שרעקעדיגע מעשה קודם חורבן קרית יואל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

שרעקעדיגע מעשה קודם חורבן קרית יואל

שליחה דורך shem-tov »

נאך א מעשה ווערט דערציילט איבער א מאמע וואס האט געהאט עטליכע געראטענע און שיינע קינדערלעך וועם זי האט געשיקט אין די שטאטישע מוסדות, דארטן האט מען שרעקליך מטמא געווען אירע קינדער איינס ביי איינס יאר נאך יאר דורך מלמדים, פריוואטע מלמדים, מנהלים. דער טאטע איז בטבע געווען א שוואכער כאראקטער, אירע קינדער זענען נישט געווען קיין גרויסע לערנער אבער טיכטיגע בעלי מלאכה זענען זיי יא געווען צום סוף האט מען איר אהיימגעשיקט די קינדער אז זיי מאכן גאר קאליע אנדערע קינדער די מאמע האט געוויינט און געשריגן איר האט דאך קאליע געמאכט מיינע קינדער איך האב דאך נישט ווי צו שיקן מיינע קינדער אבער דער מנהיג, דער דיין, דער מנהל, דער עסקן האבן נישט געוואלט זיך אריינמישען און זיך אנהייבן מיט איין גבר אלים פון יענעם דור ימ"ש. נאך עטליכע יאר פון חרפה און בושה און באהאלטן די קינדער אינדערהיים האבן די קינדערלעך מער נישט געקענט גיין ליידיג האבן זיי אנגעהויבן א קליינטשיק געשעפט פון פארעכטן בייקס, האט דער זעלבער וועד ארומגעשיקט א בריוו צו די גאנצע שטאט פון 5000 מענטשן און מיט א פונקטלעכקייט אדרעס און דעטאלן געשריבן אז מען טאר דארט נישט אהין גיין צוליב וואס עס ווערט געפירט דורך בחורים און דערמיט ווידער זיי געלעכערט דאס הארץ אזוי פריש שרעקליך מצער געווען א גאנצע משפחה וואס האט זיך שוין אנגעליטן צרות יגון ואנחה. יענע ביינאכט האט די מאמע נישט אויפגעהערט צו וויינען אויף איר מצב ביז איר געוויין האט דערגרייכט צום כסא הכבוד גלייך האט הקב"ה געוואלט חרוב מאכן דאס גאנצע שטאט, רביה"ק והטהור האט זיך אנגענומן פאר זיין שטאט מיט אירע תורה צדקה וחסד. הקב"ה זאגט איך האב חרוב געמאכט מיין שטאט ירושלים צוליב אזעלעכע זינד. רביה"ק זאגט אזא שטאט דארף איך נישט האבן אבער זיכער זענען דא ערליכע יודן וואס נעמן זיך אן פאר די צובראכענע פרוי מיט אירע קינדער. הקב"ה דער קל רחום וחנון ווארט צו זעהן אולי יש עשרה צדיקים. באלד הערט מען א קול צעקה פון ערליכע עסקנים תלמידי רביה"ק וואס זענען באקאנט מיט די פרשה וואס האבן שוין פרובירט אלעס אין די וועלט צו העלפן אבער די פאוער פון איין רשע האלט זייערע הענט געבינדן. צענדליגע יודן קלאפן די טאטע אין די פלייצע און באווארפן אים מיט חיזוק, נשים צדקניות וואס מיינען אמתדיג דעם באשעפער רופען אן די צובראכענע פרוי און סופארטן איר אויף די ביטערע גזירה און בלעימן איר נישט אפילו קיין איין פערצענט אויף די רשעות וואס האט איר באטראפן און זענען איר מחזק מיט פאסיגע דברי חיזוק. זאגט הקב"ה אויב אזוי ואני אקשה את לב פרעה כדי איר זאלט זעהן מיינע ווינדער וויבאלד עס איז טאקע בלויז דער איינער. הה"ד אשירה לה' כי גמ"ל עלי דעם גמ"ל לאזט פאר מיר קעירצונעמן ער וועט זיך נישט ארויסדרייען פון מיין האנט. דער רשע איז פארשניטן געווארן הה"ד וכל קרני רשעים אגדע. רביה"ק צוריק אריין אין גן עדן צום מחול לצדיקים און אזוי איז דער שטאט דאן געראטעוועט געווארן.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר