עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

עסן מיט יענעם קוגל, נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לעבן אין א באקס
נישט גיין מיט קראקס
א גארטל אויפן מאגן
אויב נישט וואס וועט מען זאגן
סניקערס מאדערן
טריפל זירא זיך שערן
א מיני ווען זייער ברייט
א דירה זייער טייט
אין סטארעזש די דיינונג רום טיש
אלץ צו קענען באקומען די מאמע'ס פיש
א ברייטע שמחה מוז מען מאכן
אויב נישט וועלן אלע לאכן
געלט מ'בעט צו לייען
אז קלאפן זאל די מראית העין
אויסזעהן ווי יענעם גענוי
נישט א זשעקעט ווי א גוי
עסן מיט יענעם קוגל
נאר ווען ס'זעהט אויס כ'קוק אין שפיגל
כ'האב מורא פון לענסעס במקום ברילן
"א מאדערנער" וועט מען בילן
אן אייגענע תפיסה פאר'ן לעבן
אן איינדרוק יענעם געבן
א געזעלשאפט פון בלאף
וואס זאגט יענער דערויף
מ'רופט עס היימישקייט
די סדום בעטל אבער גאר טייט
געפויעלט, כ'על גיין מיט קראקס נאר שווארץ
כ'האב דאך פארט א אידיש הארץ.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר