בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות!

שליחה דורך אדנירם »

[center]בעל תפילה, איר טראגט גרויס אחריות![/center]

[left]פון, [tag]שטילע אינגערמאן[/tag].[/left]

אן א שיעור ארבעטס אינגעלייט קומען אריין טעגליך אין ביהמ״ד צו דאווענען שחרית.

טאמער מ'טראכט אריין א רגע'לע סארא מין שיינע זאך דאס איז, אינגעלייט רייסן אוועק פון זיך. מ׳וואלט געקענט שלאפן לענגער, זיין פריער אין אפיס. אבער ניין, טויזענטער אינגעלייט קומען אריין אין ביהמ״ד, געבן אוועק פון די שלאף, און דאווענען מיט מנין צום באשעפער.

יעדער וואלט זיך געקענט ארויסדרייען, דאווענען ביים כותל אין אפיס איידער דער סעקרעטאר קומט אריין, אבער ניין, מ'וויל קומען צום באשעפער'ס הויז.


איך בין אריינגערעכנט אין די ציבור וואס קומען טעגליך אריין אין ביהמ״ד, גייען אין מקוה און דאווענען אינעם 7:30 מנין (טאמער עס קומט מיר א מעדאל דערפאר, וועט מען רעדן א צווייטע מאל).

געדאוונט פארן עמוד האט דארט א איד א בן שישים, פיין געדאוונט, געפארן ווי א באן, דער עולם האט מיטגעהאלטן, און פארטיג. לעצטענס האט דער איד אויפגעהערט צו דאווענען אין אונזער ביהמ״ד, און א יעדע טאג גייט צו א צווייטער.

כ'וויל מפסיק זיין א רגע אין מסביר זיין פאר די יושבי בטל, כולל אינגערלייט, ליידיגייער'ס, און רבי'שע אייניקלעך, וואס גייט אדורך יעדן טאג אין די קאפ פון אן ארבעטס-מאן. קיין נפק״מ טאמער ער ארבעט פאר א קאמפעני אדער ער איז סעלף-עמפלויד, יעדער איז אנגעשטרענגט, יעדער האט אינדערפרי א פלאן ווי אזוי אדורך צו רעכטן די טאג, און וואס מ'גייט אלץ היינט ארלעדיגן. אבער... מ׳ווארפט אוועק די מחשבות און מ׳ווארפט זיך אריין אינעם סידור, און מ'האט אינזין ווי די אידן זענען אדורך די ים.

[center]***[/center]

קומט צו גיין א גראבע יונג מיט שווארצע זאקן, מיט אן עטרה אויפן רוקן, אין שרייט "וכן שני כתובים". ער גייט זיין אונזער דרייווער.
דער שטריק וואס זיצט אויף קהל׳ס קאסע, ווייסט נישט פון קיין דאגות, דער עיקר איז אז די ברייטע הוט זאל אים זיצן שיף אויפן קאפ, און די געבלומטע בעקיטשע זאל אנקומען ביז די גרויסע SAS שיך, ער גייט יעצט ווערן הייליג אויף מיין חשבון, ער גייט יעצט ציען די גאל.

ער זאגט הויך יעדעס ווארט פון די קרבנות, שטייט ביים עמוד אין היט עס אפ ווי די שווארץ אפל פון אויג, אין נאך צען לאנגע מינוט קוקט ער ארום טאמער איז דא צען אירע, און שרייט הויך קדיש דרבנן.

הודו ציט ער כאילו עס איז עפעס פסח ביי די סדר, פארקנייטשט זיך די אויגן דארט ווי ס׳מאכט נישט קיין סענס, פאטשט מיט די הענט ווי דער באבובער ביי בואי בשלום, האקט מיטן פיס כאילו ער איז צאנזער רב.


מיין סעל צוקלינגט זיך יעדע רגע מיט רימיינדער'ס וואס כ'דארף אלץ טון היינט, דא א ווענדער וואס דארף די טשעק, אין דא אן אימעיל אז מדארף ארויסשיקן די פעקל מיט UPS. אבער כאכאכא, יעדער דארף שטיין און ווארטן, א מטורף האט געכאפט די ברעטל, ער שרייט "וכרות כמו הברית", שטילע קען זיך שטעלן אויפן קאפ.

כ'מאך א ציצקע מיט די הענט אין זיין ריכטונג, ווי צו זאגן אז די עולם שטייט און ווארט גרייט ביי ישתבח, אבער דער איד מיט עטרה אויפן פלג גוף התחתון דרייט זיך ארום אין מאכט מיר א פנים, כאילו: "דו געמיינער יונג, לאז מיך אינזין האבן די הייליג ווערטער פון אז ישיר".

ביי הויכע שמונה עשרה האב איך מחליט געווען ס'איז כלו כל הקיצין, איך כאפ אן מיינע סחורה און איך גיי אריין אין פאליש, כ'ענדיג צו אליין און איך לויף ארויס פון ביהמ״ד.

די טאג גייט אדורך ווי געראכטן, געטון דריי פראצענט פון וואס געפלאנט, ויהי ערב ויהי בוקר יום שני.

א טאג שפעטער איז א פרישע טאג. מ'קומט אריין צום מנין, ש'מער ש'ווייניגער דער 300 פונטיגע ליידיגע ז'אק שטייט ווידער ביים עמוד. כ'בין ארויס נאכאמאל דאווענען ביחידות, אבער דא האב איך באמערקט ווי היפש אפאר אינגעלייט פונעם סטעדי מנין, שטייען שוין אינעם פאליש מיט די טלית און תפילין, און שעפשענען צום בורא על עולמים.

אויף מיין פראגע פארוואס זיי דאווענען ביחידות, האבן זיי גענטפערט מיט א פשטות די זעלבע וואס איך קריץ מיטן ציין: טאמער יענער גייט צו, דאווענען זיי ביחידות.

[center]***[/center]

רבותי, רוף מיך קל, רוף מיך פויער, רוף מיך באם, ס'גייט מיר גאנץ ווייניג אן. אבער אידן קומען צו גיין און זענען זיך מוסר נפש צו דאווענען מיט מנין, און דא קומט א יונגאטש און נעמט מיר צו די געלעגענהייט.

הרב ליידיגגייער. זייט מוחל פארשטייט מיר, איך ארבעט שווער אויף מיין געלט, און כ'האב נישט קיין צייט צו זיפצן ביי איזהו מקומן, איך גיי נישט מאכן א לחיים נאכן דאוונען, און דערציילן מעשיות אויפן קאמינקא'ן באבע'ן. איך האב נישט קיין צייט צו זיצן נאכן דאוונען מיטן ר״ת אין אדורך טון וויפיל געלט מהרז״ל מ'סאטמאר האט געשאפן פאר די אידן אין פראנקרייך, אדער טאמער מהר״א מ'סאטמאר האט יא וואו צו שחט'ן אדער נישט. איך דארף זיין אין די ארבעט און נאכלויפן ווענדער׳ס פאר אפאר נישטיגע דאלער צו קענען לייגן ברויט אויפן טיש פאר מיין ארימע שטוב.

בשעת דו ליינסט אין לוח הציבור, אז טראמפ איז נעכטן אריין געקומען אין די פאללס פון פאקס ניוז שטערקער ווי הילערי מיט צוויי פראצענט, איז מיר באשערט צו ארבעטן, און האבן די זכיה דיר אויסצוהאלטן, ביים געבן א טשעק פאר מעמדות.

קען זיין טאמער כ'וואלט מיר געקענט וועהלן, וואלט איך געוואלט געבוירן ווערן ביי האלבערשטאם, האגער, אדער טווערסקי, אבער למעשה בין איך געבוירן אין משפחת שטילע.


כ'וויל מעורר זיין די בעלי תפילה: ס׳ליגט אויף ענק א געוואלדיגער אחריות און א חוב קדוש מאוד, טאמער שלעפט איר ארום מיטן דאווענען, זענט איר א חוטא ומחטיא, ס׳איז ווייט פון א געלעכטער, אין דער דור השפל איז דא אינגערלייט וואס דער איינציגסטער קשר מיטן באשעפער במשך די וואך איז די שחרית, נעמט נישט אוועק פון זיי.

איר ווילט קענען שרייען ביים דאווענען? איר ווילט זיין בעל תפילה - און פון א יעדע איד וואס קומט נאך געלט, בעטן טשעינדזש פון א צוואנציגער, און בשעת מעשה זאל די גאנצע מנין זיין אויף hold, ווייל איר קענט נישט דאווענען און טיילן רעשט אויף איין מאל? קיין פראבלעם, דאווענט 11 אזייגער אין ביהמ״ד, דארט קענט איר ציען ביז די חצות אידן וועקן זיך אויף פון שלאף.

אבער זייט מוחל, פליז, נישט אינעם מנין פון די ארבעט'ס אינגעלייט!

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר