פארוואס איך האב פארנארט "דער איד" און "דער בלאט"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עקפערימענטירער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 355 מאל

פארוואס איך האב פארנארט "דער איד" און "דער בלאט"

שליחה דורך עקפערימענטירער »

[center]פארוואס איך האב פארנארט "דער איד" און "דער בלאט"[/center]

פון: עקספערימענטירער

[עס איז שטארק רעקאמענדירט אז מען זאל לייענען דעם ארטיקעל אין דעם "וועקער" פון חודש תשרי, שיין אויסגעשטעלט און באגלייט מיט בילדער]


[justify]אכצן חדשים איז דורך פון ווען כ'האב געלערנט צוויי חרדישע צייטונגען טאנצן, אין א שפיצל וואס האט אפגעקלונגען נאנט און ווייט. פארשידענע רעאקציעס זענען געקומען פון אלע זייטן, און עס איז צייט אז איך אליין זאל מסביר זיין מיין מאטיוואציע הינטער דעם שפיצל, און וואס מ'קען דערפון ארויסלערנען.

איך האב נאכגעהערט פון מלמדים, לערערינס, מגידי שיעור, בעלי דרשנים, און נאך, וואס האבן גערעדט פון דעם שרעקליכן עסק וואס א "רשע" און א "לץ" האט אפגעטאן, און האבן זיך געאייסערט מחזק צו זיין די וואס זייער אמונה אין דעם היימישן פראפאגאנדע-מאשין האט זיך צעשאקלט. די פרעסטיזשפולע "מעלות" אויסגאבע האט געשפירט אז דער שפיצל האט געשלאגן ווארצלען און האט געקענט ברענגען א רפיון אין מושגים וואס זיי האלטן טייער, און האט געווידמעט פילע בלעטער פאר עטליכע חדשים נאכאנאנד אראפצורייסן און "אפצואווענדן" דעם שפיצל און די וואס זענען געשטאנען דערונטער.

כ'וויל נישט פירן קיין פאלעמיק מיט קיינעם פערזענליך, און דערפאר האב איך מיך צוריקגעהאלטן פון ענטפערן אויף דירעקטע אטאקעס כאטש כ'האב שוין געהאט אפגעשריבן לענגערע מאמרים גרייט אויף פארעפנטליכן. כ'וויל דא נוצן די געלעגנהייט מסביר צו זיין מיינע מאטיוון און צו ענטפערן אויף טייל פון די טענות וואס זענען ארויפגעברענגט געווארן קעגן מיר.

אבער לאמיך אנפאנגען פון אנפאנג.


הינטערגרונד
ווי באקאנט פארמאגן מיר א ריזיגע אינדוסטריע פון "מעשיות". "תהילים כולל" האט מעשיות צו דערציילן, "כולל חצות" האט מורא'דיגע אפענע מופתים, אויסגאבעס דערציילן ווי דורך צניעות זעט מען ישועות און רפואות. יעדן טאג הערט מען פרישע שרעק-געשיכטעס וועגן דעם אינטערנעט. מיר האבן סיפורי צדיקים בימים ההם ובזמן הזה, פאר יעדן צדיק וואס דער מספר וויל מ'זאל אין אים גלייבן.

מענטשן פרעגן און וואונדערן זיך: זענען די מעשיות אויסגעטראכט? ווי גרינג איז צו באקן א מעשה וואס עולם גולם זאל עס גלייבן? ווי גרינג איז "מעורר" צו זיין מענטשן דורך נארישע אויסגעטראכטע מעשיות? איז דא א מהלך נאכצוגיין געשיכטעס צו זען אויב זיי זענען אמת? זענען דא קריטעריאנען וואספארא סארט מעשיות מ'וועט דרוקן און וואס נישט? איז דא א גבול ביז וואו מ'קען לאזן אן עקסטרעמיסטישן מעסעדזש אין א מעשה? אויב די מעשה פארמאגט אן אמת'ן נאמען פון א מענטש, נעמט איינער די מי נאכצוגיין צי די מעשה איז ווירקליך געשען? איז דא איינער וועמען עס גייט אן נאכצוגיין א מעשה צו פרעגן אויב עס איז אמת פאר'ן עס דרוקן פאר'ן פובליק?

ערגעץ אינמיטן ווינטער תשע"ה האב איך געהאט אזא טענה'ריי מיט א חבר. ער האט געזאגט אז די מעשיות וועלכע ווערן פארשפרייט זענען מסתמא אמת. עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל אז מ'באקט מעשיות, האט ער גע'טענה'ט. פארשטייט זיך אז מיין חבר האט מודה געווען אז אפילו אויב די מעשיות זאלן יא זיין אמת'ע מיינט דאס גארנישט; אפילו אויב דער קראנקער איז באמת אויסגעהיילט געווארן מיינט עס נישט אז "תהילים כולל" איז געווען דער גורם. אבער מיר האבן זיך גע'טענה'ט אויף דעם עצם נקודה צי מ'קען פארדרייען מענטשן דעם קאפ מיט פאלשע מעשיות. אין רעאקציע האב איך אים געזאגט אז כ'גיי מאכן אן עקספערימענט, און אים ווייזן ווי גרינג מ'קען משוגע מאכן מענטשן מיט נארישע, עקסטרעמיסטישע, פאלשע מעשיות.

אומר ועושה, כ'האב מיך געזעצט ארבעטן אויף מיין עקספערימענט.


"דער איד" און "דער בלאט" דרוקן א מעשה
אין "דער איד", דער נומער פון פרשת צו, שבת הגדול, תשע"ה, איז ערשינען א מורא'דיגע מעשה – אן ערשט-האנטיגע דערציילונג וועגן דעם שרעקליכן חורבן פון קאמפיוטער און אינטערנעט. אויף צוויי גאנצע עמודים האט דער ארטיקל דערציילט וויאזוי אינטערנעט האט חרוב געמאכט א אידישן שטוב, געברענגט אז א בחור זאל אראפגיין פון אידישן דרך, גורם געווען א טאכטער קראנק צו ווערן מיט לוקימיע, און געברענגט שרעקליכע צרות ברוחניות ובגשמיות פאר דער גאנצער פאמיליע.

אידן איבער דער וועלט האבן געלייענט די מעשה; מענער, פרויען און קינדער האבן מיטגעשאקלט מיט'ן קאפ וויסנדיג אז די מעשה באשטעטיגט טאקע אלעס וואס געוויסע רבנים און עסקנים זאגן אונז וועגן דעם אינטערנעט. פון דער מעשה האט מען באשיינפערליך געזען אז אפילו מיט א היתר פון אן ערליכן איד, אפילו מיט א פילטער, אפילו מיט א שלאס און ריגל, איז א אידישער שטוב נישט באשיצט! מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אונטער קיין שום אומשטענדן, האט די מעשה אויפגעוויזן קליפ און קלאר.

אין דער געשיכטע איז דער ברסלבער משפיע פון ארץ-ישראל הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ציטירט געווארן מיט דראמאטישע שרעקעוודיגע רייד: "מיאוס'קייט, טומאה, די רוח הטומאה, קען מען נישט איינשליסן מיט שלעסער. ווען דאס איז איינגעשפארט אין לעדל בלייבט עס נישט דארט... דאס גייט ארויס פון שיפלאד, ארויס פון דעם שטוב, און פילט אן דעם גאנצן הויז" – ה' ירחם!

די קומענדיגע וואך איז דער זעלבער ארטיקל געדרוקט געווארן אין "דער בלאט" – אין דעם ספעציעלן פארגרעסערטן פסח נומער.

נאך לייענער זענען נתעורר געווארן, אזש ס'האבן זיך געיאוועט עסקנים וואס האבן מחליט געווען אז אזא געוואלדיגע געשיכטע איז דאך א שאד אז ס'זאל נאר געלייענט ווערן דורך די לייענער פון די צייטונגען, און האבן לכבוד שבת פרשת שמיני אפגעדרוקט די מעשה אין א שיינעם גליון און פארשפרייט אין די בתי מדרשים. דעם גליון האט מען אויך געקענט דאונלאדן פון דעם "לדעת" וועבסייט, וואו מ'קען אראפלאדענען אלע וועכנטליכע גליונות.


ווי איר ווייסט שוין אוודאי, איז די גאנצע מעשה נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, דאס איז אלעס אויסגעזויגן געווארן פון מיין פינגער אין א פארזוך צו ווייזן ווי גרינג ס'איז צו דרוקן נארישע און עקסטרעמיסטישע פאלשע מעשיות פאר'ן ציבור. איך האב געהאט אריינגעשיקט די מעשה צו "דער איד" און "דער בלאט" דורך אימעיל, און זיי האבן עס אפגעדרוקט כמעט ווארט ביי ווארט. נישט דער איד און נישט דער בלאט האבן געהאט אפילו איין פראגע וועגן די געשיכטע – זיי האבן ניטאמאל געענטפערט אויף מיין אימעיל. נאכ'ן לייענען די ווילדע געשיכטע וואס שיקט א מעסעדזש אז איינעמ'ס טאכטער האט באקומען לוקימיע ווייל ער האט געהאט געפילטערטן אינטערנעט אונטער שלאס און ריגל נאכ'ן פרעגן אן ערליכן איד, האבן די רעדאקציעס פון די צייטונגען נישט געהאט קיין שום פראבלעם עס אויפצוזעצן אין קאמפיוטער און דרוקן פאר זייערע טויזנטער לייענער.

דאס זעלבע די נאאיווע לייענער וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם איבערצוקייען די מעשה, נאכצוזאגן דעם ווילדן מעסעדזש, אן זיך אפילו אפשטעלן איין רגע און טראכטן: איז נישט דא קיין גבול פאר עקסטרעמיזם? איז נישט דא א גרעניץ ווי ראדיקאל מ'קען גיין ווען מ'וויל מעורר זיין אויף אן ענין?

פון ווען די געשיכטע איז צו ערשט געדרוקט געווארן אין דער איד ביז איך האב מפרסם געווען וואס כ'האב דא אפגעטאן איז דורך עטליכע וואכן. דורכאויס די צייט האבן איך נישט דערציילט פאר קיינעם וואס דא קומט פאר, נאר מיין חבר און איך האב געוואוסט די היסטאריע פון דער געשיכטע. אינצווישן האב איך געהערט מענטשן אין ביהמ"ד נאכדערציילן די מעשה מיט אן ערנסטקייט, און מיין חבר האט געדארפט מיטמאכן א חול-המועד נאכטמאל וואו זיין טאטע האט פארגעלייענט די מעשה פאר דער גאנצער משפחה...

ווען עס איז געקומען די צייט מפרסם צו זיין דעם אמת, האב איך ארויפגעסיינט אויף דעם "קאווע שטיבל" וועבסייט מיט'ן ניק-נאמען "עקספערימענטירער", און דארטן האבן איך דערציילט דברים כהוויתן. וויסנדיג אז מ'וועט מיר נישט גלייבן סתם אזוי, האב איך מגלה געווען אז כ'האב אין דער מעשה אריינגעלייגט א באהאלטענעם מעסעדזש, וואס די אלע וואס האבן געדרוקט די מעשה האבן נישט געקענט זען.

אויב נעמט מען דעם ערשטן אות פון יעדן זאץ דורכאויס די גאנצע מעשה, אנטפלעקט זיך דער פאלגנדער מעסעדזש:

די גאנצע מעשה איז לא דובים ולא יער
אויסגעזויגן פון פינגער
פתי יאמין לכל דבר
אינטרנט הוא כלי מחזיק ברכה למרות מסע האיומים והפחדות
ישמע חכם ויוסף לקח ונבון תחבולות יקנה
תהיה חכם חזק ועצמאי
אמן


ביז מינוטן נאכדעם וואס דער סקאנדאל איז אנטדעקט געווארן אויף קאווע שטיבל האט די חסידישע וועלט אין ניו-יארק אנגעהויבן רוישן. קאמענטארן און רעאקציעס האבן זיך אנגעהויבן גיסן, און מענטשן האבן פארפלייצט דעם וועבסייט אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. דורכאויס די 24 שעה פון ווען כ'האב ארויסגעשטעלט מיין אנטדעקונג האבן א רעקארד פון 5,488 באזונדערע מענטשן באזוכט קאווע שטיבל. עקסטער האט דאס אפגעקלונגען נאנט און ווייט אויף אלע סאציאלע מידיא-קאנאלן, און אפילו אין ישיבות און כוללים זענען ארויסגעדרוקטע בלעטער פון קאווע שטיבל געגאנגען פון האנט צו האנט.

אויף קאווע שטיבל אליין האבן רוב קאמענטירער פארשטאנען מיין כוונה, און האבן שטארק גענומען דעם מוסר השכל. אבער א חלק ניכר האט געהאט פארשידענע טענות, ווי אז דער שפיצל ווייזט גארנישט אויף, און אז איך אליין האב מיט דער געשיכטע געהאט א חלק אין אנשרעקן נאאיווע מענטשן מיט נארישע מעשיות.

אויף דער צווייטער טענה האב איך געענטפערט: "יא, אמת, כ'האב אנגעשראקן מענטשן מיט א פאלשער מעשה, ס'איז אן עוולה. אבער מיר ווערן באמבאדירט מיט אזעלכע פאלשע מעשיות טאג נאך טאג, צי פאר פינאנציעלע סיבות צי אויף צו פראפאגאנדירן יושבי חושך סטאנדארטן. האב איך מחליט געווען דאס צו טאן דאס איינע מאל פאר דעם 'גרעסערן גוטס', צו דעמאנסטרירן און ברענגען צום אויפמערקזאמקייט ווי אזוי מ'קען אין אונזער געזעלשאפט פארקויפן טפשות און נארישקייטן. והחי יתן אל לבו."

די ערשטע טענה אז כ'האב סתם געמאכט א זיסן שפיצל וואס טוט גארנישט און ווייזט גארנישט פארלאנגט א לענגערן ענטפער, בפרט אז כ'וויל אויך ענטפערן די וואס האבן מיך אראפגעמאלן ווי א מאנסטער וואס זוכט פשוט צו פיטערן טריפענע אינטערנעט פאר יעדן, און זוכט קאלט צו מאכן און חוזק מאכן מכל הקודש לנו.

למעשה האט מיין שפיצל אפגעהילכט נאנט און ווייט, און פון דעם אייפער וואס מאנכע האבן גענומען צו אפענטפערן און "אפווענדן" האב איך גענומען א געוואלדיגן חיזוק אז דאס האט אריינגעדרונגען טיף אין הארץ, און טאקע די וואס האבן די מערסטע צו פארלירן פון מיין אויפריכטיגן מעסעדזש פילן זיך דאס מערסטע געטראפן.

אין דער פארזוך אפצושלאגן דעם מעסעדזש, האבן זיך טייל געמוזט באנוצן מיט אקראבאטישע שטרוי-מענער וועלכע האבן פארדרייט מיין כוונה. אבער איך נעם עס ווי א קאמפלימענט אז אנשטאט פירן א פאלעמיק מיט דער סוגיא אויפ'ן טיש, נעמליך די שקרים פון די שרייבערס און די נאאיוויטעט פון די לייענער, האט מען געמוזט אוועקפירן דעם שמועס אין א ריכטונג וואו מ'האט געהאלטן אז דארטן האט מען אן אויבערהאנט.

לאמיר כאפן א קלארערן בליק איבער וואס אונזער טעמע איז.


דער שרייבער-אקטיאר
דאס שרייבן ביים היימישן עולם איז אין די לעצטע צענדליגער יארן אריינגעזינקען אין פאלשקייט אויף א פארנעם וואס איז ווייניג געזען געווארן אמאל, און עקזיסטירט כמעט נישט אין אנדערע געזעלשאפטן. שרייבערס זענען אקטיארן וועלכן שפילן מיט זייערע פענעס אנשטאט מיט זייערע גופים. אין די לעצטע יארן זייט די סגולות-פראפאגאנדע איז זיך צעוואקסן אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, ווערן שרייבערס אנגאזשירט צו אפרעכטן לאנגע עמאציאנעלע געבעקסן פון וואס זיי אליין גלייבן נישט קיין איין ווארט.

די דאזיגע שרייבערס, און די וואס אנגאזשירן זיי, האבן פאר זיך א ציל אפצונארן דעם חרדישן אידנטום בכל מקומות מושבותיהם. זיי ווילן קאנטראלירן און מאניפולירן וואס מיר טראכטן און זאגן, אלץ אז מיר זאלן נישט חלילה קליגער ווערן. זיי ווערן געטריבן דורך געלט און/אדער עקסטרעמיזם, און דער מצב ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג. די אויסגאבעס וועלכע פיטערן אט די שרייבערס זענען אנגעפילט מיט צענדליגע אנאנסן פון די סגולה און אמונה-טפילה אינדוסטריע: תהילים כולל, כולל שומרי החומות, כולל חצות, צאנזער סגולה, חיבת ירושלים, זומער מאנטלען, כשר'ע סעלפאנס, צניעות האטליין, וכו', און שטיצן די ריזיגע קאנספיראציע צו פארקויפן פאר'ן ציבור יעדן שטות און נארישקייט פאר גוט געלט, און בכלל נישט אריינצולאזן שכל'דיגער סקעפטיציזם.

דער המון-עם קען נישט דעם שרייבער-אקטיאר גענוג גוט. ווי מער געבילדעט מ'איז, איז מען אלץ מער באוואוסטזיניג צום פאקט אז שרייבערס קענען מגזם זיין. אבער דער שרייבערישער טאלאנט צו לאכן אונטער די וואנצעס בשעת'ן שפילן מיט געפילן ווי אן אקטיאר איז פארהוילן פון דעם ציבור.

טאקע געווענליך ווען מען ליינט א פראפאגאנדע-ארטיקל איז די נשמה פון דעם שרייבער פארהוילן דורך זיינע אדער אירע אקטיאר-שרייבערישע שטיק. דערפאר האב איך מחליט געווען צו שרייבן אן ארטיקל וואס וועט האבן צוויי שיכטן: דער אויבערפלעכליכער שיכט וועט זיין א טיפישע נארישע מעשה'לע, און דער טיפערער שיכט וועט אויפדעקן די נשמה פון דעם שרייבער. מיין ארטיקל - א בלינדע, העסליכע אטאקע אויף דעם אינטערנעט וואס איז פובליצירט געווארן אין "דער איד" און "דער בלאט" - האט רעפרעזענטירט דעם שרייבער-אקטיאר, וואס פאר עטליכע דאלאר - אדער אנדערע אינטערעסן - שרייבט ער וואס אימער. דער באהאלטענער מעסעדזש איז אן אילוסטראציע פון דעם שרייבער'ס אמת'ע מיינונגען. יא, א שרייבער וואס האלט אז דער אינטערנעט איז א "כלי מחזיק ברכה" קען שרייבן פונקט פארקערט פון זיין מיינונג אויב ער האט אזא אינטערעסע. און דאס איז דער אמת מיט אלע שרייבערס וועלכע שרייבן די ארטיקלען וועלכע פילן אן אונזערע צייטונגען, מאגאזינען און תורה-בלעטער.

דער שרייבער-אקטיאר איז אזוי איינגעריסן ביי אונז, אז אפילו די שרייבערס וואס זענען באוואוסטזיניג צו די פאקטן, קענען זיך שווער ארויסדרייען פון די געוואוינהייט. אפילו איך אליין דארף זיך אמאל מתגבר זיין אויף דער מענטשליכער איינגעבוירענער טבע צו גלייבן אקטיארן - בכתב און בעל פה, און זיך דערמאנען, 'העי, יענער איז נאר א שרייבער-אקטיאר.'

איך קען נישט זאגן מיט א הונדערט-פראצענטיגער זיכערקייט אז יעדע שרעק- און מופתים-מעשה איז פאלש, עס זענען מסתמא דא אמת'ע אויך. אבער איך קען יא זאגן מיט א זיכערקייט פון ערפארונג אז רוב רובם פון די געשיכטעס זענען פאלש, און עס איז נישט דא קיין שום איבערזיכט און קיין שום מהלך נאכצוגיין באהויפטונגען פון די וואס פירן די פראפאגאנדע פאר זייערע אגענדעס.

אנדערש ווי אין כמעט יעדער אנדערער געזעלשאפט אויף דער וועלט, האבן אונזערע פרעסע-לייט קיין שום סטאנדארטן פון אויפריכטיגקייט און אמת. זיי קענען דרוקן יעדן שקר און שטות וואס זיי ווילן, און דארפן נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם - נאר פאר די וועלט-פארזארגער וועלכע פארזיכערן אז מיר גייען נאר אין ריכטונג פון ראדיקאליזם, און קיין אמת און ערליכקייט גייט זיי בכלל נישט אן.

מיין שפיצל קען נישט "אויפווייזן" אז די געשיכטע וואס איר האט פאריגע וואך געלייענט פון "קופת העיר" איז נישט אמת. איך בין נישט דארט געווען ווען די מעשה האט פאסירט אדער ווען דער שרייבער האט עס אויפגעטראכט. אבער מיין שפיצל ווייזט יא אויף די נקודה אז יעדע זאך וואס שטימט מיט די עקסטרעמע אגענדעס קען געדרוקט ווערן אן קיין שום פראבלעם, אפגעזען צי עס האט דאס מינדעסטן שייכות צום אמת.

אויף דעם ארויף האב איך געשריבן אין מיין באהאלטענעם מעסעדזש, "תהיה חכם חזק ועצמאי" - זיי קלוג, שטארק, און זעלבסטשטענדיג. איך פיל אז די ידיעה וואס איך האב געברענגט מיט מיין שפיצל קען העלפן מענטשן צו זיין קליגער, שטערקער און מער זעלבסטשטענדיג. דאס וויסן אז א גוט-געשריבענע מעשה, אפילו מיט דער גושפנקא פון דער אפיציעלער פרעסע און די אפיציעלע מנהיגים און עסקנים, מיינט גארנישט. מ'דארף אליין נוצן דעם אייגענעם שכל און טראכטן: איז דאס אמת? לייגט זיך דאס אויפ'ן שכל? איז דאס די אידישקייט וואס איך וויל פאר מיר און פאר מיינע קינדער? האט דאס א שייכות מיט דער תורה וואס איך האב באקומען פון מיינע עלטערן?


כלי מחזיק ברכה?
טייל פון די וואס האבן האבן פרובירט "אפצופרעגן" מיין מעסעדזש זענען גענוג קלוג צו וויסן אז מיין נקודה איז בכלל נישט געווען "אויפצואווייזן" אז דער אינטערנעט איז א "כלי מחזיק ברכה" - אויף דעם וואלט איך געקענט אויסטראכטן געשיכטעס וועלכע "וואלטן געקענט זיין אמת" ווי מענטשן זענען געראטעוועט געווארן ברוחניות ובגשמיות א דאנק דעם אינטערנעט... זיי האבן זיך בכוונה געוואלט פארהוילן פון דעם פאקט אז די לעקציע וואס איך האב געלערנט דעם ציבור האט ווייניג געהאט מיט דעם אינטערנעט, און מער מיט די פראפאגאנדע-מיטלען פון אונזערע צייטונגען און "עסקנים".

געוויסע האבן געוואלט אויסדרייען מיין מעסעדזש ווי כאילו עס איז געווען צו לאזן הערן אז דער אינטערנעט איז נישט קיין שום סכנה און מ'דארף זיך בכלל נישט היטן דערפון. לאמיך קלאר מאכן אז טראצדעם וואס דער אינטערנעט איז באמת א "כלי מחזיק ברכה", איז ער אבער פונקט ווי רוב אנדערע טעכנאלאגישע ערפינדונגען געשלאגן מיט חסרונות און נסיונות מיט וועלכע מ'דארף זיך ספראווען אויף אן אינטעליגענטן אופן. כ'וועל נישט לייקענען געשיכטעס פון מענטשן וועלכע זענען געשעדיגט געווארן פון אומ'אחריות'דיגן באנוץ פון דעם אינטערנעט פונקט ווי כ'וועל נישט לייקענען אזוינע געשיכטעס איבער דעם באנוץ פון דעם טעלעפאן, קאר און אפילו פערד-און-וואגן. דער אינטערנעט איז א גוטע זאך, עס בארייכערט דאס לעבן אויף פילע אופנים - אבער מ'דארף האבן שכל וויאזוי עס צו נוצן. נאר שכל וויאזוי צו נוצן דעם אינטערנעט האט אבסאלוט זערא מיט דעם שרעק- און טעראר-קאמפיין פון עקסטרעמיסטישע און קורץ-זעענדע רבנים און עסקנים.

איך האב דעם פאזיטיוון אינטערנעט-מעסעדזש אריינגעשווערצט אין מיין ארטיקל אויף ארויסצוהייבן די איראניע אז אין אן ארטיקל וואס רעדט גאר עקסטרעם קעגן דעם אינטערנעט באהאלט זיך א פאזיטיוון מעסעדזש וועגן דעם אינטערנעט. אבער מיין שיטה וועגן דעם אינטערנעט האב איך נישט פרובירט "אויפצואווייזן", און איך ערקלער עס דא נאר וויבאלד מאנכע האבן געמאכט דערפון אן עסק.

מיין מעסעדזש איז נישט געווען אז דער אינטערנעט איז לויטער גוט, נאר אז מיר ווערן געפיטערט א טעגליכע דיעטע פון עקסטרעמע אנטי-אינטערנעט פראפאגאנדע, וואס ווערט געשריבן און פארשפרייט דורך שקרנים און זייפנים, וועמענ'ס ציל איז נאר אונז צו האלטן אין דער טונקל.


עקסטרעמיזם און שקר ווי אן אפיציעלער מהלך
מיין שפיצל האט געוויזן ווי מיר ווערן געפיטערט מיט נארישקייטן אויף א טאג-טעגליכן פארנעם, אזש א בארימטע שרייבערין אין א פאפולערער אויסגאבע האט פארענטפערט די צייטונגען אז זיי האבן נישט געזאלט כאפן אז עפעס איז נישט בסדר מיט מיין געשיכטע, ווייל זיי האבן נישט געזען קיין חילוק צווישן מיין ווילדע אויסגעטראכטע געשיכטע מיט די מעשה'לעך "וואס ווערן לעצטנס אפט פארעפנטליכט, וואו מענטשן נעמען זיך פאר פארשידענע קבלות און זעען פארשידענע ישועות." אט אזוי! דאס איז ממש מיין נקודה.

פאלגנד איז א ציטאט פון [tag]יואליש[/tag], א שרייבער אויף "קאווע שטיבל", רעאגירנדיג צו דער שרייבערין:

    זייט ווען מעג א צייטונג דרוקן א פאלשע מעשה בלויז ווייל די גראמאטיק איז אויסגעהאלטן און דער תוכן שטימט מיט דער אגענדע? די גרעסטע לעקציע איז אז בשעת מיר ערווארטן גוי'אישע צייטונגען צו דרוקן בלויז באשטעטיגטע פאקטן, דולדן מיר מיט א פשטות אז אונזער גאנצע אינפארמאציע-אינדוסטריע איז דיקטירט בלויז דורך אגענדעס. יעדער ווייסט, און איז בכלל נישט אומבאקוועם מיט'ן פאקט, אז אין חסידישער זשורנאליזם עקזיסטירט נישט דער באגריף פון "פעקט-טשעקינג" (נאכגיין פאקטן), עפעס אויף וואס יעדע צייטונג, אפילו די נידריגסטע טאבלאידן, שפענדן שווערע געלטער. יעדער ווייסט, און איז באקוועם מיט'ן פאקט, אז עפעס וואס פאסט נישט אריין אין דער אגענדע און פאסט זיך נישט אריין אינעם ריזן "קאנפירמעישאן בייעס" ווערט נישט געדרוקט. יעדער איז פולקאם באקוועם מיט'ן טאטאל איגנארירן פאקטן און אמת. דער "ניו יארק פאסט" איז הונדערט מאל מער באגלייבט אויף פאקטן ווי "דער איד" און "דער בלאט" בענאזאם. (דאס מיינט נישט אז זיי האבן נישט אגענדעס צו אויפטרייבן סענזאציע, נאר אז מ'קוקט אויף די "פאקטן" וואס זיי באהויפטן, ווארט פאר ווארט, קענען זיך אונזערע צייטונגען צוזאמלייגן פאר זיי.) און דער "ניו יארק פאסט" איז אן אראפגעקוקטער טאבלאיד אין דער וועלט פון זשורנאליזם.

יא, די אויסגאבעס וועלכע סערווירן דעם חלק פון כלל ישראל וואס האט ליב זיך צו גרויסן אז נאר דער אמת איז אים וויכטיג, איז ליידער ווייניגער באגלייבט פון די נידריגסטע און שמוציגסטע צייטונגען אין דער אלגעמיינער גאס.

חוץ די קלארע לעקציעס, אז אונזערע צייטונגען קען מען נישט גלייבן, און ווי גרינג ס'איז צו באקן א מעשה און פארשפרייטן, דארפן מיר לערנען א לעקציע וועגן דער לעצטיגער עקסטרעמיזם וואס רייסט אויס יעדעס ביסל שיינקייט פון אונזער אידישקייט, און ברענגט חורבנות אין אומצאליגע שטיבער.

די מעשה וואס איך האב אויסגעטראכט איז נישט סתם א מעשה וואס איז מעורר וועגן דעם אינטערנעט, נאר פון דער מעשה קומט ארויס אז אפילו איינער איז אן ערליכער איד, ער האט אינטערנעט בהיתר, ער פארשפארט עס מיט קאודס, פילטערס און פיזישע שלעסער, וועט זיין בחור'ל נאך אלץ אפפארן פון אידישן וועג און זיין טאכטער וועט נאך אלץ באשטראפט ווערן מיט לוקימיע! דאס איז דער קראנקער און האר-פון-קאפ-אויפשטעלנדער מעסעדזש פון דער געשיכטע.

פארטיידיגער פון די צייטונגען האבן געזאגט אז מיין געשיכטע איז געווען א "נארמאלע" חיזוק-געשיכטע, און היות עס "וואלט געקענט פאסירן" און עס שטימט מיט דער אנטי-אינטערנעט אידעאלאגיע, האבן די צייטונגען נישט געמוזט נאכגיין דעם אמת פון דער מעשה. אבער טאקע דערפאר האב איך אויסגעטראכט א געשיכטע וואס איז עקסטרעם ביז גאר, און איז דווקא נישט אזא וואס "וואלט געקענט פאסירן." אין מיין געשיכטע איז א משפחה כלומר'שט געשטראפט געווארן פון הימל נאכ'ן האבן אינטערנעט:
1) בלויז פאר פרנסה;
2) מיט דער הסכמה פון אן ערליכן איד;
3) אין א פארשלאסענעם שטוב;
4) פארשפארט אין א לעדל;
5) מיט א פעסווארד;
6) מיט דעם שטרענגסטן פילטער;
7) מיט אן עין-רואה פראגראם.

זאגן די אפאלאגעטיקער, יא, עס שטימט! מיר מעגן און דארפן פראפאגאנדירן אז אזא איינער איז דמו בראשו! מיר מעגן שטיצן דעם געדאנק אז א טאכטער קען געשלאגן ווערן מיט לוקימיע נאכ'ן טאן אלעס אין דער וועלט צו האבן א ריינעם, ערליכן אידישן שטוב, אפילו לויט די שיטות פון אלע רבנים וועלכע פירן א קאמף קעגן דעם אינטערנעט.

און איך פרעג די רעדאקטארן פון די צייטונגען: זענט איר אינגאנצן משוגע? האט איר איין רגע געטראכט וואספארא רשעות דאס איז אנצושרעקן מענטשן מיט אזעלכע צעדרייטע מושגים? אמת, אינטערנעט איז א טשאלענדזש וואס מ'דארף טרעפן עצות דערפאר, אבער דאס גיט אייך א היתר צו טעראריזירן אייערע לייענערס מיט עקסטרעמע פאנטאסטישע געשיכטעס, און צו ווארפן ווילדע שולד-געפילן אויף אומשולדיגע אנשים, נשים וטף וואס טוען אלעס וואס פארלאנגט זיך פון אן ערליכן איד?

וואס נאך האבן די עלטערן אין מיין פיקטיווע געשיכטע געזאלט טאן? וואס אין די וועלט האבן זיי געטאן נישט-ריכטיג? וואס דארף דער לייענער טראכטן נאכ'ן לייענען די מעשה? איז דען נישט אייער אויפגאבע צו געבן עצות ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די פראבלעמען פון דעם דור? זענט איר דא נאר צו נוצן יעדע מעשה'לע וואס קומט אייך אונטער די האנט אויף אנצוזייען פחד און טעראר, אן קיין שום פראקטישן חשבון?

דאס איז נישט קיין פארגלייך צו איינער וואס טראכט אויס א רעאליסטישע געשיכטע וועגן שעדליכע רעזולטאטן א דאנק רויכערן - ווי איינע האט געוואלט טענה'ן - און האט דערפאר נישט געדארפט אלארמירן די רעדאקטארן אז עפעס איז נישט בסדר מיט דער מעשה. עס איז מער ווי איינער זאל אויסטראכטן א געשיכטע ווי רויכערן איין ציגארעטל האט אים געברענגט קענסער, טובערקולאזיס, פאראליז, און אז א קינד זאל אראפ פון דרך. דאס זאל נאך קומען באגלייט מיט א ציטאט פון א בארימטן דאקטאר אז אויפהערן רויכערן היילט פון אלע מחלות, און דאס זאל געדרוקט ווערן אין א צייטונג אנגעגעבן ווי אן אמת'ע געשיכטע.

און ניין, נאכדעם וואס עס וועט נתגלה ווערן אז די מעשה איז געווען אויסגעטראכט וועט דאס נישט "אויפווייזן" אז רויכערן איז בעצם געזונט; איך וואלט ווייטער געגלייבט אז רויכערן איז שעדליך ווייל עס זענען פאראן גענוג וויסנשאפטלער מיט גוטע רעפוטאציעס וועלכע באשטעטיגן דאס. אבער אזא סקאנדאל וואלט יא אויפגעוויזן אז די צייטונג וואס האט געדרוקט די געשיכטע האט נישט קיין שום נאמנות, און קיין שום סטאנדארטן פון אמת און אויפריכטיגקייט. עס וואלט אויך געוויזן אז א געזעלשאפט וואס טאלערירט אזעלכע נארישע געשיכטעס, און זאגאר פארענטפערט דאס דרוקן אזעלכע שקרים, איז ביטער קראנק מיט א שקר-מחלה.

איינמאל מיר ווייסן ווי גרינג עס איז צו דרוקן און פארשפרייטן פראפאגאנדע און שקר, לאמיר זיך א מינוט אפשטעלן און טראכטן: אפילו אויב אינטערנעט זאל טאקע זיין אזוי שוידערליך שעדליך ווי אייער הפחדה-מאטעריאל, וועמען זאל איך גלייבן אז עס איז אזוי? דער איד? דער בלאט? מעלות? גליונות אין די בתי-מדרשים? אויסגאבעס וואס ווייזן און זאגן קלאר אז אויפריכטיגקייט שטייט זיי נישט אין וועג צו אנערקענען אז דרוקן אזא עקסטרעמע געשיכטע איז שקר און רשעות?

די פרשה דעקט אויף אז די רבנים / עסקנים / צייטונג-שרייבער וואס ארבעטן צוזאמען צו מאניפולירן פשוט'ע מענטשן האבן נישט קיין שום חשבון און סטאנדארטן. זיי וועלן אנשרעקן און אנזייען פחד מיט וואספארא געצייגן זיי קענען נאר. דאס ווייזט נאר וויאזוי מיר ווערן געפירט דורך פשוט'ע משוגעים, אן קיין שום געפיל פאר אמת, און אן קיין שום געפיל פון אחריות פאר'ן רבים צו וויסן וואס איז נארמאל, מעסיג, אחריות'דיג, וואס מ'קען מעורר זיין און אויפטאן, און וואס איז ווילד און עקסטרעמיסטיש און מאכט נאר א חורבן.

חז"ל האבן אונז געזאגט "אם אין דעת הבדלה מנין". אנשטאט די "פירער" און מתקני תקנות זאלן זיין מעסיגע, באזעסענע מענטשן וואס ווייסן ווי איין און ווי אויס, וואס קענען טראכטן אין פראקטישע און פראגמאטישע טערמינען, זעען מיר ליידער אזוי אויס, אז א סטראטעגיע צו ראטעווען דעם דור באשטייט פון ווילדע עקסטרעמיסטישע מעשיות און געדאנקען וועלכע ווערן געפיטערט פאר צעשראקענע תמימות'דיגע לייענער.

אנשטאט מ'זאל זיצן בכובד ראש, מ'זאל זיין קוראזשפול צו מאכן שינויים וואס וועלן העלפן פאר דעם עתיד, איז מען נאר פארנומען זיך אריינשטעקן די קעפ אין זאמד, און פירן מיליאן דאלארדיגע קאמפיינס אין אויסגאבעס און סטאדיומס מיט'ן ציל צו ווארפן זאמד אין די אויגן - אבי נישט זיך צו דארפן ספראווען מיט די פראבלעמען מיט איינזעעניש און אחריות.

און דער חורבן איז אז די זעלבע מענטשן וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו גיין עקסטרעם עד הסוף אנצושרעקן פשוט'ע ליינערס מיט ווילדע מעשה'לעך און ארטיקלען, זענען געווענליך פוסטע לצים וועלכע גלייבן אליין נישט וואס זיי שרייבן. אפילו א געשעצטע שרייבערין מיט אן ערנסטער רעפוטאציע, האלט אויך אז המטרה מקדשת את האמצעים, און מ'מעג משנה זיין פון דעם אמת פאר די לייענער. דאס לייענען איר ארטיקל געט דעם איינדרוק אז זי האלט אז אירע ליינערס זענען נישט גענוג קלוג צו כאפן אז זי נעמט זיי אויף א "רייד". זי שרייבט:

    די 'מסע איומים ופחדות' קומט היינט פון עקספערטן אויף אלע געביטן. אינטערנעט ברענגט איינזאמקייט, וואס ברענגט דעפרעסיע, וואס ברענגט אנגסט, וואס ברענגט ספיקות, וואס ברענגען א חורבן אויפ'ן מענטש ברוחניות ובגשמיות, נישט נאר בשעת ער זיצט דערויף, נאר אויף זיין גאנצן לעבן, זיין נפש, זיין מח און כח, זיין פרנסה, זיין שלום בית.

הייסט עס אזוי, די רשעות'דיגע אנשרעק-מיטלען פון געוויסע רבנים און עסקנים (וואס איך האב גערופן "מסע האיומים והפחדות" אין מיין מעסעדזש) איז גאר אין איינקלאנג מיט די דעות פון "עקספערטן אויף אלע געביטן"! פון וועלכע עקספערטן רעדט זי? אין אמעריקע זאגן עקספערטן פון אלע געביטן אז דער אינטערנעט - פונקט ווי פיל אנדערע טעכנאלאגישע ערפינדונגען - פארמאגט טאקע טשאלענדזשעס, אבער אין דער זעלבער צייט איז די שטעלונג פון די פרייע מדינות אין דער וועלט אז דאס האבן צוטריט צום אינטערנעט איז א פונדאמענטאלער מענטשליכער רעכט. אזוי האט דער יו-ען דערקלערט אין 2011, אזוי האט דער אמעריקאנער אויסערן מיניסטער דזשאן קערי געזאגט אין 2014, און א בי-בי-סי אנקעטע פון 2010 האט געוויזן אז כמעט 4 פון יעדע 5 מענטשן ארום דער וועלט האלטן אויך אזוי. עס איז אוניווערסאל אנגענומען ביי עקספערטן אז דער אינטערנעט האט געברענגט א געוואלד מיט ברכה אויף דער וועלט.

דאס מיינט נישט אז דער אינטערנעט האט נישט קיין פראבלעמען. מיט "עקספערטן" מיינט די שרייבערין אוודאי די אלגעמיינע שרייבער וועלכע ברענגען ארויס די חסרונות פון דעם אינטערנעט. נו, אוודאי זענען דא חסרונות, אבער פאר די אלע "עקספערטן אויף אלע געביטן" פאלט נישט איין אין ווילדסטן חלום אז א וועלט אן אינטערנעט וואלט געווען א בעסערער פלאץ, אדער אז מ'דארף אנזייען פחד און אנגסט אויף די וואס באנוצן זיך מיט דעם אינטערנעט אויף א נארמאלן, אחריות'דיגן וועג. פרעזידענט אבאמא האט אין א 2011-רעדע אין מצרים אויך אנערקענט אז דער אינטערנעט קען "אריינברענגען אפענסיווע סעקסואליטעט און זינלאזע געוואלדטאטן אין שטוב," אבער אין דער זעלבער צייט האט ער אויפגעפאדערט אז מצרים מוז מער אינוועסטירן אין דעם אינטערנעט ווייל עס איז גאר וויכטיג פאר וויסנשאפט, אינפארמאציע און ביזנעס.

אויף יעדער טעכנאלאגיע וואס איז פאראן וועט איר טרעפן עקספערטן וועלכע שרייבן ארטיקלען און ביכער ווי שעדליך עס קען זיין. עס זענען אייביג דא עקספערטן וועלכע ברענגען ארויס די שעדליכע צדדים פון נייע טעכנאלאגיעס, אבער הצד השוה שבהן ששמירתן עליך - א מענטש דארף זיין אחריות'דיג אין זיין באנוץ פון טעכנאלאגיע. עס איז שווער צו גלייבן אז די שרייבערין פארשטייט באמת נישט וואס די "עקספערטן" זאגן, נאר ליידער איז דער פאקט אז אפילו א שרייבערין וועלכע איז אין אלגעמיין קליגער, ערליכער און אויפריכטיגער פון רוב אנדערע אקטיארן-שרייבערס, פאלט אויך א קרבן צו די מיסרעפרעזענטאציעס און שקרים וואס זענען אזוי צעשפרייט דורך דעם פראפאגאנדע-מאשין וואס שטעלט אוועק פאליסיס אין אונזער געזעלשאפט.


מיין שקר ווערסוס דעם שקר-מאשין
ווי א שרייבער זעלבסט פארמאג איך אויך זאפאסן פון קראקאדיל טרערן, און מראי-מקומות פאר יעדן צוועק. כ'האב שוין דעמאנסטרירט אז כ'קען אפשרייבן אן ארטיקל וואס צייטונג-רעדאקטארן זאלן אננעמען ווי אמת'ע התעוררות. אז כ'וויל, קען איך אייך איבערצייגן צו שטיצן דעם תהילים-כולל, זיך שמירן מיט כינעזער האניג, און אויסליידיגן אייערע טאשן פאר א ברכה פון סקולענער רבי'ן. איך וואלט דעם דאזיגן ארטיקל געקענט דורכווייקן מיט שרייבערישע טרערן, קרעכצן און ווייטאגן אויף דעם חורבן, אויף דעם דור, אויף די מענטשן, אויף די בעלי עבירה, אויף די צייטונגען, מאגאזינען, באגלייט מיט ציטאטן פון דעם רבי'ן ז"ל'ס שובבי"ם תורה. כ'קען ווען נוצן די אקטיארישע טאקטיקן פון "דער איד" פונקט ווי פון אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס און בלעטלעך און אנשטעלן א פנים ווי דעם באשעפער'ס סניגור אליין. נאר דאס מאל בין איך דא צו רעדן דברים כדרבנות - נישט צו באשאפן דמיונות און אילוזיעס.

איין קאמענטירער האט מיך גערופן א שקרן, און האט רחמנות'דיג צוגעלייגט, "נישט אז קיינער גלייבט אים נישט, נאר אז ער קען קיינעם נישט גלייבן." אמת, איך קען נישט גלייבן די היימישע מידיא-נעצן, די היימישע רבנים און עסקנים, ווייל איך קען צו גוט די אינדוסטריע - כ'ווייס אז אויפריכטיגקייט איז ביי זיי קיין ארטיקל נישט. ביי זיי איז המטרה מקדשת האמצעים, און זיי וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט כדי צו ווייטער שטיצן און פארשפרייטן זייערע אידעאלאגיעס.

עס איז אמת אז ווי א היימישער שרייבער בין איך א שקרן, אבער עס איז דא א חילוק צווישן מיר און אלע אנדערע שרייבער-אקטיארן. איך בין ווי א קונצן-מאכער וואס זאגט פאר יעדן אז ער מאכט פשוט'ע "טריקס", אחיזת עיניים, וואס יעדער קען זיך אויסלערנען, און זוכט נישט צו באהאלטן די מעטאדן וואס ער נוצט פאר זיינע טאלאנטן. אלע אנדערע שקרנים זענען ווי דעם קונצן-מאכער וואס רעדט איין די וועלט אז ער פארמאגט געוואלדיגע הימלישע כוחות וואס מ'קען נישט נאכמאכן מיט גשמיות'דיגע מעטאדן, און איז אקטיוו אז מ'זאל זיך נישט דערוויסן זיינע טאקטיקן. איך בין דא אויפצודעקן די שקר'דיגע שרייבערישע טאקטיקן פאר דער גאנצער וועלט – די אנדערע זענען דא צו פארזיכערן אז דער שקר לעבט ווייטער א חיים טובים אין די בלעטער פון די היימישע אויסגאבעס און אנדערע פראפאגאנדע-קאנאלן.

און אפשר טאקע דערפאר האט די שקר-אינדוסטריע אזא פראבלעם מיט דעם אינטערנעט אפילו אויב מ'נוצט עס אויף אן אחריות'דיגן אופן. כדי ווייטער אנצוגיין מיט דעם גרויסן שקר, כדי ווייטער צו קענען בלאזן הייסע לופט פון די גרויסע פראפאגאנדע-מאשינען, קענען זיי נישט ערלויבן פרייע צוטריט צו א פלאטפארמע וואו זיי האבן נישט קיין שליטה. זיי דארפן טאן אלעס אין די וועלט אז זייערע קרבנות זאלן נישט פארמאגן קיין צוטריט צו אן ארט וואו צוויי-צדדימ'דיגע דעבאטעס קענען פארקומען, און וואו דער אמת ווערט נישט פארגעשריבן לויט ענגע פינאנציעלע אדער אידעאלאגישע אגענדעס.

מיין שפיצל האט געהאט אזא מאסיוון אפקלאנג איבער דער וועלט ווייל עס האט אנגערירט א האקעלע סטרונע. טויזנטער מענטשן האבן זיך אידענטיפיצירט מיט מיין ארגומענט, און וואס א טאג עס גייט פארביי, זעען מער מענטשן איין אז דעם אמת קען מען שנעלער געפונען ביי זיך אין הארץ ווי אין די בלעטער פון אונזער ליטעראטור.


אלזא, וואס יא?
לא זו הדרך, דער מהלך פון טעראריזירן דעם געוויסן איז שקר און רשעות, און פראקטיש גערעדט ארבעט עס נישט. נאך מער, היסטאריש איז דאס א לאטע אויף א לאטע. דער גרעסטער פראבלעם פון דעם אינטערנעט איז אז מ'האט געבויט א געזעלשאפט וואס קען נאר לעבן אין דער פינסטער, דורך באהאלטן אינפארמאציע. וואס זאגט דאס אויף א געזעלשאפט וואס אויב מ'ווערט געוואויר אינפארמאציע וועגן אנדערע מענטשן ברענגט דאס תיכף א קריזיס?

צפון קארעא האט מורא אז אירע מענטשן וועלן געוואויר ווערן עפעס אנדערש, ווייל די דארטיגע רעגירונג ווייסט גאנץ גוט אז זי האט נישט קיין לאגישע ערקלערונגען פארוואס איר סיסטעם איז דער בעסטער סיסטעם אין דער וועלט. דער בעסטער וועג איז אלזא צו בלאקירן דעם אינטערנעט צו פארמיידן אירע בירגער פון בכלל וויסן אז עס איז דא עפעס אנדערש. נישט אז צפון-קארעער ווייסן נישט פון עפעס אנדערש; זיי ווייסן וועגן קאפיטאליזם און אנדערע עקאנאמישע און רעגירונג-סיסטעמען, אבער זיי ווייסן אלעס נאר פון זייער אייגענער רעגירונג'ס פערספעקטיוו. קענען אנדערע סיסטעמען פון דער נאנט, הערן וועגן קאפיטאליסטן פון די קאפיטאליסטן, ברענגט צפון-קארעא פאר א דעבאטע - און א דעבאטע קענען זיי נישט געוואונען.

אונזער געזעלשאפט דארף אויפהערן זיך בויען דורך פארהאקן און דעמאניזירן די גאנצע וועלט, און דארף טרעפן שכל'דיגע סיבות און ארגומענטן פארוואס א מענטש זאלן וועלן זיין א חרדישער איד מרצונו הטוב, אפילו אויב ער זאל וויסן אז עס זענען פאראן אנדערע וועגן. חרדישע אידישקייט דארף קענען געוואונען א דעבאטע.

די טרויעריגע היסטאריע פון בויען בלויז דורך קלאפן אנדערע, און פארמיידן דאס האבן אביעקטיווע אינפארמאציע וועגן אנדערע, גייט שוין צוריק צענדליגער יארן. ווער עס פרובירט צו פארן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג אדער בארא פארק ווען די ישיבות שיקן ארויס זייערע באסעס אפצונעמען אדער אפצוברענגען זייערע תלמידים ותלמידות ווייסט אז דער פארקער איז שרעקליך - ס'איז גאר שווער זיך צו רירן צוליב דער אנשטויסעניש פון אזויפיל באסעס. אבער דאס איז נישט פון היינט.

נאך ארום פערציג יאר צוריק האבן פאראנטווארטליכע עסקנים זיך געכאפט אז די ריבוי הישיבות ברענגט מער און מער באסעס אויף די גאסן, און דאס ברענגט אן א שטארקער טראפיק וואס שטערט אלע איינוואוינער. מ'האט זיך דעמאלט צוזאמענגענומען אויף אן אסיפה פאר אלע אדמיניסטראטארן פון די ישיבות אין בארא פארק צו פרובירן אויסצוארבעטן א פלאן צו פארבעסערן דעם מצב.

דער פלאן וואס איז אויפגעברענגט געווארן אויפ'ן טיש איז געווען אז מ'וועט גרונדן א געמיינזאמע טראנספארטאציע פירמע וואס וועט אפנעמען קינדער פאר אלע מוסדות. פאר יעדע צוויי-דריי גאסן וועט זיין איין באס וואס וועט אפטראגן די קינדער פון די גאסן יעדן צו זיין אדער איר מוסד. דאס וואלט געשניטן דעם סכום פון באסעס וואס וואלטן זיך געדרייט אויף די גאסן אין ווייניגער ווי האלב, און שטארק געלינדערט דעם פראפיק פראבלעם אין שטאט. דאס צו מסדר זיין האט זיך פארלאנגט די קאאפעראציע פון אלע מוסדות אין בארא פארק, בפרט די גרויסע מוסדות.

מ'האט שוין געהאט די קאאפעראציע פון כמעט אלע מוסדות, אבער דא איז געקומען א באמבע פון דעם סאטמארער רעפרעזענטאט ר' בערל פריעדמאן (שפעטער דער ראש הקהל פון סאטמאר בנשיאות האדמו"ר ר' אהרן טייטלבוים) וואס האט אונטערגעברענגט דעם גאנצן פלאן. ר' בערל האט זיך אנגערופן: "אונזערע קינדער וועלן בשום אופן נישט גיין אויף א באס מיט קינדער וואס עסן Wise פאטעיטא טשיפס!" פינטל.

ביז'ן היינטיגן טאג ליידן אידן ביטערער טראפיק אין ברוקלין, ווייל סאטמאר האט געציטערט אז ווען זייערס א תלמיד וועט זען א צווייטן אידיש קינד עסן פאטעיטא טשיפס מיט א הכשר וואס איז נישט מקובל ביי זיי וועט דאס אים שאטן דעם חינוך. הפנים, סאטמאר קען נישט געוואונען די דעבאטע וואס וועט זיך אפשפילן אין קאפ פון א קינד, "יענער אינגל איז דאך א וואויל אידיש קינד, פארוואס טאקע מעג איך נישט עסן די זעלבע פאטעיטא טשיפס ווי אים?"

און ר' בערל פריעדמאן איז אפשר גערעכט געווען. א חינוך וואס איז געבויט נאר אויף האקן אויף יענעם, קען זיך נישט האלטן ווען מען זעט יענעם פון דער נאנט און מ'ווערט געוואויר אז ער איז נישט אזא מאנסטער. א חינוך וואס אינוועסטירט נישט אין זיך אליין, וואס בויעט נישט אויף אירע מתחנכים צו פארשטיין וויאזוי דער חינוך איז בארעכטיגט אין דעם ברייטן בילד פון דער וועלט, קען זיך נישט האלטן אויב דאס מינדעסטע פון דער וועלט דרינגט אריין.

אינטערנעט איז דער היינטיגער 'ווייז' פאטעיטא טשיפס - עס וועט שאטן פאר דעם וואס וואקסט אויף מיט א חינוך וואס באמיט זיך נישט צו געבן ענטפערס איבער זיך אליין, וואס שפירט נישט קיין אחריות זיך צו דעפינירן, זיך מסביר צו זיין. אויב אלעס שטייט גלייך נאר ווילאנג די אויגן זענען פארמאכט, קענט איר זיין זיכער אז ס'איז קיינמאל נישט גראד געשטאנען.

דער טשאלענדזש פון דער אינטערנעט איז געוואנדן צו די וואס זיצן בראש, די וואס זענען מנהיגים, די וואס טראגן דעם אחריות - זיי דארפן זען און פארשטיין אז 'ווייז' פאטעיטא טשיפס איז דא צו בלייבן. אבער אנשטאט די מנהיגים זאלן טראכטן גראד און טיף, נעמען קוראזש און מאכן אן אפשאצונג וואו מיר שטייען, און בויען לויט ווי עס נויטיגט זיך אין די יעצטיגע אומשטענדן, איז פיל גרינגער פאר די "מנהיגים" צו ווארפן דעם טשאלענדזש פאר דעם אומוויסנדן המון עם. "עס מיינט נישט אונז, דער נסיון פונעם אינטערנעט מיינט יאנקל, ברוך און זרח." פשוט'ע מענטשן מיט שוואכע פלייצעס וואס זענען פארנומען יעדן טאג צו מאכן פרנסה און מחנך זיין זייערע קינדער זענען באאויפטראגט צו לייגן לאטעס אויף די פארלאטעוועטע פראבלעמען, ווען די וואס דארפן באמת מאכן א חשבון הנפש זיצן ווייטער אין זייערע פאלאצן און ווערן ארומגעפירט אין זייערע צעבליצלטע יוקאנס.

לאמיר האפן אז זיי וועלן זיך אויפוועקן פון זייער אומגליקליכן שלאף, און וועלן אנפאנגען זען אז דער חינוך פון אונזערע קינדער זאל זיין פארשטענדליך, אמת, שכל'דיג, אזוי אז אביסל געפילטערטע אינטערנעט און אפנקייט זאל דאס נישט אומווארפן פון איין מינוט צום צווייטן. דאס קען נאר געשען דורך אויפהערן שטיצן טפשות, פארמאכטקייט, אויבערפלעכליכקייט, און ראדיקאליזם, און אנפאנגען שעצן חכמה, טאלאנט, און טיפקייט.

רבותי, תהיו חכמים, חזקים ועצמאים - והחי יתן אל לבו.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר