הושענה כנה משוררת ויושע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

הושענה כנה משוררת ויושע

שליחה דורך moshav zekeinim »

יעצט פאר סוכות, דער יו"ט פון גוט מוטיגקייט און משפחה׳ישע פארברענגען, א צייט ווען עס הערשט א אחדות צווישן אידישע ברודער, און אלע צרות ישראל ווערן ווי איינגעשלינגען אין די גרינס פון די דופטיגע סכך און ד׳ מינים, מען לאנדעט עפעס אין א גן עדן וואס הייסט סוכות. אלע אידן ווערן פלוצים באטראכט ווי ליבליכע גוטמוטיגע ברודער.

איך וואלט נישט געוואלט צושטערן דאס ריינע געפיל, דער חדוה ואהבה. רעדט מען ווען פון צרות הטבע וואלט איך געזאגט נו, איין מאל א יאר מעג דער חג הטבע מאכן פארגעסן די צרות הטבע. אבער אז עס האנדלט זיך פון צרות וועלעכע ווערן אנגעווערטשאפט דורך טאקע אט די אפעציעלע ליבליכע ברודער וועלעכע לויפן ארום בשמחה של מצווה בודק זיין זייער אתרוג, בויען דעם סוכה, איז נישט מן היושר אז עס זאל פארגעסן ווערן. פון די טבע פאדערט מען נישט קיין גערעכטיגקייט, אבער פון מענטשן בעלי דעת יא.

מיר דארפן אין באטראכט נעמען, מיט וועלעכע סארט מענטשן פרייען זיך מיר ארום די בלעטער?! זענען טאקע די אלע בלעטער זיכערס אזעלעכע גוטסהייטיגע מענטשן? זיי שמייכלען, זאגן אויפגעלייגטע ערב סוכות ווערטלעך און אויסדרוקן, אוודאי, זיי גייען אהיים צו האניג קוכן מיט טשיקן זופ און א ווייב און געזינדל, ערקאנדישן מיט ספרי פנינים לסוכות. אבער וויפיל פון זיי האבן אנדערן׳ס משפחות געלייגט צוגרינד? וויפיל שנאה און האס צווישן מענטשהייט האבן אט די איינגענעמע מענטשן פארשפרייט. זאל מען עס יעצט בעידן חדותא פארגעסן? אבער פארוואס? אז צוליב די מענטשן זיצן עלטערן אפגעריסן פון זייערע טייערסטע, אדער ראנגלען זיך מיט ביטער ווי דער טויט שלום בית פראבלעמען, צוליב זיי זענען לעבן׳ס אין געזונט פארשניטן געווארן פון צער ועגמת נפש?! וויפיל אידן קענען קיין ארבע מינים מער נישט אנקוקן מגודל הכאב פון זיך דערמאנען וואס זיי האבן פארלוירן, אנגעווערטשאפט מיט רמה און הפקרות דורך אט די שמייליגע אתרוג האנטערס וועלעכע זענען במשך'ן יאר מענטשן האנטערס.

ניין, לאזט נישט דעם ליבליכן אתרוג הדומה ללב, שלום מאכן מיט אזעלעכע וואס האבן ארויס געשניטן דעם אתרוג, דער הארץ, פון אזויפיל משפחות, אזעלעכע וואס האבן די ריח פון הדסים פארוואנדלט און שטעכיגע שפיזן.

האלטנדיג דאס באצויבערנסטע און ליבליכסטע אין די הענט, געדענקען מיר צושרייען פאר כנות און גערעכטיגקייט.

הושענה כנה משוררת ויושע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר