מיינע מחשבות איבער "ברעקזיט"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

מיינע מחשבות איבער "ברעקזיט"

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי אלע ליינער דא, האט דער "ברעקזיט" רעפערענדום אויסגאנג מיר א שאקל געטון. עס איז געווען היבש אומגעראכטן, אז מער ווי האלב פונעם פאלק האט געשטימט פאר "LEAVE" אנשטאט בלייבן אין די קאמפארט זאון פון די EU, טראץ די שווערע קאנסעקווענצן דערפון. עס האט מיר געמאכט טראכטן, וואס איז טאקע פשט דערפון? פארוואס זאלן מענטשן זיין אזעלכע בהמות און טון אזעלכע שריט וואס מאכט זיי פארלירן אסאך באקוועמליכקייטן צו וואס זיי זענען שוין געוואוינט, און גיין דיעלן מיט א נייע אומבאקאנטע מהלך און אומזיכערע צוקונפט וואס תוצאותיו מי ישורנה?

האב איך געליינט באריכטן דא און דארט, אין די היימישע צייטונגען ווי אויך להבדיל אין נישט אזעלכע היימישע מקורות, און איך האב פארשטאנען. אין קורצן, זיי ברענגען ארויס אז די אי.יו. האבן זיך געווארפן מיט די ענגלישע ווי מיט א שטיף קינד, און נישט צוגעלאזט ענגלאנד צו זיין זעלבסטשטענדיג, האט געמאכט פארשידענע רעגולאציעס נישט אין איינקלאנג פאר בריטאניע'ס טובה, אסאך געזעצן וואס די בריטישע האבן געוואלט איינפירן לטובת זייערע בירגער האט נישט געקענט אדורכגיין בלויז ווייל די אי.יו. האט נישט געהאלטן דערפון וכדו' (אינאיינעם מיט די אימיגראנטן אישו). כ'וועל נישט מאריך זיין דא, אויב ווילט איר זעהן מער, גיט א קוק צב"ש דא.

בקיצור הדברים, עס איז א בחינה פון די "ענגלישע ספרינג". גענוי ווי אין מערערע אראבישע לענדער וועלכע האבן אפגעווארפן די "טובות" פון זייערע פירער-פארפירער, און אפגעווארפן דער יאך און די צרות יגון ואנחה, טראץ וואס דער צוקונפט אן א פעסטגעשטעלטע מלוכה איז היבש אומסטאביל און אומזיכער, האט מען געזוכט א וועג ארויס פון די שטרענגע רשעות'דיגע רעזשים, און געזוכט אביסל דעמאקראטיע ווי לופט צום אטעמען, נישט אז מען זאל אונטערגעדרוקט ווערן פאר יעדע מחשבה זרה'לע וואס מען טראכט אנדערש ווי דעם פירער, און אלע שטימען זאלן אויטאמאטיש גיין 100% פאר דעם פריער-באשטימטן פרעזידענט...

געבן א אויסוואל פאר די איינוואוינער פון א פלאץ איז באמת באגריסענס-ווערד. די בריטישע האבן געגעבן די אפציע פאר די בירגער צו מאכן א טשויס, ווייל זיי טוט עס די מערסטע אפעקטירן. אפגעזעהן ווי שווער און אומבא'טעמ'ט דער אויסגאנג איז געווען פאר די בריטישע רעגירונג, האבן זיי פארט זיך געפירט ווי א ריכטיגע דעמאקראטישע רעגירונג, און געגעבן דעם פארדינטן רעספעקט פאר די רצון פון רוב וויילער.

אין די אראבישע לענדער איז גראדע נישט געגאנגען מיט גוטן, האט מען געמוזט גיין מיט בייזן. אין צפון קארעא איז נאך אויך (דערווייל) נישט געווען קיין רעפערענדום, מען גיט נישט קיין אויסוואל פאר די בירגער צו טראכטן אנדערש ווי דער שמייליגער פירער. אבער ס'איז נישט קיין ספק אז אלמלי מען זאל זיי יא געבן דעם אויסוואל און די פשוט'ע מענטשן רעכטן, וואלט די לאנד אויסגעקוקט אסאך אנדערש. נישט אז דער פירער זאל האבן מכל טוב אין זיין אנגעפרעסענעם בייכל, בו בזמן וואס די בירגער האבן נישט גענוג עסן פאר די פשוט'ע נערונג, און האבן קוים עלעקטריק, און אויב האט מען די חוצפה זיך צו באקלאגן גייט מען אין גולאג ליידן יסורים און שווערע צוואנגס ארבייט.

*

כ'מיין אז עס פעלט נישט אויס מאריך צו זיין אין דעם נמשל. מיר אלע געפינען זיך אין א ענליכע פאזיציע. אודאי אין א וועג איז עס זייער באקוועם. מיר האבן צוגעשטעלט מוסדות, גמ"ח'ן, אלע סארט הילף על כל צרה שלא תבא ה"י, און מיר האבן זיכער הנאה דערפון. אבער מען קען נישט לכבוד דעם לייקענען דער פאקט אז מיר זענען אונטער א רעזשים וואס קאנטראלירט אונז במחשבה דיבור ומעשה, און מיר מוזן זיך מבטל זיין פאר יעדע קול קורא אדער יעדע חומרא וואס א שמויגער טראכט אויס, און אויב פאלגט מען נישט אלעס גענוי, לייגט מען פרעשור און מען גייט ביז טעראר. אויב האסטו די נישט די ספעציעלע אינטערנעט פילטער פון אונזערע מוסדות קענסטו נישט האבן דיינע קינדער ביי אונז; אויב טראגסטו שבת מיטן עירוב טארסטו נישט אריינקומען אין אונזער ביהמ"ד; אויב דיין ווייב דרייווט קענסטו נישט זיין א מעמבער אין אונזער קהלה, וכהנה רבות כמבואר בארוכה אינעם אכשר דרא אשכול, און מען פרובירט אונז איינצורעדן אז דער עולם איז העכסט צופרידן דערפון, און יעדער וויל טאקע אך ורק זיין רבי, און זיינע פארטרעטער און די מנהלי המוסדות וואס מיינען טאקע נאר אונזער טובה, און די טובה פון די קינדער.

איין מינוט, איז עס טאקע אזוי? וואלט מען געוואלט מאכן א רעפערענדום ביי אונז? אז אלע משפחות זאלן באקומען א געלעגנהייט צו מאכן א אויסוואל צו מיר ווילן טאקע די פירער, די חומרות, די תקנות, די קאנטראל, די טעראר?? זענען די מנהיגים און די רבנים טאקע אינטרעסירט אין די טובה פון זייערע אונטערטאנען? אדער איז עס אזוי ווי אין צפון קארעא, וואו די פירער וואוינען אין די שענסטע הייזער (אויסער די איבריגע ריעל עסטעיט), רייכסטע אויטאס, מען מאכט זיי חתונה די קינדער, און באקומען כסדר אויסגעצאלטע וואקאציעס אין שווייץ, פלארידע, קאליפארניע, העמפשיער, עסטרייך, אלעס אין ערשטע-קלאס פלייטס? מען קויפט זיי די שיינע קאלירטע בעקישעס, און הערליכע קרוין שטריימלעך, שיינע עטרות אויף די טליתים ביים קאפ און ביים רוקן, אלעס סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ, און דאס אלעס בשעת זייערע שטיצער און נאכפאלגער וועמען מען איז מחייב צו צאלן מעמבערשיפ און אנדערע קהלה אפצאלן ברעכן אונטער און האבן נישט די מינימום צו לעבן? מען קען נישט צאלן קיין שכר לימוד, קעמפס, קיין רענט, קיין פארקינג טיקעטס?

אפשר זאל מען מאכן וואלן אין וויליאמסבורג צי דער עולם וויל דעם עירוב? מאכן וואלן אין קרית יואל צי מען וויל זיך רייצן מיט די שכנים און אנעקסירן שטחים ווילדערהייט? מאכן וואלן אין מאנסי צי דער עולם וויל טאקע בויען הייזער צו מרחיב (לייען מחריב) זיין די גבולי הקדושה און זיך רייצן מיט די שונאי ישראל? אדער צי זיי ווילן האבן דעם וועד האישור און נאך צאלן א אפצאל דערפאר? זאל מען מאכן וואלן אין גור צי דער ציבור דארט איז טאקע אינטרעסירט אין די אלע שווערע תקנות? בכלליות ווילן מיר טאקע אז די מוסדות אדער די חסידות זאלן מאכן אזעלכע שווערע תקנות יעדן שני וחמישי און האבן קאנטראל אויף טריט און שריט?

אבער אזעלכע וואלן וועט ווארשיינליך קיינמאל נישט פאסירן. די סיבה? די זעלבע פארוואס צפון קארעא וועט עס אויך קיינמאל נישט טאן.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר