בוש איז שולדיג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

בוש איז שולדיג

שליחה דורך געוואלדיג »

ווען פרעזעידענט אבאמא יר"ה האט קאמפעינט ביי די מאסן אין 2008 אויך צו ווערן פרעזידענט, האט ער גענוצט א טאקטיק וואס האט זייער גוט געארבעט ביי די דעמאקראטן און אפילו ביי די רעפאבליקאנער, נעמליך צו באשולדיגן בוש אין אלע אמעריקאנער פראבלעמען, עקאנאמיע אין די ערד - בוש, גרעניץ נישט סעיף - בוש, פראבלעמען מיט אנדערע לענדער - בוש, וכו' וכו', אלעס איז בוש שולדיג, עס האט גוט אפעלירט און אפילו געמאכט סענס, און ער האט באקומען דעם ווייסן הויז,

אבער נישט נאר די דעמאקראטן זענען געפאלן פאר דעם, נאר אפילו די רעפאבליקאנער האבן זיך דערשראקן פון די פראפעגאנדע, אויף אזוי ווייט אז נישט נאר זיי האבן נישט באשיצט זייער פרעזידענט נאר האבן איהם גאר אליין דערווייטערט פון זייער פארטיי, זיך איינרעדנדיג אז דאס גייט צוריקברענגען די געטרוי פון די מאסן צו זיי, און ווי אונז ווייסן האט עס זיי געהאלפן א רעטעך.

עס איז אריבער 3 און ½ יאר און מען שטייט ווידער פאר פרעזידענטליכע וואלן. יעצט איז שוין אבאמא דער דעמאקראט אינעם ווייסן הויז און האט שוין לכל הדיעות געקענט פאררעכטן געוויסע פראבלעמען וואס דער טיפש בוש האט אנגעמאכט, און כמובן האט ער בכלל אין די ½3 יאר שוין עפעס געקענט אויפגעטון אדער חרוב מאכן, יעצט איז דאך שוין זיכער די סוקסעסן זיין קרעדיט און די דוכפעלער אויך זיינע, אבער ניין, ער שטעלט זיך ארויף און מיט א בלעכענעם פנים ערקלערט ער, די עקאנאמיע איז נאכאלס נישט גוט? בוש! מיט רוסלאנד זענען די באציאונגען געפערליך? בוש! האסט נישט קיין געלט אין טאש? בוש! געווען נאך טעראר אטאקעס אין אמעריקא? בוש! וכו' וכו' וכו', לכאורה וואלט יעדער אנגעקוקט אזא מהלך טפשות'דיג און אומ'אחריות'דיג, וואו ביסטו געווען אין די פאר יאר, האסטו גארנישט אויפגעטוהן? האסטו גארנישט פארראכטן? ביסט ממש געווען מיט געבינדענע הענט? האסטו נישט געטוישט פאליסיס? אויב טאקע נישט, דאן ביסטו נישט קוואליפיצירט צו זיין פרעזידענט אויב קענסטו גארנישט אויפטוהן אין ½3 יאר, און האסט נישט רעכט צו בעטן פון די מאסן נאר א קאדענציע, און אויב קענסטו יא און האסט יא געטוהן זאכן, ווי קומט בוש אריין אין בילד? דו ביסט שוין אין טשארטדזש אפאר יאר, וואו ביסטו צו נעמען אחריות אויף די לעצטיגע יארן אויף די הצלחות און אויף די דורכפעלער?

אבער קיינער האט געפרעגט, קיינער האט געזאגט, און ער האט געווינען נאך 4 יאר, פארוואס טאקע, ווייל עס איז זייער שווער צו זאגן טעיתי אדער צו נעמען אחריות אויף טעותים, עס איז פיל גרינגער צו באשולדיגן יענעם ווי איידער זיך, און באמת ביים אנהויב איז ער טאקע גערעכט געווען, וועמענ'ס אחריות איז א צוברעכענע עקאנאמיע אויב נישט דער פרעזידענט וואס איז דעמאלטס איז ווייסן הויז, אבער ווי לאנג האלט דאס אן, ווי לאנג איז יענער שולדיג? ווען ווערסטו שולדיג ווייל דו ביסט פרעזידענט? ווען ווערן זאכן דיין אחריות?

*****

וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט?

עס זענען דא געוויסע וואס נעמען די מהלך פון אבאמא אלס א לעבנ'ס וועג. איך געדענק ווי איינמאל אלס בחור האב איך געשמועסט מיט א געוויסן איד אין די מיטעלע יארן וואס איז געווען א שות"מ אזוי ככה ככה, און ער האט מיר מסביר געווען אז אלעס איז שולדיג עפעס א מלמד וואס האט איהם געשלאגן אלס קינד. איך האב איהם גארנישט געענטפערט, אבער מיין תשובה וואלט געווען צו איהם, ריכטיג יענער מלמד האט געטוהן רשעות ואכזריות און וועט בראטן פאר דעם אין גהנם, אבער ווי איז דיין חלק אין די מעשה? וויפיל יאר איז עס יענעמ'ס אחריות? ווען נעמסטו אחריות אויף דיינע מעשים? מיט דעם מלמד'ס פעטש האסטו באקומען א פרי פעסס צו טוהן ככל העולה על רוחך?

עס איז דא א פראבלעם אין אונזער קאמיוניטי, מען האט גענומען א תורה וואס איז דרכיה דרכי נועם און געטוישט צו עפעס וואס איז רגליה יורדות מות, און אונז אלע ליידן פון דעם איינער מער און איינער נאך מער, און מען דארף דאס טוישן ווי פריער, הקולר תלוי בצווארם פון די וואס סיפק בידן לעשות אבער אנשטאט וועלן זיי אויס צו זיצן על סיר הבשר, און השי"ת וועט זיך זיכער אפרעכענען מיט זיי און עס איז א מצוה צו מפרסם זיין זייערע מעשים.

אבער!

עס מאכט נישט ווייניגער די אחריות פון יעדן יחיד ויחיד, יעדער איינער קומט אמאל לכלל דעת ווען ער איז שוין אליין משיג און מבחין בין טוב לרע, צווישן וואס איז יא ריכטיג און נישט ריכטיג, און כאטש וואס די השפעה פון די חינוך הקלוקל בלייבט אינעם מענטש האט ער פארט די בחירה צו בוחר זיין בטוב.

עס זענען דא פילע וואס נעמען זייער אחריות אין די הענט און האלטן אן די ערליכע טראדיציע, כאטש וואס אין איהר נאמען טוהט מען אזוי פיל רשעות, ווייל מיט זיין דעת איז ער מבחין צווישן די ריכטיגע מסורה און די רשעות וואס מען פארשלייערט דערין, ער ווייסט אז כאטש וואס ער האט געליטן אלס קינד אבער ער איז מער נישט קיין קינד און פונקט ווי אין געזעץ און געריכט וועט נישט ווערן אנגענומען א טענה פון איינעם אז ער האט פארלעצט די געזעץ ווייל א פאליסמאן האט איהם אמאל בא'עוול'ט, אזוי ווערט נישט אנגענומען קיין טענה איך טוה וואס איז נישט ריכטיג ווייל אמאל האט מען מיר בא'עוול'ט אדער אפילו ווייל מען בא'עוול'ט מיר יעצט.

עס זענען דא מענטשן וואס זענען מחליט צו פארלאזן ליידער די תורה ומצוות, צו אינגאנצן אדער למחצה לשליש ולרביע, ועל זה דווה לבנו און מען דארף מתפלל זיין פאר זיי, אבער זיי ווייסן אז עס איז זייער אחריות, זיי טוהען דאס מיט א גאנצן געוויסן וויסנדיג די קאנסעקווענצן פון זייער שריט, אבער זיי האלטן אז דאס איז וואס זיי ווילן טוהן, צו מחמת שווערקייט פון תורה ומצוות צו מחמת זייער שכל, זיי טראגן אויך זייער אייגענע אחריות און באשולדיגן נישט קיינעם.

עס איז דא א דריטע סארט מענטש, ער האט אויך מחליט געווען צו אפלאזן תורה ומצות, אבער זיין געוויסן איז נישט גאנץ, ער איז נישט זיכער אין זיין וועג, בלייבט ער כל ימיו א קינד, ער טוהט ווי אבאמא, נישט קיין חילוק וויפיל יאר עס איז שוין אריבער, נישט קיין חילוק וויפיל ער איז געוואקסן און זיין שכל איז געוואקסן, בליייבט ער מיט די קינדערישע בליק אז יענער איז שולדיג, אזוי ווי מיין 5 יעריגס וואס ווען איך פרעג איהם וואס איז געשען וועט די ערשטע תשובה זיין יענער איז שולדיג, פאר איהם איז דאס טאקע לויט זיין יארגאנג, אבער דו!?

אנטשולדיגט! ביסט שוין א גדול אויך לויט דינא דמלכותא, פראביר נאר ענטפערן אין געריכט אזעלכע תשובות ווי אז דיין מלמד אדער דיין טאטע זענען שולדיג ווייל אמאל וכו', עס פארמינערט נישט פון זייער רשעות אדער אחריות פאר זייערע מעשים אבער דו ביסט פונקט אזוי שולדיג אין דיינע מעשים, נעם די אחריות אין דיינע הענט, וואקס אויף, אויב טוהסטו גוט מה טוב, און אויב נישט באשולדיג נישט קיינעם נאר דיר אליין.

ווען א בעל תשובה נעמט זיך דאס לעבן חלילה וואלט קיינער באשולדיגט די עלטערן און זיין אלטן לעבן שטייגער, נאר אז די פרומע לעבן איז אזוי שווער וכו', אבער אויב איינער וואס איז געווען פרום און האט אלעס אפגעלאזט נעמט זיך דאס לעבן ל"ע איז עס אייביג א פלעק פאר אונז, אונז זענען אייביג שולדיג נישט קיין חילוק וויפיל יאר עס איז אריבער זייט ער געהערט ליידער מער נישט צו אונזער קאמיוניטי, נישט קיין חילוק וויפיל סופארט ער האט (נישט) באקומען פון זיין נייע קאמיוניטי.

וואקס אויף! האסט אויסגעוועלט א נייע וועג, דו זוכסט אנדערע גליקן, איך הער, אבער טראג דיין אחריות אינגאנצן, אויב וועסטו מצליח זיין וועלן מיר נישט זיין די גורם, און אויב וועסט זיך נעמען דאס לעבן וועלן מיר אויך נישט זיין שולדיג! נעם אחריות אויף דיינע מעשים! וויפיל יאר ברויך אריבער גיין ביז ווען דו וועסט שוין זיין שולדיג אויף עפעס? לעולם ועד בלייבסטו א טלית שכולה תכלת און נאר אונז זענען שולדיג? דו וועסט בלייבן ביז משיח'ס טאג א אומשולדיג שעפעלע

יא עס איז דא פראבלעמען אין אונזער קאמיוניטי, יא מען דארף דאס אין אכט נעמען, און אוודאי ווען איינער וואס איז געווען אין אונזער קאמיוניטי און איז ארויס נעמט זיך דאס לעבן דארף דאס דינען ווי א וועיק אפ קאל פאר אונז, אבער דאס איז פאר אונז צווישן אונז, נחפשה דרכינו ונחקורה, דאס פארמינערט נישט און נעמט נישט אוועק קיין כהוא זה פון יעדנ'ס אייגענע אחריות, ווארף נישט די שולד אויף קיינעם, לגבי דיר איז קיינער נישט שולדיג חוץ פון דו אליין, נעם זיך אין די הענט אריין און סטאפ צו זוכן דעם שולדיגן.

עס איז שוין העכסט צייט פאר די אטד קאמיוניטי צו טראגן אביסל אחריות פאר זייערע מעמבערס, און אנשטאט צו כסדר קוקן אויף צוריק און באשולדיגן זייערע אלטע באמפס אויפן וועג, פעלט זיך אויס א ערנסטע בדק הבית פארוואס טרעפן זיי נישט סופפארט צווישן זיי אליין, פארוואס קענען זיי זיך נישט גענוג, פארוואס איז דא אזוי פיל סועסייד ביי זיי, וואס דארפן זיי טוישן אויף צו האבן א בעסערע לעבן, די אלע טענות וואס זיי האבן אויף אונז וואס בלייבן געטריי צו תורה ומצוות זאלן זיי אויסדרייען צו זיך, זיך קוקן אין שפיגל און פרעגן אויפריכטיג וואו בין איך?!
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר