מעשה בשפיגל אחד

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
ראש חודש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 08, 2016 4:25 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

מעשה בשפיגל אחד

שליחה דורך ראש חודש »

איך האב געהאט אזא מעשה די פארגאנגענע וואך.
איך פאר ארויס פון מיין ספאט אויף 13th ave, איך בין געווען געפארקט, אין מיטן בלאק ביי די פאמפ, איך קוק אין שפיגעל צו איך קען ארויספארן, צו ס'איז נישטא קיין קארס, און איך פאר מיך ארויס אזוי געמיטלעך, איך האלט און מיטן ארויספארן, הער איך פייפן אינטער מיר מיט יארמעליכע קולות, קוק איך נאכאמאל אין שפיגעל, זעה איך א חסיד'שער אינגערמאן זיצען אין זיין טאנע קאנטרי, מיט לייטס אין זיין דעש בוירד פארט אויף 60mph און פייפט,
טראכט איך ביי מיר, נאך א חסיד וואס מיינט אז ער קאנטראלד די וועלט, אבער איך גיי ווייטער מיט מיינס
איך בין שוין אינמיטען פארן, בין איך ממשיך ארויספארן, ער האט נעבעך געמיזט אראפ ברעקען, זעה איך ווי ער ווייסט מיר זיין מיטעלסטע פינגער , אויף די חוצפה וואס איך האב אין מיר, ארויסצופארן פון מיין ספאט בשעת ער איז אויפ'ן ראוד, איך מאך מיר נישט צוטאן, איך פאר ווייטער צום קארנער איך נעם די לינקע לעין, ער זאל קעננען פארן ווייטער ווי שנעל ער וויל, די לייט ווערט גרין, ער קאט מיך אריין פון די לינקע לעין אריין צו די רעכטע, גיי איך שנעל אריבער צו די לינקע לעין, אבער ער איז נאכנישט צופרידן, ער קימט ווייטער אריין און מיין לעין, ער שטעלט זיך אפ ממש אויף די ברייט פון 13th ave ער לאזט נישט די טרעפיק גיין, מענטשן אינטער מיר קימען ארויס פון זייער קארס איינער מיט א טעלעפון, צו מאכן א ווידיאוי פון דעם ווילדען געשעניש, דער חסיד קימט ארויס פון זיין קאר ווילד אויפגערעגט, שאמט פאר כעס, מיט שנעלע טריט לויפט ער צו, צו מיין קאר, איך מאך זיכער אז מיין טיר איז צוגעמאכט, מיין ווייבעלע זיצט נעבען מיר, כ'וויל נישט אנהייבן א געשלעג יעצט, איך האב נאך זאכען וואס איך דארף ארלעדיגען, פאר ס'ווערט שפעט, דער אינגערמאן געט א זעטץ אויף מיין שפיגעל אויף גי דרייווער זייט, די שפיגעל צוברעכט זיך, ס'פאלן שטיקלעך פון אלע זייטען, ער לויפט צוריק צו זיין קאר, ער יאגט אפ, איך הייב עם אן נאכפארן צו באקימען זיין לייסענס פלעטס, צו זיין מזל ווערט רויט איך כאפ אפאר גיטע פיקטשערס פון זיין לייסענס פלעט, איך שטעל מיך זייט ביי זייט פון אים, און אינז ביידע ווארטן אויפן לייט, ער קומט ארויס נאכאמאל פון זיין קאר, ער עפענט אויף מיין ווייב'ס טיר, און ער ווארפט אריין א הונדערטער, לייגט עס אויף מיין ווייב'ס שויס, און זאגט "דא האסטו פארן שפיגעל גיי פארעכט עס"


ס'איז די ערשטע מאל וואס איך שרייב, ביטע פארגינט'ס א קאמענט, א אמת'ע איידעלע קריטיק איז אויך וויכטאג ש'כח
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראש חודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר