שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:03 pm

נאך יעדע טראגעדיע הערט מען רע בנים למיניהם פרעגן "על מה עשה ה' ככה" – און פארשטייט זיך אז זיי קומען אויף מיט זייערע אגענדעס וואס האבן נישט קיין שום שייכות צו די טראגעדיע, און קיין שום שייכות צו עפעס וואס זיי אליין דארפען מתקן זיין. יעדע טראגעדיע איז וועגן אינטערנעט און צניעות וכו', און מ'שעמט זיך נישט צו ברעטשען פון די נארישקייטן ביי לויות ווען מתו מוטל לפניו.

אבער אמאל איז קלאר פארוואס די טראגעדיע איז געקומען און השי"ת שיקט די מעסעדזש זייער קלאר, און נאר איינער וואס איז בלינד קען דאס נישט זעהן. א בחינה פון די באקאנטע מעשה מיט מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל וואס איינער האט אים געפרעגט וואס השי"ת וויל פון אים נאכדעם וואס זיין קאר איז גע'גנב'עט געווארן נאכדעם וואס ער האט פארגעסן צוצושפארן די טיר ביינאכט. האט אים רבי אביגדור מיללער געזאגט אז דאס איז א קלארע רמז פונעם אויבערשטער אז ער זאל געדענקען צוצושפארן די טיר יעדע נאכט...

עכ"פ אמאל געשעהט עפעס וואס האט דירעקט א שייכות מיט עפעס וואס איינער טוט, אדער דירעקט מיט א מענטש וואס איז באקאנט פאר געוויסע מעשים, און יעדער וואס קוקט צו דארף דאס נעמען ווי א לימוד ומוסר. אז נישט איז דאס בבחינת ורשעים הללו לא לקחו מוסר ח"ו. אין אזעלכע פעלער דארף מען קלאר אויסרופן און אנצייגן: יא, לכן עשה ה' ככה! יא, דערפאר האט דאס השי"ת געטוהן!

דאס האט מען געזעהן בחוש ביי א פרעדיגער וואס האבן געלעסטערט דעם רבוש"ע יארן לאנג, געשענדעט אידישקייט, געמאכט א חורבן פון השי"ת'ס רצון, און מיט טראציגקייט חוזק געמאכט פון דעם עם הנבחר. קריסטאפער היטשענס האט זיך געמאכט א קאריערע פון פארשפרייטן כפירה אויף די וועלט, פון חוזק מאכן און שענדן דעם אויבערשטער. ער איז ארומגעגאנגען פון פלאץ צו פלאץ און מיט זיין געשליפן פיסקעל האט ער פארשפרייט מעסעדזשעס פון שנאה קעגן כביכול און האט פארארבייט מעשים אויסצורייסן יעדע געטליכע פונק פון די וועלט.

היטשענס האט ארויסגעגעבן ביכער, געזאגט דרשות, געפירט דעבאטעס, אלעס מיט איין לעבענסציל: לא יזכר ולא יפקד שם ה'. ער האט נישט אויסגעהאלטן עס זענען דא ערליכע ארענטליכע מענטשן וואס דינען דעם אויבערשטער, און פארמאגן א קשר מיט געטליכקייט. ער האט נישט געקענט אויסהאלטן אז ס'איז דא מענטשן וואס זענען ענוים, און אנערקענען אז נישט אלעס דארף מען פארשטיין, עס איז דא העכערס, רוחניות, וואס ער מיט זיין אנגעפאשעטן קאפ האט נישט געקענט משיג זיין.

זיין ביטערע שטראף איז אים אבער אנגעקומען ווען די ביטערע מחלה האט אים געשלאגן, און ער איז געשטארבן אין א יונגע עלטער. ביי אזא פאל ווי אים דארף מען נישט זיין קיין נביא צו זעהן פארוואס די מחלה איז אים געקומען – עס איז קלאר פאר כל מי שיש לו מוח בקודקדו פארוואס היטשענס האט באקומען צו שפירן דעם טעם פון דעם רבוש"ע'ס חרון אף. אמת, די וועלט איז פול מיט פליאות און מיסטעריעס, מיר פארשטייען נישט צדיק ורע לו און רשע וטוב לו, אבער צו זאגן און פארשטיין רשע ורע לו פארשטייט יעדער, ווייל עס איז א קלארע מעסעדזש פון הימעל.

כלפי מה דברים אמורים? כלל ישראל ליידט זיך אהן די לעצטע יארן פון א וואנזיניגער פארשוין מיט'ן נאמען שאול יצחק ראבינאוויטש וועלכער האט זיך געמאכט א קאריערע פון ארומגיין פון פלאץ צו פלאץ און פרעדיגן זיינע גרויליגע מעסעדזשעס פון שנאה און האס. אנגעפרעסן מיט אני ואפסי, אן קיין שום רעספעקט פאר אנדערע מיינונגען, האט ער נישט קיין פראבלעם צו צעטראסקענען מענטשליכע געפילן, צו אויסרייסן יעדע פיצל האפענונג אין הארץ, יעדעס ביסל געטליכקייט, רייצן קינדער אויף עלטערן און עלטערן אויף קינדער, און מיט טראציגקייט אנגיין מיט די פרעדיגונגען לאנגע יארן.

מיט זיין פארקרימטע און פארדרייטע קולטישע גלויבונגען, און זיינע גיפטיגע נחשים ועקרבים אויף יעדעס ביסל אידישקייט און מענטשליכקייט, האלט ער זיך נישט צוריק פון רייצן אבות על בנים ובנים על אבות מיט די גרויליגסטע מיטלען. ער האט נישט קיין איין פראבלעם מחנך צו זיין קינדער אז זייערע עלטערן זענען רשעים און שקצים בלויז פאר'ן חטא אז זייערע עלטערן האלטן נישט פון זיין קולט פון שנאה און רשעות.

קיין איין רגע האט נאך ראבינאוויטש נישט אריינגעטראכט אין וואס ער טוט, ווי ער בויט רשעות און אכזריות אן אפשטעל. זיינע גראבע תאוות פון אני ואפסי, זיין פיצעלע מח, טרייבט אים צו שימפן און העצן בלי הרף ובלי גבול יארן לאנג. און אלעס מיט א צינישע שמייכעל און געלעכטער, אפ'חוזק'נדיג פון יעדער וואס האט פראבירט צו רעדן צו אים מיט א ערענסטקייט אז דא האנדעלט מען פון מענטשן, נפשות, משפחות, טאטעס און מאמעס, קינדערלעך, און ס'איז נישט אזוי שווארץ און ווייס. ווער עס האט נאר פראבירט צו פירן א דיאלאג מיט אים אריינצושטופן עפעס לאגיק, הארץ און געפיל אין זיין וויסטע נשמה, איז אנגעגאסן געווארן מיט א קיתון של שופכין און לייכטזיניגע הילכיגע געלעכטער.

זיינע גרויליגע מעשים גייען ווייטער אהן ביז'ן היינטיגן טאג מיט פרישע פראגראמען יעדן טאג וואס זענען דיזיינט בכוונה תחילה צו אנצורייצען קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערן ה"י, גאנץ לעצטענס איז ער געגאנגען א שטאפל ווייטער און צוזאמגעשטעלט א "קארטלעך פראגראם", א געים דווקא אויסגעשטעלט צו פיטערן די קינדער שנאה קעגן די אייגענע משפחה, און דאס ווערט געטיילט דורך מלמדים און אנדערע וואס גייען נאך ראבינאוויטש'ס דרכים עקלקלות. אין די קארטלעך שעלט ער די טאטעס און מאמעס פון די אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע שפילן מיט די קארטלעך נאאיווערהייט, ער מאלט אפ די עלטערן ווי שוטים און רשעים וועלכע וועלן בקרוב געשלאגן ווערן מיט קענסער אלס א שטראף פאר'ן נישט פאלגן ראבינאוויטש ודומיו.

שטייט דא א מענטש וואס וואלט געדארפט וויינען ביים תהילים'ל אז דער רבוש"ע זאל אים באלייכטן די אויגן צו אנערקענען פארוואס זיינע אייגענע צרות קומען אים, בשל מי הרעה הזאת, און ער האט די גאל צו גיין צו אונזערע קינדער און אייניקלעך און זיי העצן און באשעלטן אז זייערע באליבטע וועלן ביטער קראנק ווערן!

טראכט נאר אריין איין רגע, מ'רעדט דא פון א מענטש וואס מאכט חרוב א גאנצע דור פון קינדער – יא אונזערע קינדערלעך און אייניקלעך – און זיי סיסטעמאטיש אויפרייצען קעגן זייערע אייגענע עלטערן, א זאך וואס איז נישט געהערט געווארן מאז הייתה ישראל לגוי, און כמעט וואס מ'הערט דאס נישט ביי קיין שום אומה ולשון --- לייגט דאס אים דען נישט אריין אין די קאטעגאריע פון א שונא הדת און שונא ישראל פון ערגסטן סארט? דער איז א מענטש וואס האט בידיים חרוב געמאכט אזויפיל הונדערטער און טויזענטער רילעישאנשיפס צווישן מאן און ווייב, און קינדער און עלטערן. ער איז דער וואס האט נישט קיין איין טראפ געוויסענביסן אויף די שוידערליכע מעשים וואס ער טוט, און וואס גייען נאך ליידער ווייטער אהן.

מיר רעדן דא פון פאקטן ווי עס קענען מעיד זיין טויזענטער עלטערן וואס זייער קשר מיט זייערע אייגענע קינדער גייען דורך א שרעקליכע קריזיס, שבת טישן זענען חרוב, שמחות זענען צושטערט, שלום בית איז צעריסן און צעשטויסן, קינדער וואס פארלירן ביידע וועלטן און לאזן איבער אלעס הייליג צוליב דעם מאנסטערישן חורבן וואס אונזער אידישקייט איז געווארן.

עס איז אמת אז מיר האבן א שוואכקייט צו אנערקענען רעכטע עקסטרעמיסטען פאר וואס זיי זענען, און עס איז פיל גרינגער צו שרייבן און רעדן פון לינקע עקסטרעמיסטן בכל החומר. אבער א מענטש וואס אויף זיינע פלייצעס ליגן אזויפיל רשעות טאר מען נישט שטילשווייגן, כי בנפשינו היא!! דאס זענען אונזערע דורות, און דאס איז אונזער אידישקייט. ער איז דער וואס געט פאר אונזערע קינדער העצע קעגן זייערע עלטערן, און ער געט זיי א קראנקע און פארדרייטע קולטישע אידישקייט פון טפשות און אכזריות אויף א אופן וואס איז נאך קיינמאל נישט געוועהן אין די היסטאריע.

עס איז גרינג אנצוקוקן ראבינאוויטש ווי א "מענטש", א אינדיווידועל, און ס'איז שווער צו קוקן שלעכטיגקייט אין פנים אריין ווען מ'דארף ריקאנסיילן די פאקט אז ער איז א יומען ביאינג. און אין די זעלבע צייט קען מען מאכן דעם ביטערן טעות אנצוקוקן זיינע מעשים תעתועים מיט א געלעכטער, און אנקוקן זיינע טויזענטער וויקטימס, קינדער, טאטעס, מאמעס, זיידעס און באבעס, ווי א גוש אחד, ווי א סטאטיסטיק, אן כאפן אז מ'רעדט דא פון טויזענטער יומען ביאינגס וואס זייער משפחה וועליוס און רילעישאנשיפס ווערט צעריסן און צופליקט דורך דעם קראנקען קליינקעפיגן אכזר.

אז מיר שרייבן דברים קשין כגידין דארפן מיר אויף ראבינאוויטש אליין נישט רחמנות האבן, און אויף זיין משפחה וואס קענען מעגליך פילן געטראפען זאגן מיר אז מיר האבן מיטלייד מיט אייך, אבער אונזערע ווייבער און קינדער מאכן מיט פיל ערגער פון אייך. מ'העצט זיי טאג און נאכט קעגן זייערע אייגענע עלטערן, ווייבער און מענער. מ'פרעדיגט אין חדר, און שוהל, אויף טעלעפאן ליינס, אויף קארטלעך, אין אויסגאבעס אין צייטונגען, אין פארמעסטן, אין קארניוועלס, אלעס מיט די זעלבע מעסעדזש פון שנאה קעגן אייגענע עלטערן און משפחה מיטגלידער. ווי קענען מיר דאס צוקוקן?! ווי קענען מיר דאס גלייכגילטיגערהייט אראפשלונגען?!

מיר דארפען אנצייגן קלאר און דייטליך אז שאול יצחק ראבינאוויטש'ס שוידערליכע חטאים האבן דערצערענט דעם רבוש"ע. מיר דארפן קלאר אויסרופן און זאגן דאס וואס איז קלאר פאר יעדער וואס איז נישט בלינד, השי"ת בלייבט נישט שולדיג פאר א מענטש וואס מארדעט אידישע שטיבער און פאר'הרג'עט די דורות הבאים. דער אויבערשטער פארשווייגט נישט די אכזריות וואס ווערט אפגעטוהן פאר אידישע שטיבער אין נאמען פון די הייליגע תורה.

מו"ר רבי אביגדור מיללער זצוק"ל האט אמאל נאכגעזאגט דעם פסוק און תהילים "ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו". האט עס מסביר געוועהן, אז אמאל גייט דער רשע פון די וועלט, אבער די וואס קוקן אויבערפלעכליך ווייסן נישט אז דער רשע איז מער נישט דא. ווייל די אויבערפלעכליכע מענטשן טאנצן נאך די המון עם, און טראכטן נישט אריין ווער עס איז דער צדיק און ווער עס איז דער רשע. "והתבוננת על מקומו ואיננו" – איינצוזעהן ווער דער רשע איז פארלאנגט התבוננות, קוקט אויף די פאקטן אן קיינע נגיעות. זעהן וואס ליגט פאר די אויגן, און נישט נאכגיין ווינטן פון די גאס. התבוננות, נישט פארלוירן ווערן, מיר דארפן פארדאמען דעם רשע, און זאגן קלאר וואס דא קומט פאר.

ראבינאוויטש האט נאך א טשאנס זיך צו כאפן אין וואספארא שרעקליכע גרוב ער איז אריין. אפשר אפשר וועט ער איינזעהן וואספארא פיין און רשעות ער טוט אפ פאר אזויפיל אידישע קינדער, וויפיל מענטשן, וויפיל משפחות ער האט צוגרינד געלייגט - וויפיל בחורים און מיידלעך ער האט ארויסגעצאפט די לעצט ביסל געפיל פאר אידישקייט, און אפשר ווערט השי"ת זיך דערבארעמען אויף זיין זינדיגע נשמה.

זאלן די ווערטער דינען ווי דברי תוכחה פאר די רשעי ישראל וואס גייען מיט מיט ראבינאוויטש'ס נידעריגע און עקלהאפטיגע מערכות אז זיי זאלן זיך באצייטענס כאפן וואס זיי טוען. אויב איין אידיש פונק ברענט נאך אין זייער הארץ זאלן זיי אריינטראכטן אין זייערע שרעקליכע מעשים. הגם רשע ורע לו שטימט זייער שיין פאר אונזערע אויגן, בלייבט אמת אז נישט יעדער ווערט געשטראפט אין עולם הזה. אבער איר זאלט אלע געדענקען אז די גיהנום פלאקערט און גליעט, און איר וועט דארטן ברענען ביז ס'וועט נישט בלייבן פון אייך קיין שריד ופליט.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 500
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 473 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:36 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:נאך יעדע טראגעדיע הערט מען רע בנים למיניהם פרעגן "על מה עשה ה' ככה" – און פארשטייט זיך אז זיי קומען אויף מיט זייערע אגענדעס וואס האבן נישט קיין שום שייכות צו די טראגעדיע, און קיין שום שייכות צו עפעס וואס זיי אליין דארפען מתקן זיין. יעדע טראגעדיע איז וועגן אינטערנעט און צניעות וכו', און מ'שעמט זיך נישט צו ברעטשען פון די נארישקייטן ביי לויות ווען מתו מוטל לפניו.

איך האב זיך געפאכט צו דריקן די 'לייק' קנעפל, אז די סחורה וועט נעלם ווערן (אזוי ווי דא).

כ'האף אז מיט ציטירן דא וועט עס איבערלעבן די מעקעריי.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 910 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 6:54 pm

איך האב איין קשיא, כמיין גארנישט נאר כ׳וויל באמת פארשטיין, וואס הייסט ער מאכט חרוב שטובער? וויאזוי? דעס איז זיכער אז ער גייט ארום נערווענירן די מענטשהייט אבער לייענעדיג דיין ארטיקל קוקט עס אויס ווי די טרייבסט היפש איבער, וויאזוי צוברעכט ער שטובער? מיט וואס? ווען איינער מיט א ברייטע היט און א רויטע בארד מיט א ירושלימע אקסענט קומט צו מיינע קינדער און זאגט זיי דיין טאטע איז א שייגעץ ווייל ער האט א סמארט-פאון און ער גייט באקומען קענסער צו ווייס איך וואס וואלטן זיי אים געזאגט בלא בלא בלא און אים איגנארירט, ער האט נישט קיין פאוער אזויווי דער רויטע רבי, ער איז סתם א ירושלימע אינוואליד וואס גייט ארום שרייען און טיילן קארטלעך און נארמאלע מענשטען מאכן זיך נישט צוטוהן פון אים, אדער עכ״פ ׳וואלטן׳ נישט געדארפט זיך צוטוהן מאכן פון אזא משוגענעם וואס טיילט איין פאר יענעם זיינע קרומע דיעות מיט אינטערדריקונג אבער אזעליכע מענטשען ווי ראבינאוויטש איז אייביג פארהאנען,מ׳האט שוין געהערט אזאנס, אין וויליאמסבורג איז געוועהן א איד וואס האט יאהרן לאנג געהאקט אויף שייטלעך און מיליכיגע פרידיזשערעיטארס און ער האט ארויסגעגעבן גאנצע צייטונגען מיט חיבורים פארוואס ער איז גערעכט און יעדער האט אים איגנארירט ביז ער איז הייזעריג געווארן בשעטומ״צ. מאכטס אייך נישט צוטוהן פון אים און געגעאנגען ווייטער.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3831
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2252 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:05 pm

עס איז נישט ראבינאוויטש אליין, די סיסטעם טאנצט מיט מיט אים. זיינע קארטלעך ווערן פארקויפט אין די ספרים געשעפטן, און מלמדים טיילן דאס פאר די קינדער. איך ווייס פון אסאך עלטערן וואס זייערע קינדער האבן זיי פארשריגען פאר "טמא'נע" סעלאפון וכו', און קינדער וואס ווילן נישט איבערנעמען די טעלעפאן פון די מאמע.
באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

הודעהדורך Chuchem » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:19 pm

лпم iοوԴ האט געשריבן:עס איז נישט ראבינאוויטש אליין, די סיסטעם טאנצט מיט מיט אים. זיינע קארטלעך ווערן פארקויפט אין די ספרים געשעפטן, און מלמדים טיילן דאס פאר די קינדער. איך ווייס פון אסאך עלטערן וואס זייערע קינדער האבן זיי פארשריגען פאר "טמא'נע" סעלאפון וכו', און קינדער וואס ווילן נישט איבערנעמען די טעלעפאן פון די מאמע.

אדרבה, פמרסמין עושי רשעה.

וועלכע געשעפטען פארקויפען עס?

און וועלכע מלמדים/מנהלים טיילען די מעשי אכזריות?
באניצער אוואטאר
Chuchem
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:30 am
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

הודעהדורך שטאפענע קאפעליטש » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:29 pm

Chuchem האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:עס איז נישט ראבינאוויטש אליין, די סיסטעם טאנצט מיט מיט אים. זיינע קארטלעך ווערן פארקויפט אין די ספרים געשעפטן, און מלמדים טיילן דאס פאר די קינדער. איך ווייס פון אסאך עלטערן וואס זייערע קינדער האבן זיי פארשריגען פאר "טמא'נע" סעלאפון וכו', און קינדער וואס ווילן נישט איבערנעמען די טעלעפאן פון די מאמע.

אדרבה, פמרסמין עושי רשעה.

וועלכע געשעפטען פארקויפען עס?

און וועלכע מלמדים/מנהלים טיילען די מעשי אכזריות?

ווי וואינט איר? אין טיילאנד?
ווייל ביי אונז אין ניו יארק פארקויפט עס יעדער פריקן יודעיקא געשעפט (בעיני ראיתי יודעיקא קארנער, קודש)
אים די תלמוד תורה׳ס? אה בעסיקילי אלע, אפשר חתם סופר נישט
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 362 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:35 pm

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:
Chuchem האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:עס איז נישט ראבינאוויטש אליין, די סיסטעם טאנצט מיט מיט אים. זיינע קארטלעך ווערן פארקויפט אין די ספרים געשעפטן, און מלמדים טיילן דאס פאר די קינדער. איך ווייס פון אסאך עלטערן וואס זייערע קינדער האבן זיי פארשריגען פאר "טמא'נע" סעלאפון וכו', און קינדער וואס ווילן נישט איבערנעמען די טעלעפאן פון די מאמע.

אדרבה, פמרסמין עושי רשעה.

וועלכע געשעפטען פארקויפען עס?

און וועלכע מלמדים/מנהלים טיילען די מעשי אכזריות?

ווי וואינט איר? אין טיילאנד?
ווייל ביי אונז אין ניו יארק פארקויפט עס יעדער פריקן יודעיקא געשעפט (בעיני ראיתי יודעיקא קארנער, קודש)
אים די תלמוד תורה׳ס? אה בעסיקילי אלע, אפשר חתם סופר נישט

לאו עכברא גנב, ווער הייסט ענק קויפן פארשמילטע מאראנצן, און אז איינער גייט מארגן פארקויפן קארטלעך וואס שטייט אז ווער ס׳פארט קיין מיאמי גייט כאפן געבראטענע מכות פון אחשוורוש מיט נבוזרדן הרשע גייט מען אויך שרייבן אין ק״ש אז ער צוברעכט שטובער, ק׳מאן! ס׳איז דא אסאך גרעסער סכנות פאר אונזער עקסזיסטענס ווי ראבינאוויטש אויף פעיראול.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3831
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2252 מאל

Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:45 pm

אין ווייליאמסבורג טיילן עס דערווייל נישט די מלמדים על כל פנים אין די חדרים ווי איך בין באקאנט
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 7:59 pm

שבת אחים, מענטשן טענה׳ן אז זיין פראפעגאנדע צוברעכט זייערע שטובער, וואס פעלט אויס מער. און זיין צינישער קול קורא ווייזט זייער קלאר אז מען רעדט דא פון א מענטש וואס האט זיך גענומען פאר א ציל צו גיין מיט אומ׳פשרה׳לאזע אכזריות.

די רגע וואס מען טרעט איבער יסודות׳דיגע גבולים פון מענטשהייט, קען מען זיין גאר מסוכן אפילו מען שלאגט נישט וכדו׳.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:00 pm

лпم iοوԴ האט געשריבן:עס איז נישט ראבינאוויטש אליין, די סיסטעם טאנצט מיט מיט אים. זיינע קארטלעך ווערן פארקויפט אין די ספרים געשעפטן, און מלמדים טיילן דאס פאר די קינדער. איך ווייס פון אסאך עלטערן וואס זייערע קינדער האבן זיי פארשריגען פאר "טמא'נע" סעלאפון וכו', און קינדער וואס ווילן נישט איבערנעמען די טעלעפאן פון די מאמע.

עפעס שטומט נישט דא, קינדער הערן גארנישט פון ראבינאוויטש אליינס, דאס האט צוטוהן מיט די קאמיונטי פירערס און דעס קען שוין יא זיין א ערנסטע פראבלעם, גיימיר צוריק צום אלטן אז אונזער גאנצע סיסטעם שטינקט און ווי די כלל לויטעט אז ווען ס׳שטינקט שטינקט עס פון קאפ, איז שיסט נישט די מעסענדזשער, מאכסט ענק אייגענע מוסדות (אפילו ס׳איז נישט גרינג) און האטס די אלע רע-בנים פארפאקט ווי די אידן ווישן.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3831
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2252 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:08 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:שבת אחים, מענטשן טענה׳ן אז זיין פראפעגאנדע צוברעכט זייערע שטובער, וואס פעלט אויס מער. און זיין צינישער קול קורא ווייזט זייער קלאר אז מען רעדט דא פון א מענטש וואס האט זיך גענומען פאר א ציל צו גיין מיט אומ׳פשרה׳לאזע אכזריות.

די רגע וואס מען טרעט איבער יסודות׳דיגע גבולים פון מענטשהייט, קען מען זיין גאר מסוכן אפילו מען שלאגט נישט וכדו׳.

לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט האט עס ווידער גארנישט מיט ראבינאוויטש ער איז נאר א מעסענדזשער און אז אפילו מ׳וועט אים (ח״ו) באגראבן וועט אויפקומען א צווייטע שלעגער און א דריטער עד אין סוף, איז די ריכטיגע וועג איז שטיין אין די זייט און לאכן, איך האב נישט קיין שום פראבלעמען מיט ראבינאוויטש און אויך נישט מיט צימערמאן חוץ אז איך האלט אז זיי דארפן ביידע א גרונטליכע באזוך ביים דאקטער, וואס איך מיין צוזאגן איז, לייגט אייך נישט אריין אין א פאזיציע ווי מ'קען אייך גרינגערהייט קארנער׳ן און באזיגן, אייערע קינדער וועלן אייך אויסהערן פאר זיי הערן אויס ראבינאוויטש, זאגסט זיי אז אלע מענשטען וואס רעדן אויף סמראטפאונס זענען jealous און זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן און פארטס ווייטער.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3831
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2252 מאל

הודעהדורך קריינא דאיגרתא » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:12 pm

מלמדים טיילן דאס אינגרויסן.

א בריוו פאריגע וואך אין די גליון שבת בשבתו וואס איז פארשפרייט אין אלע בתי מדרשים אין לונדון
בייגעלייגטע פיילס
IMG5702.jpg
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 44
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 8:25 pm

שבת, דו רעדסט פשוט נישט פראקטיש. נאכאמאל, הונדעטער מענטשן וויינען בדמעות שליש אויף ראבינאוויטש, די אידן ווייסן אויכעט פום דעם סוד פון זיך אויסלאכן. זיי נישט קיין גיבור אויף יענעם׳ס חשבון.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:42 pm

איך לייק שיטה׳ס תגובה וועגן די חלק פון רשעות. אבער איך דיסלייק די קאנעקשען פון שטראף צו דעם. לא בשמים אנחנו.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1684 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:00 pm

mevakesh האט געשריבן:אין ווייליאמסבורג טיילן עס דערווייל נישט די מלמדים על כל פנים אין די חדרים ווי איך בין באקאנט

מיין זין איז אהיימגעקומען פון קעמפ מיט די קארטלעך.זיין רבי האט עס געטיילט.
פוי סאיז א גרויל
זיי שיסן זוך אליינס, כדי מיין קינד זאל נישט האלטן אז זיין טאטע קומט זוך ד מיתת ב"ד, בין איך געווען געצווינגען אביסעל צי מזלל זיין און די וואס טיילן די קארטלעך
אסאך ראשונים האלטן סאיז נישט דא קיין השגחה פרטיות ביי א רשע, ממילא איז זיין קענסער רענדעם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1633 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:21 pm

אוואדי איז עס גרויליג, אבער איך טענה אז ראבינאוויטש איז גאר א קליינע רינגלע אין א גרויסע קייט פון רשעות, ראבינאוויטש האט נישט די פאוער איינרעדן אין די מוסדות צו מ׳זאל טיילן קארטלעך און וואס ס׳זאל שטיין דארט, ענק האבן געכאפט די ראונג פישל, ער איז אויף פעי ראול פון ענקערע רבנים, נאכאמאל! שיסט נישט די מעסענדזשער.
They want your retirement money. They want it back, so they can give it to their criminal friends on Wall Street. And you know something? They'll get it sooner
or later, because they own this place. It's a big club, and you ain't in it. You and I are not in the big club
George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3831
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3643 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2252 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:45 pm

איי עגרי
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3593
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1633 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:58 pm

שיטה מקובצת האט געשריבן:כ'האב ארויפגעשטעלט די איבערגעארבייטע ארטיקעל. כ'האב ארויסגענומען יעדע אפענע רעפרענץ צו ראבינאוויטש'ס מחלה, און עס נאר געלאזט בבחינת וד"ל, ווער עס פארשטייט פארשטייט.

ווי עס שיינט האסטו בטעות ארויפגעלייגט די אלטע ארטיקל... דאס איז דאך ברחל בתך .
מ'שפייט בלוט און מ'רעדט פון נחת.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2512 מאל

Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

הודעהדורך קל וחומר » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:31 am

ראבינאוויטש זאגט אז איינער צאלט אים געלט פארן מעורר זיין לזכות א קראנקע נאנטע וואס ער האט. יעצט מאכט ער דאפעלט געלט, ווייל ער קען אויך זיך זעלבסט אינזין האבן אנדעם וואס ער זאל דארפן צאלן א צענט.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1520
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2101 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:44 am

א תגובה וואס כ׳האב געשריבן אין א דערנעבעדיגן אשכול בנוגע די רע-בינאוויטש סומאטוכע:
איך בין נישט קיין חסיד פון צייגן פינגער על מה עשה ה׳ ככה, דאס לאז איך פאר די רבנים און דעם באטרעפענדער פון וועם מיר רעדן, ער פלעגט ארומגיין און בתי מדרשים צייגן פינגער אז וועגן דעם און יענעם איז דאס און יענץ געשעהן. איך האלט מיר אבער אביסל מער מאראליש פון אים מילא האלט איך אז סאיז נישט פאר מיר צו אנצייגן צוליב וועלכער סיבה ס׳גייט פאר יענעם שלעכט, און צוקומען צו א מסקנא אז דאס קומט צוליב די מערכה וואס איך האב מיט אים. פוי, דאס איז עקלדיג...

כאטש אנדערע וואלטן ווען געקענט זאגן אז ווען ס׳קומט צו אים וואס ער האט דאס געטון מיט גאנץ כלל ישראל מעג מען עס צוריקטוהן צו אים, דארף מען אבער נעמען אין באטראכט אז מיר טארן נישט אראפנעמען אונזער נארמאלקייט צוליב יעדן צערידעטער, מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן אריינגעפירט ווערן אין אומענטשליכקייט צוליב איין ירושלימ׳ער שנארער וואס מאכט פרנסה, מיר בלייבן ווייטער א עם הנבחר און מיר טארן זיך נישט לאזן ווערן מיטגעשלעפט מיט די שוואכע עלעמענטן וואס דרייען זיך צווישן אונז.

דאס איז אמאל זיכער אז ער טוט א אומרעכט, און ער וועט באשטראפן ווערן דערפאר, ווען און וויאזוי ווייסן מיר נישט, אבער מיר גלייבן אז יש דין ויש דיין, פארן אוועקנעמען די השפעה אפילו נאר פון איין פאטער אויף זיין קינד וואס דערמיט איז ער א הורג נפש במזיד, און דערמיט מאכט ער חרוב א אידישע משפחה און די תוצאות פון אזא זאך איז געווענדליך גענוי ווי דער צאר האט געטוהן אין רוסלאנד, ווער רעדט נאך ווען ער דרייט אן א דור, מאכט חרוב דאס יוגענט, נוצט מיטלן ווי העצן קינדער קעגן עלטערן און מאכן א פירוד לבבות וואס קיין שום ערליכער רב בישראל האט נישט גענוצט בעפאר אים און האט נישט קיין שום הדרכה דערויף, ער טרעט אויף די תורה און אויף די רבני זמנינו, ער האט זיך באפרייט פון יעדער תורה׳דיגער שיעבוד מיטן אויסרייד אז ער איז גאר דער קנאי, מיר גלייבן אז צו זיין שטראף פארשטייען מיר נישט ולא ישיגוהו משיגי הגוף, און מיר גלייבן נישט אז ער קען דאס אפילו אפקומען אויף די וועלט.

אנדערשט ווי אלע רבנים למיניהם וואס זענען געקומען טייל מיט א עכטע און טייל מיט א מכלומרשטע סלושען פון א פילטער, (איך שרייב מכלומרשט ווייל ווען א פילטער בלאקירט אלעס חוץ די קאלקולעיטער איז עס נישט קיין סלושען) איז דער ראבינאוויטש פארנומען מיט א העצע קעגן יעדער מאן דהו וואס פארמאגט א סמארט פאון, כאטש אלע רבנים זאגן קלאר אז זיי פארשטייען אז מ׳דארף עס האבן און אלע זענען מתיר מ׳זאל עס האבן מיט א פילטער, דער גאנצער כינוס כלל ישראל איז געווען געבויעט אויף די נקודה, איז ער זיך מתחצף קעגן די פסק הרבנים, און גייט ארום מבייש זיין מענטשן, אנהעצן קינדער וכו׳ אלעס אויף זיינע אייגענע חומרות אויף וואס ער האט נישט קיין שום בעקינג פון א פסק הרבנים, סאיז זיכער אז פון הימל וועט מען אים נישט שולדיג בלייבן, יבוא יומו.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 394
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1258 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 12:48 am

שבת, דו גייסט שוין צו ווייט פאר די המון עם. ער איז דער וועמען מען זעהט מאכן טראבל דארף מען אים פארשרייען, שליחו של אדם כמותו, דער עולם איז נישט רייף צו פארשטיין מיניפולאנטישע קאנספיראציעס אינערהאלב די קרייזן. אויפן פשוט׳ן אופן דארף ראבינאוויטש שארף פארדאמט ווערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

Re: שאול יצחק ראבינאוויטש'ס מלחמה מיט אונזערע קינדער

הודעהדורך mevakesh » מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2016 10:34 pm

איך וויל ארויסברענגען א נקודה
שאול יצחק באמת איז נאר א פאפעט ער האט די שטילע שטיצע פון אסאך רבנים און כלל טוער וואס ווילן זיך נישט שמוציג מאכן אבער האבען הנאה אז איינער טוט די ארבייט
און איך בין איבערצייגט אז זיין ארבעט גייט האבן א פונעמענאל הצלחה אזוי מען זעהט שוין יעצט אז טיילווייז האט מען מצליח געווען צו מאכן גאר אומבאקוועם פאר מענטשן ארויסצונעמן א פאן אין שוהל
לויט מיין מיינונג איז גארנישט דא וואס צו טוהן באופן כללי
מלחמה גייט נישט העלפן ווייל רעכטס האט א פריווילעגיע צו זיין משוגע און לינקס האט אפילו נישט די פריווילעגיע צו זיין נארמאל
די איינציגסטע זאך וואס מען קען טוהן איז אז יעדער פאר זיך זאל פראבירן אהנצוגיין מיט א שטארקייט און ערענסטקייט מיט וואס מען האלט און נישט זיך צוטוהן מאכן פון קיינעם און נישט פראבירן צו פארעכטען יענעם נאר איינשטעלן ביי זיך די ריכטיגע וועג
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 800
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל

הודעהדורך קרעקער » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:04 am

ער מאכט אומבאקוועם ארויסצונעמען אין שוהלן סמארט פאונס?
האלאו איך גיי נאר וואו סאיז מיך באקוועם, איך טרעט נישט אריין אין אזא שוהל וואו סאיז מיר אומבאקוועם ארויסצונעמען מיין סמארטפאון, ער קען נישט דיקטירען דאס לעבען,
א אינגערמאן וואס וואוינט אין קרית יואל זאגט מיר אז מהאי טעמא האט ער אינגאנצען אויפגעהערט צו גיין אין שוהל דאווענען
ער דאווענט שחרית יעדען טאג אין אפיס, מנחה מעריב גייט ער יא אין שוהל פאר 15 מיניט
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:45 am

וואס גייט פאר מטעם די סיסטעם און ראבינאוויטש קען מען טאקע נישט א סאך טוישען דא וואוינט מען און דעטס איט. וואס מ'קען יא טון ביי זיך אינדערהיים און אפשר גאר מ'מוז עס טון איז רעדן מיט די אייגענע קינדער און זיי מסביר זיין אז אזוי גייט די וועלט מיט טעכנעלעגיע און ס'איז א פראקטישע זאך וואס די אייבערשטער האט ציגעשטעלט פאר אונזער דור און מ'גייט דאס נוצען אויף די ריכטיגע כשר'ע אופן אזוי ווי אלע אנדערע כלים פון די וועלט ווי קארס און טעלעפאן'ס וכו'. איך האב אליינס מסביר געווען פאר מיינע קינדער אז די אלע ספרים וואס זיי זעען אין שאנק און די אלע דברי תורה און מוסר וואס די היינטיגע רבנים דרש'נען וועגען טעכנעלאגיע מיט סתם זייערע שלש סעודות תורות ווערט אראפ געשריבען אויף א קאמפיוטער און פארט מיט'ן אינטערנעט צי די פרינטער און די פעימענטס פון די אלו יעמדו על הברכה'ס און לעילוי נשמת איז געטשארדשט געווארען דורך'ן אינטערנעט. די כלל איז זיי זאלען נישט צימישט ווערען פון די הייפ וואס מ'פאמפט און זען אז די וועלט ניצט יא אלע כלים. די קינדער דארפן וויסען אז אויב מ'נוצט עס אויף א נארמאלע אופן איז דאס העכסט געזונט און נארמאל. א יעדע טאטע דארף אליינס רעדען צי די קינדער וועגען דעם אנשטאט זיך נישט אויף הערן אפרעדען אויף דער סיסטעם מיט ראבינאוויטש. ס'איז אן אחריות אזוי ווי יעדע אנדערע נושא און חינוך צו שטיין על המשמר און אליינס קער נעמען פאר זיך און נישט פארלאזען זיך אויף יענעם.
Occupation: I'm a florist and yes, weed IS a plant
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1019 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 981 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 2:29 am

מען זאגט אז א רעוועלוציע ווערט געפירט נישט דורך די אונטערדריקטע, נאר דורך די אונטערדריקער. (צ.ב.ש. מיין פערזענליכער אפלאזן חרדיזם איז צושטאנד געקומען דורך וואס ראדיקאליסטן האבן מיר געדריקט מיט גרעניצלאזע אכזריות במשך עטליכע יארן נאכאנאנד און לסוף מצליח געווען צוגרינד צולייגן אלעס וואס איך האב פארמאגט, אלס צוליב וואס איך האב געשיקט מיינע טעכטער אין א סקול וואו מען לערנט חומש, און וואו זייער רי"ש קלינגט ווי דער ענגלישער R).

טאמער עס גייט אזוי אנגיין גייט א רעוועלוציע געשעהן, א זאך וואס איז שוין סייווי אויפן וועג. קיינער גייט גארנישט טון, ווייל קיינער קען זיך מיט די עקסטרעמיסטן זיך שלאגן, אבער עס גייען געטון ווערן זאכן פון זיך אליין׳ס.

איך מיין אז ווילנא (און אויך אנדערע ליטווישע שטעט) בימי תלמידי הגר"א קען דינען אלס ביישפיל. דער דארטיגער קהילה איז געפירט געווארן מיט געוואלדיגע טעראר, און זאכן זענען געשעהן פון זיך אליין׳ס, ווילנא איז ביז געציילטע דורות פארוואנדלט געווארן אין א פרייער שטאט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1541 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט