די האלאקאוסט - ביז ווי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

די האלאקאוסט - ביז ווי

שליחה דורך קאמענטירער »

און אונזער קאמינוטי איז מען זייער שטארק פארנומען אז מדארף אראפשרייבען לדורות די ווייטאג און ליידען וואס אונזערע זיידעס זענען אריבערגעגאנגען אין די ביטערע מלחמה יארן, און וואס אלטס זיי האבען זיך צוזאמגעליטען פון דעם דייטש, און יעדע עלטערע מענטש וואס האט געהאט א פען און פאפיר אויף די פלייצע האט באשריבען זיינע אלע מיטמאכענישן, אז חלילה די יונגע דור זא נישט פארגעסן וואס זייי זענען אלטס אריבער, און אין די היימישע צייטונגען און אויסגאבעס זענען פארהאן צענדליגע קאלומס געווידמעט פאר די פאר קורצע און בלוטדורכגעווייקטע יארען און סאיז גאנץ גאנגבאר זיך צו באנוצען מיטען פסוק זכר את אשר עשה לך עמלק,

איך וועל מיך אבער דערוואגען און פרעגן: מילא די דור פון איבערלעבערס וואס זיי האבען פרזענליך מיטגעמאכט די מלחמה אויף די אייגענע ביינער איז איין זאך, אבער צו וואס דארף איך וויסען פון די אלע גרויליגע און אכזריות'דיגע מעשים? פארוואס דארף איך מיר אנליינען מיט בארבארישע און סאטדיסטשע פיינונגס מיטלען? צו וואס פעלט עס מיר אויס צו זען אן אומשולדיג קינדיש פנים ווערנדיג געפירט צום שחיטה? מקען עפעס פארדינען דערפון? איז דא א נוצען פון זיין אויסגעקאכט אין די ביטירע מלחמה? אדער איז ענדערש עס צו פארגעסן און אנגיין מיטן לעבן?
...

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר