שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:34 pm

אלעס וואס איך עס האט א פארלעסליכע הכשר! אלע מיינע "כלים" -ווי זיי רופן עס - האבן א פארלעסליכע הכשר!
און אלע קארטלעך וואס קומען אריין ביי מיר אין שטוב וועט מוזן היינט אין ווייטער האבן א פארלעסליכע הכשר אויף דעם!

כ'וויל זעהן אויף יעדע איינציגסטע קארטל פונקטליך וועלכע רב האלט אז דעס דארף מיין קליין 4 יעריגע טאכטער זעהן און טראכטן!!

געבן א הכשר אויף "שומרים קארטלך" באופן כללי, איז פונקט ווי געבן א הכשר אויף א רעסטעראנט היינט, אהן האלטן א עינא פקיחא וואס זיי גייען קאכן מארגן. כנלענ"ד פשוט וברור.

הרב ווייסמאנדל טוהט אויך אזוי אויף די אלע עסן הכשרים?? פאלאזט זיך אויף עפעס א משגיח עפ"י השמועה, און לאזט איהם טוהן מה שלבו חפץ? אתמהה.
נעגעל וואסער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 9:38 pm

שטעל דיך פאר אז מיין יונגעלס כתה ו' מלמד שטעלט זיך אויף אין כתה און רופט אויס "טייערע קינדערלאך, ס'דא א געפערליכע פראבלעם וואס הייסט סמארטפאון" און איז זיי מסביר ברחל בתך הקטנה פונקליך וואס דאס איז, און וועלכע געשמאקע עבירות מ'קען אלס טוהן אויף דעם וכו' "גיי זאג דיין טאטע אז ער איז א שייגעץ! גיי זאג דיין מאמע זי איז א שיקסע!" איך קען דיר צוזאגן מיין יונגעל וועט שוין נישט גיין אין דעם חדר.

דאס זעלבע טוען די אלע מוסדות וואס טיילן אדער לאזן טיילן די קארטלעך!

שוין.. גיי איך יעצט זוכן ווי צו פלאצירן מיינע 6 שעפעלעך -שטעמו טעם חטא ע"י השומרים קארטלעך.
נעגעל וואסער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:49 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן דרעק, חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.

דערמאנט מיך עפעס א חתימה דא אין שטיבל
הילד איננו, דער בחור איז שוין ווייטער דא!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14013
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16078 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 10:54 pm

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך המלוכה והממשלה אום מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1159 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:52 pm

כוכב האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט א זון פון ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל און ער זאגט מיר אז זיין טאטע האט נישט געזען די קארטלעך און ער האט געמיינט אז דאס איז א מעסיגע זאך נישט וויסנדיג אז דאס איז א ראדיקאלע אונטערנעמונג פון יחידים. ער האט זיך מיינסטנס פארלאזט אויף אנדערע רבנים וואס שטיצן עס.
ער איז יעצט אין אויסלאנד און ווען ער וועט צוריקקומען וועט ער א בליק טון אויף די השומרים קארטלעך.


א באקאנטע תירוץ פון איהם, איך האב שוין געהאט אמאל מיט איהם אזא מעשה און נאכן צוריק קומען האט ער מיר מודה געווען אז נישט אויף דעם האט ער גע׳חתם׳עט, אבער צוריק ציען.. מאן דכר שמיה.
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3498
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4066 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:56 pm

און נאכדעם איז מען מחויב צו גיין עסען דוקא זיין הכשר וואס אפשר איז אויך געגבען געווארען ע"פ שמיעה. איך ווער אויכעט א בעל מכשיר. איך גיי געבען הכשרים על פי טעימה. און טאמער איך האב הארטבורן מארגען וועל איך זאגען אז איך צו צירוק .
...You can choose to grab a WOLF by the tail, but you'd better have a plan for dealing with the teeth at the other end
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 648
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 753 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:59 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:
הרב ווייסמאנדל טוהט אויך אזוי אויף די אלע עסן הכשרים?? פאלאזט זיך אויף עפעס א משגיח עפ"י השמועה, און לאזט איהם טוהן מה שלבו חפץ? אתמהה.


די קורצע ענטפער איז: יא.

נישט סתם אזוי האבן די פראדוקטן מיט זיין השגחה, נישט קיין נאך הכשר ניטאמאל ou.
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3498
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4066 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:04 am

וזרח השמש האט געשריבן:בילד

איינער גלייבט אז די צעטל איז אמת?
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1116 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך אביסל צימישט » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 12:37 am

moshav zekeinim האט געשריבן:קריכטץ ארויס פון דעם חרדישן דרעק, חרדיזם גייט סייווי אונטערגיין בקרוב. דאס זענען די גסיסה צאנקען פאר עס פארלעשט זיך. זייט נישט פון די לעצטע אפצולאזן חרדיזם.

איך האב אויך געמיינט אז סעגייט זיך טוישען אלע מיינע חבירים זענען מער open minded ווי אמאל מען גייט נישט נאך ווי בלינדע קיען אבער לעצטענס איירבעט איך ווייניגער שעות האב איך צייט ארויס ציגיין פין מיין comfort zone זע איך אז כלל ישראל איז אזוי גרויס אין סאיז דא געניג אין נאך מענטשען וואס רירען זיך נישט אוועק פין חרדיזים סא יא די וועלסט זען מער אין מער מענטשען אוועק גיין פין דרך אבער סאיז דא געניג מענטשען וואס וועלען בלייבען
אביסל צימישט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:10 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:00 pm

אין לאנדאן האט הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער נישט געלאזט טיילען די קארטלעך - ווי אויכעט אין ביידע סאטמארע חיידרס לאזט מען נישט
אוהב ספרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:09 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:אין לאנדאן האט הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער נישט געלאזט טיילען די קארטלעך - ווי אויכעט אין ביידע סאטמארע חיידרס לאזט מען נישט

גערעכט זענען זיי. די עקסטרעמיסטן זאלן אפלאזן אונזערע קינדער. טאליבאן און אייסיס איז נישט אונזער מהלך אין חינוך!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:15 pm

לויט ווי כ'הער אויף עם איז עס נישט מסתבר בכלל. ווי ווייט זיין היסטאריע האט געוויזן איז ער אן עקסטרעמיסט אויכעט. לכאורה וועט ער שרייבן א בריוו לאיסור און דערנאך צוריקצוען א פאר טאג שפעטער, כדרכו בקודש.
נעגעל וואסער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך ביליג » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 11:13 pm

בילד
אייכלערס בארא פארק
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

הודעהדורך חכם עתיק » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 10:42 am

לו יצוייר די קארטלעך לכשעצמם קען מען נאך פארדייען אלץ א שפיל פאר קינדער. אבער ווער זענען די וואס עמפאוערען די קינדער צו געבן דאס פאר עלטערן.
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 193
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 9:56 am

זעענדיג די הצלחה פון די שומרים קארטלעך, האט איינער פון די סאטמארער פארטייען מחליט געווען צו דרוקן אן אייגענע סעריע.
בייגעלייגטע פיילס
Image1469028940.jpg
Image-2050561262.jpg
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:05 am

דער עולם אנע סמארטפאונס גייען ערנסט ליידיג...
אז מ'האט נישט וואס צו טון, דרוקט מען קארטלעך...
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:11 am

די צוויי אפגעפליקטע אויפגעריבענע יונגעלייט וואס זענען געשטאנען היינט ביי די מקוה שרייען מיט באנומענע קולות געב זעקס און זעכציג דאלער פאר די חזרישע קארטלעך וואס לערנט אויס די קינדער בועט צו זיין בכל הקודש לנו, די קליינער מושחת מיט דיינע עקעלדיגע 168 בילד פונעם רבין שליט"א מיט די סטראקעס וואס האט א סמארט פאון (אלץ נקמה פארן הייסן בויקאטירן) גייט אייך צוריק קיין סקווירא די פיפל הגדול, מיר סאטמארע זענען נאך אזוי קלוג צו פארשטיין אז כיון רשות למשחית.. אז א קינד הערט אויף צו רעספעקטן זיין טאטע מאמע איז די גאנצע זאך דערנאך. טראגט אייך אפ פון סאטמאר מיט דיינע צבועותדיגע קארטלעך מיר האבן געהאט א רבין א חכם מחוכם און א גדול בישראל, נישט א פערדל, וואס האט נישט געלאזט פארפירן דעם עולם מיט הרגישים, נישט מיט קיין שייטלען און נישט מיט א שרץ בידו, די זענען די זעלבע צביעות'ניקעס פון איי ועלט וואס מאכן זיך פרום אבער זענען פארפויולט ביזן אפגרונד. און בכלל וואס האט א פארשטינקענער אגודיסט דריסת הרגל אין א סאטמארער שול, מיין רבי זצוק"ל האט בלויז געהאקט קעגן ציונות טאג און נאכט כאטשיק וואס עס איז שוין דאן געווען טעלעווישאנס בכל העולם, ווייל בלויז דאס וועט האלטן דעם דור און אז די פארשטייסט נישט דאס ענין פארשטייסטו נישט און בדרך אגב דא איז נישט צעהלים אויך נישט, מיט דיינע צעלימע רבס שקרים. .

דער הייליגער נועם אלימלך ברענגט די וואך אז בלויז מיט די מצוה פון כבוד אב ואם אליינס וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון דעם גלות עיין שם. קומען די געלע ערב רב רח"ל און זאגן פונקט פארקערט. עפרא לפומיהן. קפ
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 747 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:24 am

איך אויך האט געשריבן: ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5024
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6043 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2219 מאל

הודעהדורך shem-tov » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 11:30 am

איך אויך האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן: ווען איר ווייסט פון ווי דער ווארט פיפל שטאמט וואלט איר עס מן הסתם נישט גענוצט.



גראדע דאס ווארט פיפל שטאמט אבסולוטלי נישט פון דארט
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 772
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 747 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:44 am

בשורה טובה תדשן עצם! (@שמעקעדיג אלערט)

איך האב יעצט געהערט א מעשה, איך ווייס נישט איהר קראנטקייט, און דער עולם ווערט געבעטען מיטצוטיילען זייער אינפארמאציע.
יענער וואך האט פאסירט א גאר זעלטענע פאסירונג אין מאנסי נ.י.; מוסדות סקווער האבען געמאכט א דינער, נישט פאר געלט און נישט פאר כבוד, פארשטייט זיך, נאר פאר חיזוק פאר די געטרייע מנהלים ומנהיגים וואס טראגען דער רבינ'ס לאסט פון מחנך זיין דער קומעדיגע דור און דערמיט ראטעווען די אומשולדיגע שעף פון די געפארפולע השפעה פון די עלטערען. געברענגט האט מען א גאסט רעדנער, פון ווייט אוועק אונטער די הרי חשך, וואס גייט זאגען פערעל ווערטער אשר לא שמעתם האוזן מאז היתה ישראל לגוי, און אזוי אויפהאלטען דער עולם און זיי מהנה זיין מיט רוחניות'דיגע (דגש אויף די ערשטע דריי אותיות, עי' ערך ובלכתך בדרך טעיפ קא.). מיט פרייליכע הערצער און א רואיגער מוט זענען די משתתפי הדינער געזעצען פארגאפט ווי דער פלוידערער האט געגרעפסט זיין בויכווייטאג פון די לעצטע פאר טעג (פרעג נאר נישט וואס זיין ווייב גרייט איהם אלס צו פאר וועטשערע די וואך פאר א גרויסע רעדע), ביז ער איז אנגעקומען צו גאר א נייעם טעמע, א פרישע נושא וואס ער האט אליינס ערפינדען בזכות אבותיו ורבותיו הקדושים. דאס איז די כלים מכלים שונים, די טמא'נעם (וועלכע טומאה? מדרס? מ'זאגט טאקע צו זיי עמוד ונעשה מלאכתינו? וצ"ע) אינטרנט וכו'. אין מיט'ן האט ער אויסגערימט די נייע געבענטשטע ערשיינונג פון שומרים קארטלעך וואס מ'גיבט פאר די קינדער וואס מיט דעם וועט געלונגען אפצושטעלען די נגע באצייטענס, און דער נעקסטע דור וועט זיין נקי מחשש סמארטפאון ופרנסה, און בלתי לה' לבדו וועט הערשען אין אלע געסער (יעצט זינגט'ס 'לעבעדיג יענק'ל, לעבעדיג יענק'ל, לעבעדיג יענק'ל'). פלוצלונג האט דער גע'ערטע מנהל פון די חדר (ויש גורסים אז עס איז געווען א זוהן פון דער רבי'ן זז"ג אליינס) אויפגעהויבען א האנט אפצושטעלען דער רעדענער, אז ער זאל נישט רעדען פון דעם. ב"ה דער פלאפעלער האט געטראפען באפרקסתו נאך פראסקעס מיטצוטיילען דער עולם, און דער דרשה איז ווייטער געפארען על מי מנוחות ביז צו זיין פריצייטיגע ענדע בערך א שעה מיט דריי פערטעל נאכ'ן אנהייבען. דערנאך האט דער מנהל געגעבען דער נוהם בחסד עליון צו פארשטייען אז מ'האלט שוין נישט פון שומרים קארטלעך, ס'איז שוין קעגען דער סטייל און די הויפטקווארטיר האט געבעטען מ'זאל נישט רעדען פון דעם.

קיינער האט נישט קיין הו"א אז א פאס שכל האט זיך פלוצלונג אויסגעגאסען אויף סקווער, און דער מנהל האט נישט געהאט קין וויזיט פון אליהו הנביא איהם אויפצוקלערען צו וואס. נאר וואס דען? סקווער האט איין חכמה, איין כשרון עטוואס מער ווי א צווייטען. זיי קענען שמעקען דער ווינט פון די חרדישע ציבור. זאכען וואס זענען נאך נישט אריין ביים ציבור, אבער דער ציבור וועט עס קענען דערהייבען, הייבען זיך אן ביי זיי. די ערשטע חסידישע כוללים האבען זיי געמאכט, זיי גייען פאראויס אין תקנות און פארטיי משוגעת'ן, קומען אין א שטאט און קערען וועלטען. זיי קענען איינזע'ען וואס פאר א נערישקייט קומט נעקסט און זיך אריינטינקען דערין. אז זיי זע'ען איין אז שומרים קארטלעך איז נישט קיין נושא צו רעדען דערפון ברבים, הייסט'ס אז עפעס איז אריין ביי מענטשען אין געוויסען אז די פרומערע צד איז קעגען שומרים קארטלעך. דער צוקונפט באלאנגט נישט צו טויבער מיט ראבינאוויטש, נאר צו אנדערע.

דאס איז אלס טאמער די מעשה איז אמת. קען זיין ס'איז אינגאנצען נישט געשען, קען זיין אז ס'איז געשען אויף גאר אן אנדערען אופן. אפשר האלטען זיי אז שומרים קארטלעך זענען צו פארעוו און ר' חיים קניבסקי וואלט געדארפט ארויסנעמען א מעסער אויפ'ן פלאץ און דעווארגען דער בעל האייפון וואס האט איהם געבעטען א ברכה פאר זיין קראנקע ווייב. אפשר וואלטען זיי געדארפט מאלען דער טאטע מיט דער סמארטפאון נאקעטעהייט אויף אלע פיהר, אפשר וואלטען זיי געדארפט אנטוהן דער בעל האייפון נאצי מונדירען (אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר, ווער ווייסט וואס פאר א עצות זיי קענען נאך באקומען פון מיר), ס'קען אלס זיין. אבער טאמער ס'איז ווי איך האב געהערט, איז עס א געבענטשע ערשיינונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:12 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:49 am

גראדע איז 'עמוד ונעשה מלאכתינו' א גוטע הגדרה פאר די כלים. "שטעל דיך אפ (פון בטל'ן די צייט), און גיי ארבעט"
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2085
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך ביליג » דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:56 am

בילד
ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:32 am

וויזשניץ הייסט שוין לאנג דאקעגען.

בערעל טויבער האט עפעס אנדעריש אחוץ שומרים קארטלעך? ווען מ׳רופט איהם צו רעדען, האט מען א הו"א אז ס׳איז געווען פאר עפעס אנדעריש?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

הודעהדורך ביליג » דינסטאג יאנואר 24, 2017 4:52 pm

ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 523
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יאנואר 30, 2017 12:52 am

ווער איז גרייט באמת צו לייגען שומרים קארטלעך אין דער ערד?

לאמיר דריקען אייגענע שומרים קארטלעך און אויסטיילן בחינם, אזוי וועלען זיך אויסמישן אונזערע מיט זייערע מיט מיקסד מעססעדעזעס.

די נייע שומרים קארטלעך זאלען ענטהאלטן ליצנות פין רבי'ס און יוקאנס, ארויסברענגען די פויערישקייט פין האבען א יוקאן צו א לעקסאס, ווי אויך אפחוזק'ן פין מענטשן וואס פילען פאר וויכטיג צו עסען זופ און זילבערנע טעלערס.

ווי אויך קען עס אנטהאלטן בילדער פין חסידישע אידען מיט שטיוול וואס צינדען אונטער הייזער, און רויטע בערד בחורים וואס ווארפען ארויס אידען פין בעסמעדרעש.

דעמאלס, וועלען רבי'ס זיך צוזאמען נעמען און מאכען א איסור גורף אויף אלע שומרים קארטלעך, וישתקע הדבר.
אישתישבי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 186
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט