אבל היפאקריטן אנחנו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

אבל היפאקריטן אנחנו!

שליחה דורך נח בער »

בס"ד

אנגעוויזן אויף די גאווערמענט!

צווישן די אלע מעסעדזשעס וועלכע זענען ארומגעשיקט געווארן איבער די ארעסטן פון דינסטאג פר' נצבים, האט איינער ארויסגעברענגט גאנץ א גוטן פוינט אז ליידער קאסט דאס לעבן אזוי טייער, און טעקסעס זענען אזוי הויך, און מען מוז מאכן אזוי ווייניג געלט צו באקומען גאווערמענט הילף, אז געוויסע מענטשן קענען פשוט נישט דורכקומען דעם טאג מיט'ן ארבעטן הונדערט פראצענט לעגאל.

ביים לייענען דעם מעסעדזש האב איך זיך געמאכט א חשבון הנפש און אריינגעטראכט: ווען אבאמא האט געטומלט איבער די ריזיגע העלט קעיר קאסטן אין אמעריקע און וויאזוי מענטשן קענען זיך עס נישט עפארדן און גייען באנקראט אדער שטארבן אין די גאסן, האט אונזער קאמיוניטי זיך אנגעשלאסן אין די אנטי-אבאמא מאוומענט, און געשריגן אז מיר ווילן נישט אז די גאווערמענט זאל אריינרעדן אין אונזער העלט קעיר.

וואספארא טראגישע איראניע: אונזער קאמיוניטי איז פון די גרעסטע מעדיקעיד געניסער אין אמעריקע. לויט די ארענדזש קאונטי סאשעל סערוויסעס דעפארטמענט זענען ארום ניינציג פראצענט קרית יואל'ער אידן אויף מעדיקעיד. אידן נעמען גאווערמענט העלט קעיר ווייל זיי קענען זיך נישט עפארדן צו באצאלן די ריזיגע העלט קעיר קאסטן. איז וואס האבן מיר כפויי טובה געטאן ווען אבאמא האט געוואלט העלפן אזעלכע מענטשן ווי אונז? מיר האבן אים באזינגען און באשריגן און זיך אנגעשלאסן אין די קעגנערס פון אבאמאקעיר. מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז אונזער ציבור קען נישט לעבן אן קיין מעדיקעיד הילף! מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז אונזערע מיטל-קלאס פארדינערס קענען בשום אופן נישט עפארדן צו באצאלן העלט אינשורענס! מיר האבן דאס געטאן וויסנדיג זייער גוט אז כאטש א חלק מעדיקעיד געניסערס מוזן אריינגעבן פאלשע אינפארמאציע כדי צו קענען באקומען מעדיקעיד.

רבותי, אין די אפיסעס פון די אטוירני דזשענעראלס פון ראקלענד און ארענדזש קאונטיס (און לעצטנס האבן זיי דאס אויך אנגעפאנגען אין ברוקלין) ליגן הונדערטער קעיסעס פון יונגעלייט וועלכע זענען אונטער אינוועסטיגעישאן פאר מעדיקעיד פראוד. די 'גוטהארציגע' אינוועסטיגעיטארס אפערן דיעלס פאר די מענטשן וועלכע פאלן אריין אין זייערע נעצן, צו באצאלן צענדליגער אדער הונדערטער טויזנטער דאלאר, און מסכים זיין מער נישט צו באקומען קיין שום גאווערמענט פראגראמען. עס האט שוין ביז היינט אפגעקאסט מיליאנען דאלארן אין אידישע געלטער, און דאס זענען שוין די מזל'דיגע, ווייל פון צייט צו צייט זענען זיי מחליט דורכצופירן ארעסטן למען ישמעו ויראו, און יענע וואס ווערן ארעסטירט ליידן ריזיגע בזיונות חוץ פון די שווערע קנסות.

אבאמא האט פרובירט צו העלפן די מענטשן וואס קענען זיך נישט עפארדן צו באצאלן העלט קעיר, אבער מיר, היפאקריטן, האבן זיך געזארגט אז ס'וועט שאטן פאר אמעריקע'ס העלט קעיר סיסטעם, ווען רוב רובם פון אונז זענען אויף מעדיקעיד אדער אנדערע גאווערמענט העלט קעיר פראגראמען. מיר האבן פארשריגן אבאמא'ן אלס היטלער און סטאלין צוזאמען.

למעשה איז אבאמא'ס אריגינעלער העלט קעיר פלאן דראמאטיש איינגעצוימט געווארן, אונטער געפערליכע פרעשור פון די רעפובליקענס, און מיט די הילף פון אזעלכע מעדיקעיד-געניסער קאמיוניטיס ווי אונזער'ס וועלכע האבן פראטעסטירט אין די גאסן, און געשריגן
Keep the government out of my Medicaid!...

צוליב דעם גרויסן דרוק האט אבאמא למעשה נישט איינגעפירט קיין יוניווערסעל העלט קעיר. אנשטאט האט ער אויסגעברייטערט מעדיקעיד און געגעבן סאבסידיס פאר די איבעריגע – אויך באוואוסט אלס אבאמאקעיר – ווייט נישט קיין סאלושאן פאר מענטשן וואס קענען נישט עפארדן צו באצאלן די ריזיגע העלט קעיר קאסטן, אזוי ווי אונזערע מיטל-קלאס אידן.

דער רעזולטאט איז אז מעדיקעיד איז יעצט איינע פון די הויפט אישוס וועלכע ווערן גענוצט קעגן אונזער קאמיוניטי, וויבאלד אונזערע שכנים שרייען אז מיר גנב'ען זייערע טעקסעס צו געניסן אומלעגאל פון מעדיקעיד, און מיר קענען ניטאמאל אויפברענגען די טענה אז אונזער קאמיוניטי קען נישט סערווייוון אן קיין גאווערמענט העלט קעיר, ווייל אונזער קאמיוניטי איז דאך געווען קעגן גאווערמענט העלט קעיר!

אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל, האבן ב"ה נישט דעם פראבלעם; זיי באקומען באצאלט העלט קעיר פון זייערע גאווערמענטס. קיינער שרייט נישט אז ניינציג פראצענט פרומע אידן זענען אויף גאווערמענט העלט קעיר, וויבאלד הונדערט פראצענט אידן זענען אויף גאווערמענט העלט קעיר – לעגאל!

אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל דרייען זיך נישט ארום מיט פחד פון די מעדיקעיד פראוד אינוועסטיגעיטארס. אונזערע אידישע ברידער אין קאנאדע, ענגלאנד, בעלגיע און חרדי'שע ברידער אין ארץ ישראל ליידן נישט קיין שלאפלאזע נעכט טראכטנדיג פון וואו צו באצאלן הונדערטער טויזנטער דאלאר אין קנסות.

א קאמיוניטי וואס איז אזוי מין אנגעוויזן אויף גאווערמענט העלט קעיר האט געזאלט "שאָטן אפּ" ווען זייער גאווערמענט פרובירט זיי צו העלפן דורכ'ן אויסברייטערן העלט קעיר צו קאווערן יעדן איינעם, אפילו ווען דער מענטש וואס האט עס געאפערט האט אזא שרעקעדיגן נאמען ווי באראק אבאמא, און אפילו ווען די מענטשן וואס זענען קעגן דעם זענען אזוי cool ווי די רעפובליקענס. ניין, מיר האבן נישט געדארפט אפקויפן די אלע נארישע קאנספיראציע טעאריעס איבער די שרעקליכע צרות וואס יוניווערסעל העלט קעיר קען ברענגען.

יא, מיר וואלטן געדארפט איינשפאנען אונזערע עסקנים און שתדלנים און ארגאניזאציעס און זיי שיקן קיין וואשינגטאן צו קלאפן אויף טירן און טויערן און שתדל'ען אז קאנגרעס זאל עפראוון פרי העלט קעיר כאטש פאר מיטל-קלאס מענטשן, אזוי אז אונזערע אידעלעך וואס קענען נישט דורכשטופן דעם טאג זאלן קענען געניסן פון פרי העלט קעיר – לעגאל!

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר