאפן פארוואס די נייעס ליגט אין די אסתי וויינשטיין אשכול.......
פישי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 27, 2015 8:49 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג מאי 13, 2018 8:56 am

אינטערוויא מיט אסתי וויינשטיין'ס טאכטער

http://m.yediot.co.il/Articles/5254179
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 890
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך היכי דמי » פרייטאג יולי 05, 2019 7:41 pm

איך ווייס נישט ווי צו לייגן די נייעס, לייג איך עס דא.

די וואך זענען צוויי אידישע פרויען אומגעקומען פון אווערדאוס.

איינס איז א מיידל פון בארא פארק, וועלכע האט זיך אוועדאוסט עטליכע וואכן צוריק און איז געליגן אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד, ביז פאריגע וואך מוצאי שבת ווען זי האט אויסגעהויכט די נשמה.

היינט פרייטאג ערב שבת איז הצלה אלערמירט געווארן צו א הויז נעבן מאנסי, ווי א שוועסטער פון א 33 יעריגע פרוי האט גערופן הצלה אז מען זאל איר גיין אויסטשעקן נאכדעם וואס זי האט נישט געהערט פון איר פאר עטליכע טעג, אנקומענדיג האט מען איר געטראפן ליגן ליידער נישט בין החיים.

איך מיין אז די צוויי געשיכטעס דארפן אויפשטורמען א וועלט, עס דרייען זיך ארום אזויפיל צובראכענע נשמות, און מען דארף טוהן וואס מען קען זיי צו ראטעווען.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מוצ"ש יולי 06, 2019 11:49 pm

און איבער דעם בחור וואס האט 'פארלוירן באלאנס' ביים פענסטער אין ירושלים ערב שבועות? און דער אינגערמאן וואס איז געטאנצן פון פארטש אין אשדוד...

עס איז ממש א פחד, איינער פון די עסקנים האבן געזאגט פאר א ידיד מיינער אז עס ליגט ביי זיי א ליסטע פון הונדערט אכציג זעלבסטמארדן פון שנת 2019 אליין!

ער האט אים געזאגט אז ער זאל מפרסם זיין די ליסטע וועט אפשר עפעס געטאן ווערן פאר די פראבלעם.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יולי 07, 2019 12:02 am

וואס קען מען טוהן?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג יולי 07, 2019 12:40 am

אה, עס זענען דא פראבלעמען וואס אסאך מענטשן ליידן אויף דעם, דער שם הכולל איז חולי נפש וואס כשמה כן היא, מענטשן וואס ליידן אויפן נפש, צו זאל עס זיין דעפרעסיע, צו בייפאולער, צו א. סי. די. און סיי וואס.

מיט אביסעלע טעראפי קען מען מיט דעם האנדלען אז עס זאל נישט צוברענגען צו אזויפיל אומאנגענעמע סיטואציעס אללא איסתור.

אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע און עס איז פארהאן פארשידנארטיגע מיינונגען צוליב וועלכע סיבה עס זעט אזוי אויס אבער ההכרח לא יגונה, די עסטעבלישמענט פארלייקנט עס וויבאלד עס נעמט אראפ די גלאנץ וואס די קאמיוניטי האט ארויפגעפאלישט איבער אלע פראבלעמען אין נאמען פון גאט און זיין תורה, ווען עס זאל ווען זיין אזויפיל לייסענסד טעראפיסטן ווי דיינים מיט הוראה וואלט עס שענער אויסגעזען.

האופ יו גאט מיי פוינט.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יולי 07, 2019 9:56 am

אישתישבי האט געשריבן:וואס קען מען טוהן?

זיי זאגן אז די עסקנים וואלטן געדארפט מער שתדלן ביי די רעגירונג אז מ'זאל מאכן זעלבסטמארד אילעגאל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1854
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

הודעהדורך קאלטגעבראטן » זונטאג יולי 07, 2019 10:26 am

מיט אזויפיל חסד ארגעניזאציעס וואלט שוין געמעגט זיין אן ארגעניזאציע וואס שטעלט צו טערעפיסטן פאר א אפרדעבל פרייז.


Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
קאלטגעבראטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:28 pm
האט שוין געלייקט: 417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יולי 07, 2019 11:49 am

מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
אפשר אויך פין דיין ידיד וואס איז גיט מיט אן עסקן וואס האט ציטריט צי א ליסט
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי

איך ווייס נישט ווער איז דיין ידיד, אבער איך בין אויך אביסל באקאנט, און רוב פעלער איז דאס די משפחהו ואס וויל נישט ס'זאל הייסן א סא-סייד און נישט די קאמינעטי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג יולי 07, 2019 12:02 pm

הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי


צו אין אנדערע קאמיונעטיס איז אויך דא, וועט דאס העלפען ביי אונז?

פרעגסט קשיות כדי ארויס העלפען די מצב דא? אדער כדי צו פארמינערען אונזער פרעבלעמען?

למעשה איז דא א שיינע חלק ביי די ארטאדאקסישע וועלט וואס ליידען אויף מענטל פרעבלעמען. דאס איז די עיקר. נישט לאפוקי, און נישט קיין שמעתתא.

פרעג אויך נישט צו ס'איז א מערהייט אדער מחצה על מחצה, ס'איז נישט קיין עיון סוגיא, פרעגט נישט קיין מנא הני מילי...

פארדריי נישט די פאונט. ס'איז זייער א שטארקע פראבלעם. און ס'איז היבש פארדעקט. למעשה דארף עס תיקון גדול, ס'איז אן ענין פון פיקוח נפש.

האסט ארויס גענומען צוויי שורות פון די תגובה אבי צו דרייען שלא מן הענין?
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2280
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2974 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יולי 07, 2019 12:59 pm

ס'איז נישט שיין פין דיר, @וואלווי, אריינצילערנען א פאלשער מאטיוו אין מיין תגיבה.

פין די אנדערע זייט בין איך העפי צי הערן אז דיין שרייבן דא איז בכדי "ארויס העלפען די מצב"
קיפ-איט-אפ

און די-מין-טיים @מאך זיכער, אויב דו קענסט מיר ענעפערן מנא הני מילי... וואלט איך עפרישיעטעט.
אבער פליז נישט פין א ידיד וואו האט א ידיד
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » זונטאג יולי 07, 2019 1:53 pm

הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אין די היימישע קאמיוניטי הערשט א גרויסע מערהייט פון מענטל ליידנדע

מער וואו אין אנדערע קאמיוניטיס?
איך בין נייגעריג וואו אזוי דו האסט דאס אויסגעפינען?
אפשר אויך פין דיין ידיד וואס איז גיט מיט אן עסקן וואס האט ציטריט צי א ליסט
קענסט זאגן "א יעדער איינער ווייסט", אבער סיערעסלי

איך ווייס נישט ווער איז דיין ידיד, אבער איך בין אויך אביסל באקאנט, און רוב פעלער איז דאס די משפחהו ואס וויל נישט ס'זאל הייסן א סא-סייד און נישט די קאמינעטי

איך ווייס נישט וואס דיין קאמף מיט מיינע ידידים איז, אבער מיט צינישע באמערקונגען וועסטו נישט קלארשטעלן צו וואס איך האב געשריבן איז ריכטיג אדער נישט, יא, אין די חרדי'שע קאמיוניטי איז דא א שטארקע מערהייט מיט א גרויסע אויפשטייג אין פראצענטן אין די לעצטע פאר יאר פון מענטשן וואס ליידן אויפן נפש, אז דו ווייסט נישט דערפון דאן פרעג זיך נאך ביי א ידיד וואס האט ידידים.

זייער אסאך איז שוין געטון געווארן אז מענטשן זאלן אנקומען צו שפיטעלער בחינם, און אז מען זאל נישט שטיין מיט קיין פאנטשער אימיטן וועג, אז מען זאל נישט הונגערן ווען מען איז מיט א נאנטן אין שפיטאל און אז מענטשן זאלן קענען חתונה מאכן קינדער און אז יתמים זאלן נישט ווערן באקריוודעט און אז קינדער זאלן נישט ווערן געבוליעט, אבער עס איז נישט געטון געווארן גענוג פארן חבר/ברודער/שכן/קרוב וואס מאכט נעבעך מיט ביי זיך אין קאפ און ווערט מער און מער פארוועלקט און גייט אויס ווי א לעכט אדער טרעפט ער זיך צוגעבינדן צו דראגס און שמוץ, וויפיל מענטשן מאכן מיט פאר זיך שטילערייט און נאר ווייל מען שעמט זיך און עס איז נישטא די ריכטיגע שליחים וואס זאלן העלפן ארויסגיין פון די שווערע מצבים.

וויפיל יונגע ווייבלעך ליגן אין בעט אין שווערע דעפרעסיע און צום שוויגער קומט מען אויסגעפראקט שטופנדיג דעם באגעבא? וויפיל יונגעלייט זענען ארויף אויף סחורה די לעצטע פאר יאר אין רעזולטאט פון א פארנאכלעסיגטער יוגנט?

און דא רעד איך נישט פון די מאלעסטירטע וואס קומען נישט ארויס אין פובליק, איך רעד נאר פון די וואס האבן איכשהוא זיך נישט געקענט צושטעלן צו די קאמפעני און זייערע מחלות זענען מיטגעוואקסן מיט זיי מיט די יארן אן דאס מאכט זיי חרוב.

און עס איז אוודאי דא נאך פילע סארטן פעלער וואו די חולי נפש מאכן מיט וואס מען קען נישט ארויסשרייבן אויף פאפיר.

טאמער ווייסטו נישט פון די אלע זאכן דאן שיק מיר דיין אדרעס און כ'קום אריבער מיט א טעפל וואסער דיר אויפצואוועקן פון דרימלענד.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יולי 07, 2019 6:36 pm

זייער א לאנגע תגיבה כדי צי שרייבן "א יעדער איינער ווייסט"
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

הודעהדורך קאלטגעבראטן » זונטאג יולי 07, 2019 6:42 pm

יעדע איינס איז שוין איינס צוסאך

Sent from my ONEPLUS A6013 using Tapatalk
קאלטגעבראטן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 05, 2016 11:28 pm
האט שוין געלייקט: 417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

הודעהדורך הקטן » זונטאג יולי 07, 2019 6:44 pm

קאלטגעבראטן האט געשריבן:יעדע איינס איז שוין איינס צוסאך

זיכער אזוי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג יולי 07, 2019 6:55 pm

די נקודה דא איז נישט צו ס'איז דא מער אדער ווייניגער ווי ערגעץ אנדערשט. (כאטש די אמת'ע נאמבערס וועט מען קיינמאל נישט וויסען אזוי לאנג ווי אלעס איז באהאלטן אונטער'ן קארפעט)
די נקודה איז אז ביי אונז הערשן די מענטל פראבלעמען עט ליעסט אזוי ווי ערגעץ אנדערש, אבער למרבה הפלא איז שא שטיל און קיינער רעדט נישט דערוועגן.
מ'מאכט ריזיגע אסיפות פאר טעכנאלאגיע און ציונות, צוויי זאכן וואס זענען קיינעם נישט נוגע, און מ'פארנאכלעסטיגט א אמת'ע און פאקטישע פראבלעם וואס טויזענטער מענטשען מוטשען זיך דערוועגן.
פארוואס זאל נישט א רבי אדער רב האלטן א דרשה און מעורר זיין מענטשען צו זוכען הילף? האט דעפרעשען נאכנישט אונטערגעברענגט אזויפיל מענטשן ברוחניות ובגשמיות ווי סמארטפאונס?
פארוואס זאל נישט א קהילה צושטעלן סאושעל ווארקערס און טעראפיסטס פאר די אינגעלייט אדער פרויען וואס ברויכן דאס?
גראדע אין די לעצטע יארן איז דאס היבש בעסער, און רבנים שיקן אפיציעל צו טעראפיסטס און פסיכיאטערס, ס'איז שוין דא רעליף וכדו', אבער ס'דארף נאך אלץ א גרויסע תיקון.
אוודאי קען מען נישט פארמיידן יעדע סואיסייד, אבער מיר - אלץ א סאסייעטי - קענען טוהן מער צו ראטעווען פאטענציעלע קרבנות.
דאס איז אויסער דעם וואס די אלע מענטשן וואס זענען אין טשארדזש פון די ציבור מעגן שוין אנערקענען אז די אומנויטיגע סטרעס פון תקנות און ענגשאפטן וואס די סאסייעטי לייגט ארויף אויף יעדן יחיד ברענגט אן א שיעור גייסטישע פראבלעמען. זאל מען מאכען א אסיפת הרבנים ווי אזוי צו לינדערן סטרעס ביים ציבור. און זאג מיר נישט אז ס'איז נישט דא וואס צו טון, ווייל אויף די שרעקליכע מגיפה פון סמארטפאונס קען מען אויך גארנישט טוהן, און פונדעסטוועגן הערט מען דרשות און כינוסים יעדען צווייטן טאג דערוועגן. ווייל א איד דארף דאך טוהן, נישט אויפטוהן.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג יולי 09, 2019 7:17 pm

אמאהל אין בית המדרש איז איינער געגאנגען נאך געלט פאר א היימישער ארגענזאציע וואס העלפט מענטשען מיט "לייכטע" פראבלעמען, דעפרעסיע וכו'.

איינער געהערט פין זיי?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

הודעהדורך הקטן » דינסטאג יולי 09, 2019 7:22 pm

ס'דא מערערע ארגענעזאציעס, פרטים קענסטו באקימען ביי "רעליף"
סתם ביקור חולים ארגענעזאציעס קען אויך זיין אן אדרעס
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הקטן אום דינסטאג יולי 09, 2019 9:11 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » דינסטאג יולי 09, 2019 8:31 pm

זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

Re: אסתי וויינשטיין: נאך א קרבן פון די חרדישע מלאכי חבלה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יולי 09, 2019 9:03 pm

גדליה האט געשריבן:די נקודה דא איז נישט צו ס'איז דא מער אדער ווייניגער ווי ערגעץ אנדערשט. (כאטש די אמת'ע נאמבערס וועט מען קיינמאל נישט וויסען אזוי לאנג ווי אלעס איז באהאלטן אונטער'ן קארפעט)
די נקודה איז אז ביי אונז הערשן די מענטל פראבלעמען עט ליעסט אזוי ווי ערגעץ אנדערש, אבער למרבה הפלא איז שא שטיל און קיינער רעדט נישט דערוועגן.
מ'מאכט ריזיגע אסיפות פאר טעכנאלאגיע און ציונות, צוויי זאכן וואס זענען קיינעם נישט נוגע, און מ'פארנאכלעסטיגט א אמת'ע און פאקטישע פראבלעם וואס טויזענטער מענטשען מוטשען זיך דערוועגן.
פארוואס זאל נישט א רבי אדער רב האלטן א דרשה און מעורר זיין מענטשען צו זוכען הילף? האט דעפרעשען נאכנישט אונטערגעברענגט אזויפיל מענטשן ברוחניות ובגשמיות ווי סמארטפאונס?
פארוואס זאל נישט א קהילה צושטעלן סאושעל ווארקערס און טעראפיסטס פאר די אינגעלייט אדער פרויען וואס ברויכן דאס?
גראדע אין די לעצטע יארן איז דאס היבש בעסער, און רבנים שיקן אפיציעל צו טעראפיסטס און פסיכיאטערס, ס'איז שוין דא רעליף וכדו', אבער ס'דארף נאך אלץ א גרויסע תיקון.
אוודאי קען מען נישט פארמיידן יעדע סואיסייד, אבער מיר - אלץ א סאסייעטי - קענען טוהן מער צו ראטעווען פאטענציעלע קרבנות.
דאס איז אויסער דעם וואס די אלע מענטשן וואס זענען אין טשארדזש פון די ציבור מעגן שוין אנערקענען אז די אומנויטיגע סטרעס פון תקנות און ענגשאפטן וואס די סאסייעטי לייגט ארויף אויף יעדן יחיד ברענגט אן א שיעור גייסטישע פראבלעמען. זאל מען מאכען א אסיפת הרבנים ווי אזוי צו לינדערן סטרעס ביים ציבור. און זאג מיר נישט אז ס'איז נישט דא וואס צו טון, ווייל אויף די שרעקליכע מגיפה פון סמארטפאונס קען מען אויך גארנישט טוהן, און פונדעסטוועגן הערט מען דרשות און כינוסים יעדען צווייטן טאג דערוועגן. ווייל א איד דארף דאך טוהן, נישט אויפטוהן.
חדא מתורצת בחבירתה. פאר שטותים ווי ציונות און טכנולוגיה, טוט מען שטותים ווי אסיפות און דרשות מיט כינוסים.
פאר ערנסטע זאכען דארף מען טון ערנסט למעשה.
וואס? ווייס איך נישט.
טאמער די ציפערן זענען פונקט אזויפיל ביי אונזערע ווי אינדערויסען, הייסט׳ס עס איז נישט קיין היימישע פראבלעם, געבונדען צו די סאסייעטי, נאר אן אלגעמיינעם פראבלעם. פונקט ווי מיר דארפען נישט קיין אידישע קענסער ריסערטש סאסייעטי, דארף מען נישט קיין אידישע מענטאל העלטה סאסייעטי.

שכל זאגט אז אונז האבען ווייניגער ווי סתם אמעריקאנער, ווייל שטארקע משפחות טון דאס שטארק פארמינערן. און אסאך פון די טין סואיסיידס קומען פון די טפשות׳דיגע דעיטינג סיסטעם פון יונגער חברה אין היי-סקול, א זאך וואס מיר האבען נישט. אבער צו זאגען אז עס עגזיסטירט נישט איז דאך זינלאז.

אלענפאלס, געלט און ארגאניזאציעס איז נישט ממש די לעזונג. א געוויסע עדיוקעישען פאר מאמעס, דאקטוירים, מקוה פרויען, אדער רבצינס, וואלט געהאלפען. און אפשר עגזיסטירט עס שוין.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8690
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3032 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8154 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך יולי 10, 2019 8:27 pm

מאך זיכער האט געשריבן:זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.

פאר די פרייז פון איין טעראפיע סעסיע קען מען אהערשטעלן כמעט טויזנט פארציעס קאטשעניא!

און איין סעסיע טוהט ניטאמאל אויף.......
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1854
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1660 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1043 מאל

הודעהדורך הקטן » מיטוואך יולי 10, 2019 9:36 pm

קורקלענד האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:זעט עטס ווי מען סטראגלט צו טרעפן אן ארגענעזאציע פאר מענטל העלטה? ווען עס פעלט מיר ווען קאטשעניא פאר שבת האב איך כאטשיג פינף ארגענעזאציעס וואו זיך צו ווענדן, אבער פאר 'לייכטע פראבלעמען' מוז מען זיך קראצן.

פאר די פרייז פון איין טעראפיע סעסיע קען מען אהערשטעלן כמעט טויזנט פארציעס קאטשעניא!
און איין סעסיע טוהט ניטאמאל אויף.......

איך בין נישט זיכער איך פארשטיי בכלל זיין פוינט, ס'פעלט וווילטעטיגען ארגאנזאציעס אדער סתם גיטע אידען וואס זענען זיך גרייט אויסטון די העמעד פאר א צווייטען?
זאל'ס זיין מענטעל העלט אדער סיי וואס

איך קען הערן אז א יחיד זאל האבן א סטיגמא פין מענטל העלט, און וואו עס גויאישט זיך אידישט זיך.
אבער אלס א סעסייעטי? וויל איינער זאגן אז מיר האבן נישט קיין מענטעל העלט אישאס? עפעס א קאנספעראציע צי פארדעקען מענטל העלט?!?
וואט אר די עוועדענס פאר איט?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1794 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1038 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך יולי 10, 2019 10:53 pm

מען מיינט צו זאגן אז ביי אונז ווען איינער גייט אויף טעראפי הייסט ער א משוגענער, ממילא וויל מען נישט גיין.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 993 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot], Majestic-12 [Bot] און 5 געסט