ווער זענען אונזער עסקנים?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

ווער זענען אונזער עסקנים?

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

לעצטענס אין אן אנדערע פורום האבן מיר געהאט א לענגערע שמועס איבער די היינטיגע עסקנים איבער זייערע פעולות, כוונות, און מאטיוון. די רעדע איז געווען איבער די לעצטע ארטיקל פון געבען מעדצינען פאר מאסטרובאציע אדער פאר אן איבערפלוס פון תאות המשגל, בעידוד עסקנים אין די חסידישע געמיינדע.

דארט אויפן פורום האט רוב עולם פארדאמט די ארטיקל מיטן טענה אז דאס געשריבן בייעסד, און עס מאלט אראפ די חסידישע געמיינדע אין אירע עסקנים מיט איבערגעטריבענע שווארצע פארבן, כאילו איר עסקנים זענען דא צו דאמאנירן און טעראזירן דעם המון עם- די וואס גייען נישט אין שפאן, מיט אומאחריות'דיגע און רשעות'דיגע שריט.

זיי האבן געטענה'ט אז אויף אן אמת איז דא א וועלט מיט וואוילע איבערגעגעבנע קאמפעשענדע עסקנים וואס זענען זיך גרייט מקריב פאר א צווייטן, וואס מען טרעפט נישט כמעט אין די גאנצע וועלט. און אזוי ווי אין א יעדע פראפעסיע איז אויך דא פארהאן א פאר פארפוילטע עפעלך, און עס איז א געמיינהייט פונעם זשורנאליסט אראפצומאלן א בילד כאילו דאס איז די נארמע און די פעלד.

למעשה זענען די אויגן דארט אויפן פורום געווען אביסל געוואנדען צו מיר, צוליב זייענדיג דער כמעט איינציגסטער חסיד אויף'ן פורום. זייער פראגע איז געווען וואס איך זאג צו דעם? און צו איך בין מסכים מיט זייער ווערדיקט אז דער ארטיקל איז היבש איבערגערטיבן און מלא בייעס? צו זייער גרויס אנטריסינג האב איך געגעבן פול רעכט פארן שרייבער פון די ארטיקל. לויט מיין מיינוג האב איך ערקלערט איז אן עסקן בדרך כלל איינער וואס האט נישט קיין זשאב, האט נישט קיין שלום בית און האט נישט קיין קאמפעשן פאר א יומען ביאינג.

פאר איר שפרינגט אונטער וויל איך קלאר מאכן אז איך רעד נישט דא פון קיין עסקנים ווי איצי האגער, שלמה באכנער, יאקבאוויטש, חסד, חברים, חי לייפליין וכו' וואס זענען פארנומען אין א ספעציפישע פעלד ארויסהעלפן אידן מיט זייער עקספערטיז, צייט און ווארעםקייט. דא רעד איך פון עסקנים וואס זענען פארנומען ארויסהעלפן און מישן א קעסל מיט יענעמס מצוות, עבירות, חינוך, שלום בית, גיטין, אידישקייט וכו' די עסקנים וואס זענען פארמישט אין יעדע פרשה וואס מאכט זיך אין יעדע אידישע היימישע (חסידישע) שטאט כמעט א יעדע שני וחמישי.

די סבה פארוואס איך זאג אזוי איז ווייל איך רעד פון מיין עקספיריענס (נישט פערסאנעל, ב"ה), איך קען מער ווי אפאר אידן וואס זענען מיאוס אפגעריבט געווארן דורך זייערע מעשה תעתועים, שלום בית'ער וואס זיי האבן חרוב געמאכט און אינגעלייט וואס זיי האבן מסדר געווען אויף שענדליכע אופן. נאך מער, ווען איך קוק מיך איין ווער די עסקנים זענען, זע איך איינער א ביי פאלער ליידענדער, א צוויטער ADHD וואס נעמט נישט זיינע פילן, און א דריטער וואס זוכט צו אנטלויפן פון זיינע פראבלעמען אין שטוב, הצד השוה שבהן וואס ווען נישט זיי זיי האבן זיך דערקלערט אז זעלבסט געקרוינטע עסקנים וואלט זיך א נארמאלע מענטש נישט דורכגערעדט מיט זיי ניטמאל אזא טריוויאלע זאך ווי וועלכע נאווע לאקס איז בעסער גאלדען טעסט צו טוב טעם.

לאחר הדיון האב איך מיר געטראכט צו מיר עס איז נישט קיין יושר דן צו זיין א גאנצע פראפעשן באזירט אויף די פאר עסקנים וואס איך בין אריינגעלאפן אין. איז וואלט איך געוואלט הערן פון דעם עולם דא צו איינער האט געהאט אן אנדערע עקספיריענס? און צו איך טרייב איבער.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 42 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר