ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

ואת מכסה התחש אשר עליה... [snood סומאטוכע]

שליחה דורך אדנירם »

מורי ורבותי!

מיר זענען זיך צאמגעקומען היינט, ווייל מיר שפירן אז 'לא עת לחשות', מיר קענען נישט לאזן אזא פירצה גיין ווייטער, ווייל פירצה קוראת לגנב, ותוצאותיה מי ישורנה.

כדי צו פארשטיין על מה יצא הקצף, וויל איך מקדים זיין דאס וואס מיר ווייסן פון קינדווייז אן, אז ביים משכן האט מען זיך באנוצט מיט די הויט פונעם חיה - דער "תחש", וואס דער תרגום רופט אן "ססגונא", און ווי אלע קענען פשט דערפון: ששש ומתפאר בגוונין שלה - דער תחש איז פרייליך און האלט זיך גרויס מיט אירע הערליכע קאלירן. און דערפאר האט מען עס גענוצט פאר א שיינעם צודעק אויפן משכן.

שטעלט זיך א שווערע פראגע: מיר געפונען אין די תורה אז מ'האט זיך באנוצט מיט אלע קאלירן, רויט [שני], בלוי [תכלת], פוירפל [ארגמן], גאלד און זילבער א.א.וו.

נו, אויב אזוי איז שווער צו פארשטיין מיט וואס דער תחש האט זיך גרויסגעהאלטן? די אידן האבן ממילא געהאט אלע קאלירן און פארבן, און אפילו אנעם תחש וואלט מען זיך אן עצה געגעבן צו שאפן אלע פאסיגע פארבן פארן משכן'ס צודעק?!

[center]***[/center]

ביי די פרשה פון דינה און שכם, געפונען מיר אין פסוק וואס זי האט געהאט געטון: "ותצא דינה בת לאה אשר ילדה ליעקב לראות בבנות הארץ". די נעקסטע זאך איז געווען אז: "וירא אותה שכם" און ער האט געזינדיגט מיט איר. באמת קען מען זיך שטעלן פארוואס דער פסוק האט צוגעלייגט די ווערטער "לראות בבנות הארץ". וואו קומט עס אריין? דו ווילסט דערציילן אז שכם האט איר געזען און געגלוסט, שרייב נאר אז זי איז ארויס אין גאס, וואס פעלט אויס מאריך צו זיין 'פארוואס' זי איז ארויס?

די תירוץ דערויף ליגט אינעם סוף פונעם פרשה. נאך וואס שמעון און לוי האבן אויסגע'הרג'עט גאנץ שכם, האט יעקב זיי אפירגעהאלטן אז זיי האבן זיך דא אנגעברענגט צרות, אז אלע שכנים וועלן זאגן אז די 'איזראעליס' זענען ווילדע חיות. אויף וואס שמעון און לוי האבן צוריקגעענטפערט מיט דעם פאלגענדן טענה: "הכזונה יעשה את אחותינו?!".

עפעס זעט אויס אז זיי האבן פארשטאנען אז דער מנוול שכם האט איר אנגעקוקט ווי א זונה, און אויף דעם איז די טענה 'הכזונה "יעשה" את אחותינו?!' - זאלן מיר אים צולאזן ער זאל זיך 'אויפפירן' צו איר ווי צו א זונה?! יעצט בלייבט נאר איבער פאר אונז צו פארשטיין, וויאזוי האט דינה בת יעקב געקענט אויסזען ווי א זונה ח"ו, זי איז דאך געווען א טאכטער פון די בחיר האבות!

[center]***[/center]

רבותי, נאך לאנגע חקירות ודרישות - אנגעפירט דורכן וועד הצניעות - זענען מיר געקומען צום החלטה, אז דינה האט געטון א געפערליכע זאך: זי האט זיך אנגעטון די טריפה'נע 'סנוד', וואס איז מקעקע ביצתן של קדושת בנות ישראל, און איז בניגוד צום מסורת האמהות, פון 'אמתלאי בת כרנבו' [מאמע פון אברהם אבינו] ביז 'צללפונית' [מאמע פון שמשון הגיבור], צו גיין דייקא מיט א טורבאן.

די הייליגע טורבאן, וואס האט אריינגענומען די אפגעשוירענע פרוי'אישע קאפ מיט אזא איינגעהילטע הילע פון קדושה וצניעות, האט געמאכט פלאץ פארן פארגרעבטן נידערטרעכטיגן סנוד, וואס וויל אוודאי געוויס דינען אלץ הינטער טירל פאר תועבות רמות, א שטייגער ווי גיין מיט די אייגענע האר, היה לא תהיה.

פרעגט איר אוודאי, מה לה לדינה ולסנוד? וואס עפעס האט זי זיך אנגעקלערט צו גיין מיט דעם גע'אסר'טן טריפה'נעם לבוש, וואס איז אוודאי געוויס אסור בתכלית האיסור, און קען גורם זיין שינוי המסורה - שוין אפגערעדט פאר אלע קלקולים אין גאס רח"ל. די ווייטאגליכע תשובה ליגט אינעם אויבנדערמאנטן פסוק: ותצא דינה וגו' "לראות בבנות הארץ". וויאזוי מיינט איר האבן די כנענ'ישע פרויען אויסגעקוקט? זיי זענען דען געגאנגען מיטן פארהייליגטן טורבאן? אוודאי נישט! זיי זענען געגאנגען מיט די לעצטע מאדעס, בשרירות לבי אלך, מיט די אפגעפרעגטע סנוד'ס זענען זיי ליידער געגאנגען.

דינה, נעבעך, האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט זיך אויך אנגעטון דעם גע'אסר'טן סנוד. זי האט געוואלט זיין אביסל 'אפ טו דעיט', אבער וואס האט שכם געזען? 'הכזונה יעשה את אחותינו', עס האט זיך אים געדאכט אז זי איז גאר א זונה ח"ו, ווייל זי האט אויסגעטוישט דעם פארשלייערטן צניעות'דיגן טורבאן, מיטן פריצות'דיגן 'פירצה קוראת לגנב'דיגן סנוד. און אזוי איז ליידער געשען דאס ארגסטע ה"י.

[center]***[/center]

יעצט וועלן מיר שוין פארשטיין כמין חומר די שמחה פונעם 'תחש', וואס איז 'שש ומתפאר בגוונין שלה'. זי פריידט זיך נישט נאר מיטן פאקט אז זי האט קאלירן, זי פריידט זיך בעיקר מיט דעם, אז מ'האט איר נישט גע'אסר'ט צו נוצן. פרעגט איר אוודאי, פארוואס עפעס זאל מען אסר'ן דעם תחש, וואס האט זי שוין שלעכט געטון?

דער תירוץ איז, אז מ'דארף נישט עפעס שלעכט טון אז מ'זאל עס אסר'ן, מ'דארף נאר טון עפעס ניי, און 'חדש' - ווייסן מיר דאך אלע, איז - 'אסור מן התורה'. יעדע נייע מאדע, נייע געדאנק, נייע קלייד, און נייע קאליר, איז אין געפאר גע'אסר'ט צו ווערן, וויבאלד עס איז א שינוי פונעם הייליגן מסורה.

חז"ל זאגן דאך אויפן 'תחש', אז דאס איז ספעציעל ארויסגעברענגט געווארן צום משכן, און איז נישט געווען בעפאר דעם אדער נאכדעם צום געפונען. עפעס א נס מן השמים. נו, אזא חיה איז אין שרעקליכן געפאר גע'אסר'ט צו ווערן. ס'נישטא קיין מסורה איר צו נוצן, אירע קאלירן זענען א טראפעלע משנה געווען פון די באקאנטע גע'כשר'טע קאלירן, חדש איז דאך אסור מן התורה, מהיכי תיתי אז דער תחש וועט אדורכגיין די סעלעקציע?!

דערפאר, איינמאל די תחש האט געזען אז מ'וועט איר יא נוצן, און זאגאר פארן משכן ה', האט זי זיך הערשט אנגעהויבן גרויסצוהאלטן, און טאקע מיט אירע קאלירן - שש ומתפאר בגוונין שלה, אז טראץ די געווענליכע חשש פון נייע מאדעס, האט מען איר גאר גענוצט.


ואת מכסה [-צודעק] ה'תחש' אשר עליה...



.
טורבאן ווס. סנוד.jpg

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר