דער אידעאלער כלל אין די אויגן פון רבי'ס און רבנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

דער אידעאלער כלל אין די אויגן פון רבי'ס און רבנים

הודעהדורך העניך » מיטוואך יולי 13, 2016 12:40 am

כ'האב געזען א ציטאט פון א דרשה פון א געוויסן אדמו"ר ווי ער פאדערט אויף זיינע נאכפאלגער וועגן די בגדי נשים. ער טענה'ט אז ס'איז ל"ע דא א געוואלד מיט פרויען וועלכע גייען היינט אנגעטון פיל "שוואכער" ווי זייערע מאמעס און באבעס זענען געגאנגען, און זיי מוזן זיך כאפן ביים קאפ אז עס טאר נישט אזוי זיין. מ'טאר נישט חלילה ווערן שוואכער פון די פריערדיגע.

פונקט האב איך געזען דעם ציטאט פון איין אדמו"ר אבער דעם זעלבן פקחות הערט מען כסדר פון פילע חסידישע רבי'ס און רבנים. לאמיר זיך אביסל פארטיפן אין אט דער טענה, און לאמיר פרובירן צוצוטשעפען לאגיק צו די דברות קודש.

זאגט דער רבי אז געוויסע פרויען גייען היינט מיט שייטלעך וועלכע זענען מער מאדערן ווי די שייטלעך וואס זייערע באבעס זענען געגאנגען. איז דאס אמת? יא, ס'איז אמת. אבער פון דער אנדערער זייט איז דער פאקט אז עס זענען פאראן טויזנטער פרויען וועלכע גייען היינט אנגעטון פיל פרימער פון זייערע מאמעס און באבעס. אומצאליגע פרויען וועלכע זענען געגאנגען מיט הוילע דזשעקי קענעדי סטיל שייטלעך האבן היינט אייניקלעך וועלכע גייען היטן און שפיצלעך.

עס איז בלי שום ספק דא פיל מער פרויען וועלכע גייען מיט פרימערע בגדים ווי זייערע באבעס ווי פרויען וועלכע גייען מער מאדערן. דאס מיינט אז אין דער חרדישער מחנה איז דא א שטארקער "נעט געין" פון פרומקייט. אלזא ווען מ'קוקט אויפ'ן כלל איז קלאר אז מ'ווערט מער און מער פרום. א מאסע פרויען אויף לי עוועניו זעט היינט אויס פילע דרגות פון פרימער ווי די בילדער פון חסידישע מאסן פרויען פאר דרייסיג-פערציג יאר צוריק.

דער רבי איז זיכער צופרידן אז דער כלל ווערט פרימער, אבער דעם רבי'ן ווייטאגט דעם יחיד. אוי, ס'איז ממש א ווייטאג א פלונית גייט מיט א לאנגע שייטל בעת איר באבע איז געגאנגען מיט אן איידעלן קורצן שייטל. מ'דארף פארפירן אויף דעם.

לאמיר אריינטראכטן א מינוט. נארמאלע מענטשן פארשטייען אז נישט יעדער איז אייניג. עס זענען דא מענטשן וואס זענען געאייגנט צו ווערן מער פרום, און עס זענען דא מענטשן וואס זענען נישט געאייגנט דערפאר. זייער תכונת הנפש ציט זיך אנצוטון לויט'ן היינטיגן סטיל. פונעם רבינ'ס שטאנדפונקט דארף ער נאר זיין העפפי מיט'ן פאקט אז ביי זיינע חסידים זענען דא מער וואס ווערן פרימער ווי די וואס ווערן מער מאדערן – וואס ברענגט אים א "נעט געין" פון פרומקייט. ווען דער רבי ווייטאגט אויף יחידים איז פשט אז דער רבי וויל בכלל נישט אנערקענען אז עס איז לעגיטים פאר סיי וועמען צו ווערן מער מאדערן ווי די עלטערן.

אין אנדערע ווערטער, שינויים קענען נאר געשען אויף רעכטס און קיינמאל נישט אויף לינקס. אן אידעאלער כלל באשטייט פון יחידים וואס בלייבן די זעלבע אדער ווערן פרימער – און היות קינדער מוזן אנפאנגען אויף דעם שטאפל פון פרומקייט פון די עלטערן און קענען נאר גיין נאך מער רעכטס, גייט דער כלל דערגרייכן דעם שטאפל ווען יעדער יחיד איז אויף דער העכסטער שטאפל פון פרומקייט.

נעם שייטלעך ווי א משל. אז מ'פאנגט אן א קהילה פון 100 פרויען, וואס אלע גייען הוילע שייטלען, און בלויז צוויי גייען א שפיצל, וועט נישט נעמען לאנג ביז יעדע איינציגע פרוי אין דער קהילה וועט גיין א שפיצל. וויאזוי? לאמיר זאגן אז יעדע פרוי האט דריי זון און דריי טעכטער. דער צווייטער דור פון דער קהילה באשטייט פון דריי הונדערט מיידלעך. זעקס פון די מיידלעך זענען דאך די טעכטער פון די צוויי שפיצל לעידיס מוזן זיי דאך גיין שפיצלעך פונקט ווי זייערע מאמעס. אבער דא גייען צוקומען נאך זעקס מיידלעך וועלכע וועלן ווערן שנירן ביי די שפיצל לעידיס, און רוב פון זיי, לאמיר זאגן 4, גייען אויך אנטון שפיצלעך. האלטן מיר שוין אז אין צווייטן דור זענען דא 10 מיידלעך מיט שפיצלעך. צווישן די איבעריגע 290 מיידלעך וועלן זיכער זיין אזעלכע וואס וועלן גיין אנדערש ווי זייערע מאמעס. היות מ'מעג נאר גיין פרימער פון דער מאמען, וועלן זיין עטליכע מיידלעך וואס וועלן אנטון שפיצלעך. לאמיר זאגן אז נאך פינף מיידלעך וועלן זיך טוישן צו גיין שפיצלעך. האלטן מיר ביי 15 שפיצלעך פון די 300 מיידלעך אין צווייטן דור.

אין ערשטן דור איז געווען 2/100 שפיצלעך – 2 פראצענט. אין צווייטן דור האלט עס שוין ביי 15/300 שפיצלעך – 5 פראצענט. אין דעם רבינ'ס אידעאלן כלל, א געזעלשאפט וואו מ'קען נאר ווערן פרימער און קיין שום יחיד טאר נישט ווערן מער מאדערן, וועט דער פראצענט פון שפיצלעך ווייטער שטייגן אויף דעם זעלבן אופן. אין דריטן דור וועט 12.5 פראצענט גיין שפיצלעך, אין פערטן דור וועט 31 פראצענט גיין שפיצלעך, אין פינפטן דור 78 פראצענט, און אין זעקסטן דור וועט שוין בע"ה זיין א דור שכולו זכאי ווען יעדער וועט גיין שפיצלעך. דאס איז א שפיל פון א קנאפע הונדערט יאר וואס עס וועט נעמען פאר א קהילה פון בלויז 2 פראצענט שפיצלעך צו ווערן 100 פראצענט באשפיצלט.

עס פארשטייט יעדער אז קיינמאל אין היסטאריע איז נישט געווען אזא באגריף אז מ'זאל ערווארטן אז כלל ישראל זאל זיך ארויפזעצן אויף רעלסן וועלכע פירן צוביסלעך אין א געוויסער דירעקציע. עס זענען אייביג געווען פארשידענע סארטן מענטשן, און מ'האט אייביג פארשטאנען אז נישט יעדער איז געקנויטן פון זעלבן טייג.

אבער אונזערע חרדישע קהילות ארבעטן ליידער בערך אויף דעם אופן, נאר דער גאלאפ איז נישט אזוי שנעל וויבאלד עס זענען דא געוויסע וואס טוישן זיך יא אויף מער מאדערן. עס איז קלאר אז די חסידישע קהילות וואו א שפיצל איז אן ארויפגעקוקטע זאך גייען צו דער ריכטונג פון 100 פראצענט באשפיצלט, וויבאלד עס איז דא א שטארקער "נעט געין" פון די וואס ווערן פרימער.

ווען דער רבי שליט"א וויינט אויף יחידים ליגט אין זיינע ווערטער אז עס ווייטאגט אים אז עס וועט נעמען נאך א דור צוויי ביז יעדער וועט גיין א שפיצל. ער וויל בכלל נישט אנערקענען אז ס'איז נאטירליך און נארמאל אז געוויסע זאלן גיין אויף דעם אנדערן וועג – און אז פון זיין פערספעקטיוו שטייט ער נאך זייער נאנט צו זיין אידעאלן כלל. דער רבי זאגט אז ער אנערקענט נאר ווערן פרימער, און יא, ביז א פינף-זעקס דורות מוז יעדע פרוי אין זיין קהילה גיין א שפיצל. נאך מער פון דעם, אויב פאלט ביי פאר עטליכע פרויען צו ווערן נאך פרימער, און וועלן זיך אינגאנצן אפבונדן, איז ווידער נאר דא איין דירעקציע, און ביז נאך עטליכע צענדליגער יארן ערווארטעט דער רבי אז יעדע פרוי פון זיין קהילה זאל גיין אפגעבונדן.

און איר מיינט אז ביי דעם וועט עס בלייבן שטיין? עס איז דא א סיבה פארוואס אין געוויסע קלענערע קרייזן האבן פרויען געמוזט ערפונדן דעם שווארצן שאל זיך ארומצואוויקלען מכף רגל ועד ראש. אויב עס איז נאר דא איין וועג צו גיין, אויב מ'מעג נאר נאכטון די עלטערן אדער ווערן פרימער איז אומפארמיידלעך אז מ'זאל אויפקומען מיט פרישע "פרומקייטן" וואס וועט צוביסלעך ווערן מער און מער פארשפרייט.

אלזא, שטעלט אפ דעם רבי'ן בשעת ער ברעטשעט וועגן יחידים וואס גייען ליידער "שוואכער" ווי די עלטערן, און פרעגט אים וואס זיין בליק איז אויפ'ן כלל, און צי ער האלט אז אן אידעאלע חסידישע געזעלשאפט דארף אויסקוקן ווי איך האב דא פריער געשילדערט.

אט דער אנאליז ווארפט ליכט אויף דעם ברייטן בילד וואס טוט זיך אפ ביים יהדות החרדית. דאס איז מסביר וויאזוי מ'רוקט זיך אלס מער צו עקסטרעמיזם, און דאס ערקלערט די ערשיינונג פונעם נייעם "איזם": די עבודה זרה פון "פרומיזם". נישט אז זיי זענען בכלל ביכולות צו אנאליזירן וואס זיי האלטן, אבער אין הינטער-באוואוסטזיין גלייבן די פרומיסטן אז דער אידעאלער כלל דארף ווערן פרימער און פרימער, אן אפשטעל. און אלס אן אומפארמיידליכע תוצאה מוזן זיי כסדר העכערן די פרומיסטישע ערווארטונגען, און כסדר אויפקומען מיט פרישע פרומיזמען ווייטער צו פיטערן דעם פראצעס.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: קאמענטירער, שלום שטיסל און 3 געסט