חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1668 מאל

חסידישע עסקנים און פסיכילאגן געבן פילן פאר קדושה פראבלעמען

שליחה דורך חתם סופר »

מ'ווייסט שוין לאנג אז אין חצר הקודש גער איז איינגעפירט אז מ'שטאפט בחורים מיט פילן כדי זייער תאוה זאל זיין קלענער. היינט איז ארויסגעקומען א שטורעמישע ריפארט פון א ריפארטער וואס האט אינטערוויאט פסיכילאגן וואס די חסידישע עולם ניצט און קליענטן וואס האבן געניצט די פסיכילאגן, און ס'שטעלט זיך ארויס אז דאס גייט פאר ביי אונז full force. א יונגערמאן וואס האט נישט געטראפען קיין סיפוק ביי זיין ווייב און האט זיך פארליבט אין א פרעמדע ווייבל האט מען געדיעלט מיט עס ווי כאילו ער וואלט געוועהן א תשמיש עדיקט מיט עדיקשאן טעראפי און פילן. די פסיכילאגן אליין זענען מודה אז דאס איז א וועג ווי אזוי זיי דילן מיט קדושה פראבלעמען און צו פארמיידן בחורים פון הוצאת ז"ל.

די שרייבערין פון די ארטיקעל מאכט נישט קיין פסק אויב דאס איז ראנג. פארקערט, זי ברענגט אויך ארויס די דעה אז פינקט ווי געוויסע נישט אידן זענען גרייט צו מאכן סכנה'דיגע פלעסטיק סערדזשערי זיך צו פארשענערן, פארוואס זאל נישט א חסידישע איד מעגן באקומען פילן צו דילן מיט פראבלעמען וואס קומט פון זיין פלאץ אין סאסייעטי אפילו אויב די וועלט זעהט עס נישט ווי א עכטע פראבלעם.

עכ"פ די ארטיקעל איז זייער ברייט און שיין באשריבען, און דאס איז א נושא וואס אונז דארפען דא דורכטוהן. און עס איז טאקע א גוטע פראגע צו ס'איז אויסגעהאלטן תורה'דיג און מאראליש.

כאפטס א בליק און זאגטס א מיינונג
http://narrative.ly/healing-hasidic-mas ... ric-drugs/

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר