איך זוך א מורה דרך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

איך זוך א מורה דרך

שליחה דורך אלבערט »

איך בין א אינגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער יארן, איך ווער באטראכט אין מיין געזעלשאפט אלס אן ערנסטער אינגערמאן, איינער וואס דאווענט און לערנט פארהעלטניסמעסיג ווי עס פאסט. איך האב ב"ה א פיינע פרנסה און א שטוב מיט עטליכע קינדער קע"ה. אין פאקט אבער דריי איך זיך ארום אין עולם התוהו. איך געהער צו א גרויסע חסידות ווי אלעס פארט מיט א סיסטעם, יעדער וואס גייט אריין אינעם טערנסטייל דרייט זיך מיט און אלעס פארט מיט אנגעהויבן פון ווען מען האט חתונה ביז נאך ווען מען מאכט חתונה די קינדער. אידישקייט און אלע אירע ריכטיגע אספעקטן ווערן נישט אדרעסירט ווייל עס איז נישט פון די זאכן אויף וואס די חסידות/פארטיי באשטייט און אויסער גיין צום רבינ'ס/רב'ס/דיינ'ס שיעור דא דארט און גיין צום דינער/וואטן פארלאנגט מען נישט גארנישט און קיינער קימערט זיך נישט מיט די אמת'דיגע יסודות וואס פעלן פון א אינגערמאן וואס האט געלערנט אלס בחור אין די גרויסע פעקטאריעס ווי קיינער האט נישט אריינגעלייגט ספעציעלע כוחות ער זאל זיין אויפגעבויט צו קענען זיין אן אמת'ער איד נאך די חתונה.

איך, און איך שטעל מיר פאר אז אויך זייער אסאך אנדערע אינגעלייט, האבן כסדר פראבלעמען, אמאל איז דאס רוחניות און אמאל גשמיות, אמאל איז דאס פון די סאמע יסודות אין אידישקייט וואס מען ראנגעלט זיך און אמאל איז עס א קליינליגער פראבלעם וואס פארטייבט דעם מח און האט אן אויסווירקונג אויף אנדערע ענינים.

איך שפיר אז איך האב נישט צו וועמען צו רעדן. די רבנים/דיינים זענען נישט קיין מורה דרך, זיי קענען צום בעסטן פאל פסק'נן שאלות און פארהאלטן איבער די תקנות הקהלה אבער נישט צו פארבינדן א נאנטשאפט מיט א אינגערמאן און אים פארשטיין, פארשטיין זיינע פראבלעמען און אים מדריך זיין על דרך הישר. איך שפיר ווי א מענטש עלנד אליין, איך בין נישט קיין איד און נישט קיין גוי, איך דריי מיך ווי א ראבאט און איך טו די פליכטן וואס אלע מענטשן ארום מיר טון כדי מיר זאלן נישט ארויספאלן פון די סאסייעטי.

איך האב נישט קיין צייט יעצט צו מאריך זיין מיט משלים און נאך, אבער די פוינט איז אז איך זוך א ערליכן איד מיט א שכל הישר על פי תורה און על פי מענטשליכקייט, איינער וואס לעבט אויף די וועלט און קען אירע פראבלעמען, מיט וועמען מען קען אנקניפן נאנטשאפט, און איך זאל זיך קענען דורכרעדן אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ און ער זאל מיר מדריך זיין ווי עס דארף צו זיין אזוי ווי עס איז געווען אין אלע דורות אז יעדער איד האט געהאט א רבי וואס האט אים געקענט און האט אים מדריך געווען.

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר