אונזערע שכנים אין אייוועלט זענען אינגאנצן צעשוידערט פון דעם ארטיקל פון הרב יואל אשר לאבין ווי ער איז מסביר פארוואס ער גייט קראקס. עס טוט זיך דארטען א טומל און א מהומה, און פארשידענע מאן דאמרים שרייבן בריוון און ערקלערונגען פארוואס דער ארטיקל איז א חורבן.
וויל איך אייך זאגן, טייערע ברידער, די אייוועלטיסטן זענען גערעכט. גיין מיט קראקס איז א חורבן עולם, און אויב הרב לאבין'ס ארטיקל וועט עושה רושם זיין קען דאס חלילה אונטערברענגען דעם גאנצן יהדות החרדית.
איר מיינט איך מאך א וויץ, הא? ניין, כ'מיין עס זייער ערענסט. די פאקט איז אז די שמירת התורה פון אייוועלטיסטן/יושבי חושך איז די זעלבע סיבה פארוואס מ'גייט נישט קיין קראקס. ביי זיי איז נישט דא קיין אמונה בה', קיין שכל, קיין העכערקייט, אלעס איז א בלינדע נאכטאנצונג פון קאנפארמען און טוהן מעשי קוף. די זעלבע סיבה וואס מאכט אים אנטוהן ראקפארט שיך מאכט אים היטן שבת. די זעלבע סיבה וואס מאכט אים אפווייכן פון קראקס, מאכט אים מורא האבן פון מוקצה. די זעלבע זאך וואס לאזט אים נישט רירן זיין ווייב בימי נדתה, לאזט אים נישט אנטוהן זוהן גלעזער. זיין "יראת שמים" איז די פחד פון די גאס, די פחד צו זאגן אנדערש, צו טראכטען אנדערש פון יעדעם. ווען ער זאל נעמען א שעה צוויי בינו לבין עצמו, און אנאליזירט מיט אויפריכטיגקייט די ציטער וואס ער האט צו פארן מיט א בייק און די ציטער וואס ער האט צו טראכטן אנדערש ווי מ'האט אים אויסגעלערענט (המכונה "יראת שמים"), וואלט ער געזעהן ווי ביידע שטאמען פון די זעלבע קאנפארמיטעט.
דאס איז אלעס היינו הך – די זעלבע שכל, די זעלבע פלאץ אין קאפ, די זעלבע געפילן, די זעלבע ציטער און מורא.
אויב מעג מען זיין א אויבער חכם און אנטוהן קראקס מעג מען שוין טראכטן אנדערש. און אז מ'טראכט איין פיצקעלע אנדערש פאלט אוועק די גאנצע בנין פון די יושבי חושך. און צוריקטרעפן די וועג צו אמת'ע אידישקייט קענען זיי נישט, ווייל זייער מח לאזט שוין נישט צו קיין שכל און תבונה.
אלזא, די אייוועלטיסטן זענען גערעכט אז הרב לאבין'ס ארטיקל איז א חורבן. זיי זענען גערעכט אז דאס קען צוברענגען ס'ארגסטע. זיי זענען גערעכט אז יעדער מיט א "אידישע געפיל" (ליין: חושך'דיגע געפיל) "פארשטייט" אז אזא ארטיקל איז פריקת עול.
יעצט ליין איבער וואס די אייוועלטיסטען שרייבן, און זעה ווי זיי שפירן די פראבלעם וואס איך האב דא אויסגעשמועסט, אבער קענען עס נישט געהעריג אנטאפן. זיי דרייען מיט'ן צינג און קרומען מיט די מויל, און פראבירן ארויסצוקריכן מיט הסבירים. אבער אונטער די אלע סלאגאנען ליגט דאס וואס איך זאג אייך דא: זיי שפירן ווי א געדאנק וואס איז אנטי קאנפארמירן רייסט אונטער די קרקע פון זייער חושך'דיגע אידישקייט.