די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינונג

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אויב האט איר זיך געוואונדערט וואס איז די חרדי'שע פערספעקטיוו אויף די OTD ערשיינוג, אט האט איר אויסצוגן פון דעם ארטיקל וואס איז ערשינען אין "די צייטונג" צוויי וואכן צוריק אין דעם רובריק "שמחת הגוף והנפש" אין די פארעם פון א חיזוק בריוו "וואס אן אומגליקליכע מאמע וואס איר זון איז ארויס לתרבות רעה האט באקומען אויף די פאסט. די בריוו איז שטארק מחזק די צעבראכענע מאמע".

די חיזוק בריוו-ארטיקל באהאנדלט דריי וויכטיגע פאקטארן און גייט אדורך איינס ביי איינס, (איך וועל נאר ברענגען געקליבענע ציטאטן ווייל די ארטיקל איז צו לאנג).

א. וואס די באדייט פון די צרה איז פאר די עלטערן
ב. ווער איז שולדיג אין די ערשיינונג
ג. וואס די עלטערן קענען-זאלן טוען דערוועגן

א. די שרייבערן פונעם בריוו איז מאריך צו מסביר זיין די עלטערן ווי גרויס זייער צרה איז (זי וויל דאך איר סך הכל מחזק זיין...) צווישן אנדערן שרייבט זי (איך נעם אן אז די שרייבער איז א פרוי, אבער קען זיין אז איך בין נישט גערעכט):

"טייערע מאמע, עס איז זיכער אז קיין גרעסער אומגליק איז אין די וועלט נישט פאראן. קיין שום צרה שבעולם קען זיך נישט פארמעסטן מיט אזא צרה. קיין שום צער קומט נישט צו, צו דער צער וואס דו טייערע מאמע האסט ווען די קוקסט אן דיין אייגן קינד וואס האט פארשעמט השי"ת, פארשעמט די תורה, און פארשעמט כלל ישראל. אזא צער איז פיל ערגער ווי זיצן שבעה נאך א מת, ווייל צו האבן א קינד וואס גליטש אראפ פונעם ערליכן דרך איז א לעבעדיגער טויט. פון א מת פארגעסט מען, אבער אזא מת קען מען נישט פארגעסן, ווייל ער לאזט נישט במנוחה נישט בזה און נישט בבא".

דער שרייבער איז ממשיך מחזק זיין די צעבראכענע מאמע אז זי זאל נישט מיינען אז לאחר מאה ועשרים וועט איר זיין בעסער:

"חז"ל זאגן אז עס קען זיין א טאטע וואס איז א יראת שמים, א תלמיד חכם און אפילו א גדול בישראל, אבער אויב דער טאטע האט א קינד א רשע, דאן ווען דער טאטע קומט אויף יענע וועלט, כאטש באמת פארדינט זיך אים גן עדן, קען נישט דער טאטע האבן מנוחה אויף יענער וועלט! די מלאכי חבלה ווארפן אראפ דעם טאטן צום נידעריגסטן גיהנום וואו דער זון דער רשע געפינט זיך, כדי דער טאטע זאל זען ווי זיין קינד דער פורק עול ליידט די ביטערע יסורים אין גיהנום. דער טאטע קען נישט האבן קיין מנוחה דארט אויבן, כל זמן דער זון איז אין גיהנום. דער צער און ליידן פון האבן א קינד וואס איז ארויס לתרבות רעה באגלייט בזה ובבא".

דער שרייבער איז ממשיך מחזק זיין די צעבראכענע מאמע און פירט אויס און פאל זי איז נאך נישט אינגאנצן מחוזק:

"דער רבונו של עולם קען נישט מוחל זיין די שאנדע וואס דער פורק עול האט פארשאפט. הקב"ה צערנט און מאנט א חשבון פון די עלטערן פונעם קינד, פארוואס עס האט געקענט פאסירן אזא פגם אין קדושת ישראל אז איין קינד זאל פארלוירן גיין רח"ל. דאס איז א פגם וואס פארפלעקט גאנץ כלל ישראל".

ב. דא גייט די שרייבערן אריבער צום טעמע ווי אזוי האט דאס פאסירט? און ווער איז שולדיג? זי לאזט נישט קיין ספיקות פאר די צעבראכענע מאמע וועם זי וויל זייער שטארק מחזק זיין:

"זיינע פראבלעמען האט זיך אנגעפאנגען אין די בחור'ישע יארן. דער מגיד שיעור פלעגט זיך פיל אפרעדן פאר אייך אז אייער קינד חלומ'ט זייער אסאך ארום, זיין קאפ שטייט אים נישט ביים לערנען, ער טשעפעט זיך כסדר צו, צו די לאו-קלעסס חברים, און זיינע אויגן שטייען אים נישט גראד. דאך פלעגט איר נישט נעמען די ווערטער פון זיין מגיד שיעור ערנסט. איר פלעגט ענטפערן ער איז נאך א יונג קינד, ער וועט נאך אויפוואקסן".

נאכן דורכגיין א גאנצע ליסטע וואס די מאמע וואלט ווען געברויכט זאגן פאר די קינד פארן חופה און זי האט נישט געזאגט, פירט זי אויס:

"איצט טייערע מאמע, האסטו שוין פארשפילט יענע צייט. אייער קינד איז שוין געגאנגן אונטער די חופה.. אייער קינד האט צוביסלעך אנגעהויבן צו פאר'מיאוס'ן אידישקייט. אייער קינד האט אנגעהויבן אריינצונעמען אין קאפ אז ער וויל אויסזען פונקט ווי דער אפגעפארענער איד מיט א קליינע קאפל, און גרויסע טשופ, וואס דרייווט א גרויסע דזשיפ. אייער קינד האט אנגעהויבן רעדן און האבן שייכות מיט גוים פון זיין ארבעטס פלאץ. אייער קינד האט אנגעהויבן ארבעטן אויפן קאמפיוטער כדי צו געניסן פון מער אינטעליגענציע, כדי צו ווערן באטראכט אלס "א מענטש פון סאסייעטי". אייער קינד האט אנגעהויבן צו גיין צו ספארטס און אנדערע אומווערדיגע פלעצער. אייער קינד האט אנגעהויבן גיין מטה מטה און ער גליטשט נאך אלץ".

די בריוו שרייבערין לייגט פארביג אראפ ווי אזוי דער גליטשער זעט היינט אויס:

"צוביסלעך איז אים געווארן די בארד אינגאצען אויסגעציפט, צוביסלעך זענען אים די פאות קלענער געווארן פון טאג צו טאג, צוביסלעך איז די טשופ גרעסער געווארן, צוביסלעך איז די שווארצע סאמעטענע הייליגע קאפל אויפן קאפ קלענער געווארן, און צוביסלעך האט ער אויסגעטאן די חסידישע מלבושים ביז ער איז געבליבן בלויז מיט א ווייס העמד און שווארצע הויזן. אזוי זעט ער אויס ווען ער קומט צו אייך אין שטוב. ווער ווייסט וי אזוי ער זעט אויס ווען ער קומט צו זיין ארבעטס פלאטץ? ס'איז זיכער אז ער טראגט שוין א טי-שערט און אפשר גאר גרויס סניקערס אזוי ווי די גוים רח"ל".

זי פירט אויס, ווער איז שולדיג?

"איר האט אים נישט געוואלט צוברעכן, האט איר אים גארנישט געוואלט זאגן, און איר האט אים נאר געוואלט מקרב זיין, אבער דאס וועט נישט זיין גענוג א פארענטפערונג דארטן אויבן אין הימל ווען מען וועט אייך שטעלן צום דין! אייער קרבות וועט נישט זיין גענוג א שטארקער מיטל אים מחזיר בתשובה זיין".

ג. דא גייט די שרייבערין אריבער צו דריטע חלק וואס די מאמע ברויך צו טוען כדי מחזיר בתשובה זיין איר זון:

"על אלה אני בוכיה, עיני ירדה מים. ווי זאל איך נישט וויינען אויף דיין בראך, מאמע? ווי זאל איך נישט פארגיסן טייכן טרערן אויף די גרעסטע צרה שבעולם וואס האט דיך געטראפן? יא, ס'איז דא אויף וואס צו וויינען. טאקע נאר דאס וויינען וועט דיר מאמע ברענגען די רפואה. נעם די אויבנ-דערמאנטע ווערטער צום הארץ. יא! זאל דיר עס שטארק טרעטן צום הארץ און נאר דיין טיפער ווייטאג און צער וועט ברענגען די ישועה".

"טייערע מאמע כאטש צו דיין צער איז קיין גרעניץ נישטא און קיינער קען דיך נישט טרייסטן פון דיין ביטערן בראך פון האבן א זון וואס איז ארויס לתרבות רעה רח"ל, דאך זאלסטו גוט וויסן אז מיט דיין אייגענעם כח קענסטו אים צוריקברענגען. וועט איר פרעגן וואס איז מיין כח? אייער כח איז יראת שמים, אייער כח איז אייער רצון, אייער כח איז אייער טרערן".

דא גייט די שרייבערן אריבער מסביר זיין וואס זי מיינט מיט יראת שמים, רצון און טרערן:

"צוערשט טוישט אביסל אייער התנהגות. טוישט אייער לבוש. טוישט אייער רעדן מיט מער יראת שמים. טוט זיך פארבעסערן. וויבאלד איר גייט ארויפצו אין אידישקייט האט איר א כח ארויפצושלעפן פונעם תהום אייער זון אויך. טוישט אייער לבוש אויף אביסל בעסער. פארמיידט פריצות, פארמיידט צו רעדן צו פרעמדע מענער. אפילו ווען עס איז יא וויכטיג צו רעדן, זאל דאס רעדן זיין מיט די מערסטע בושה און צניעות.

זי איז ממשיך מיט פראקטישע אנווייזונגען:

"אנטזאגט אייער דזשאב צו ארבעטן אין א אפיס וואו עס דרייען זיך מענער. א כפרה די דזשאב! פארמיידט צו רעדן ניבול פה אדער ווערטער וואס איז נאנט צו ניבול פה. פארמיידט חברותא וואס שלעפט אייך אראפ. און די זעלבע צייט וואס איר שטייגט אביסל אין יראת שמים זאלט איר מקרב זיין אייער קינד זייער שטארק".

דא איז זי ממשיך מסביר זיין וואס זי מיינט מיט רצון און טרערן:

"זאגט אים אז אייער לעבן האט נישט קיין ווערד אויב ער איז נישט קיין ערליכער איד. זאגט אים אז אייער הארץ איז צעריסן אויף שטיקער און איר טרעפט נישט קיין מנוחה אין לעבן, ווייל ער גליטש אראפ פונעם דרך הישר... זאגט אים ליבליכע מוסר פון טיפן הארצן, ער מעג אייך זען וויינען. ער מעג אייך זען טרויערן נאך אים.

די שרייבערן פירט אויס מיט אן הבטחה:

"מיט די צייט וועט דאס הארץ פון אייער קינד אויסגיין פאר צער צוליב אייער צער, און ער וועט אנהויבן שפירן אז ער קען דאס נישט טאן קעגן אייך. צוביסלעך וועט ער אפלאזן זיינע שלעכטע וועגן".


מען ברויך דעם רעדאקטאר פונעם צייטונג אברהם פרידמאן איבערלייגן און אריין פראקן מנה אחת אחוריים פארן ערלויבן צו דריקן אזעלכע עקסטרעמיסטישע ראדיקאלישע ארטיקלען-בריוון אין די ראמען פון זיין צייטונג. דער עכברא איז טאקע משוגע אבער דער חורא איז חייב.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר