א סוף צו די בחור'ישע קנעכטשאפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

א סוף צו די בחור'ישע קנעכטשאפט

שליחה דורך שמעלקא'לע »

[center][justify]שלום עליכם טייערע ברודער, קאווע טרינקער. דאס איז א ווינקל ווי מיר וועלן אויסלופטערן אקטועלע טעמעס וואס איז נוגע יעדן פון אונז און טוט אונז אפעקטירן אינעם טאג-טעגליכן לעבן, מיר וועלן אויפשטורעמען יעדן ביזן טיפסטן הארץ-סטורנע, ערוועקן ציפעדיגסטע געפילן, און אויפווייזן אז זאכן דארפן געטון ווערן.

בחור'ל! יא! דו דארטן! שלעפ מיר אריין דעם באקס סעלצער...
זיי אזוי גוט! ברענג מיר א קאווע! שטארק הייס! צוויי קאצקא...
טוה א טובה שפרייט אויס אויף די אלע טישן די צעטלעך...
איך וויל דיר נישט מטריח זיין אבער גיב א טראג ארויף די בעג צום דריטן שטאק...
האלא! דו! האלט מיר דעם טלית, כ'קום שוין ארויס...


ולאידך גיסא:
בחורים נישט ערלויבט צו קומען צום דינער...
א בחור האט נישט קיין דריסת הרגל צום מלוה דמלכה...
דו דארטן! טרעט נישט אריין אין קאך! נאר טאטעס מעגן...
בחורים קענען נישט זיצן דא, גייטס אויף די פארענטשעס....
דו רוקסט אפ פון דאנעט, דו קליינער חצוף...
בחורים האבן נישט קיין פלאץ, פוץ אפ דו זכר...
דו יונג! דו עזות פנים! כ'וועל זאגן דיין פאטער זאל דיך אויפפאטשן...


מורי ורבותי, מיר זענען טרויעריגע עדות צו א ביטערן מציאות. די חשוב'ע טייערע בחורים, וועלכע זיצן און לערנען, הארעווען אינעם אויבערשטנס תורה, צוקונפטיגער לגיון של מלך מלכי המלכים אויפבויענדיג בתים נאמנים בישראל, זענען טאג-טעגליך מינוט-מינוטליך אויסגעשטעלט פארוואנדלט צו ווערן צו א פולשטענדיגע שקלאף, צו דינען און אויספירן די מאדנסטע קאפריזן פון סיי וועמען מיר וועלן נאר אנטרעפן אין גאס, ביהמ"ד, ביים טיש, און ווי נישט...

ווער עס פארמאגט נאר שבת א שטריימל אויפן קאפ, האט שוין די אויסשליסליכע רעכטן אויף א יעדן בחור וואס קומט אים צווישן די הענט. ווען דא וואלט זיך געענדיגט די מעשה וואלט גוט געווען, די פראבלעם איז נאר אז יעדער יונגערמאנטשיקל אין ביהמ"ד פון די שבע ברכות ולמעלין בקודש, און ווי עלטער אלס געזונטער און האסטיגער, פילט זיך גאר באקוועם אן די מינדעסטע געוויסנביסן, צו נעמען א יעדן פארבייגייענדן אומשולדיגן צענערלינג, און אים פשוט טראנספארמירן אין זיין פערזענליכן חפצא, טוה מיר, גיי מיר, ברענג מיר, טראג מיר, שיק מיר און קער דיר איבער, און אלעס גייט נאך מיט אזא "האלא דו דארטן" אדער טיילמאל מיט "איך וויל דיר נישט מטריח זיין" אבער טאנץ אראפ פון דאך... אהובי ידידי אפשר ווילסטו אים יא מטריח זיין און דו לאזט אים אפ? ווער האט באשלאסן אז א ישיבה בחור איז אן עבד עברי צו א יעדן מיטליעריגן איד?! ווי שטייט דאס?! און ווער איז דאס מתיר?!

און פון די אנדערע זייט ווערן בחורים אראפגעמאלן ווי אומגעפארטיגטע פראדוקטן און אומצוויליזירטע ברואים. די פינסטערע בליק אין די אויגן ביי אלע ווען א בחור גייט אדורך, ווי צו זאגן נעם שוין און גיי שוין, אבער גיי!! די זלזול'דיגע פארוואורפן פאר די בחורים, וואס הערן זיך כסדר ווי ווען און וויאזוי אימער, אומאיינטריט ביי מעמדים און כינוסיים, דאס איז עפעס מן הנימוס? דאס שטאמט פון מענטשליכע אינסטינקטן? פון איבעראל שטויסט מען זיי ארויס ווי נבילות סרוחות, אבער ווען מער דארף זיי האבן ניצט מען זיי אויס ביז צום לעצטן טראפן בלוט.

זענען זיי דען באשאפן געווארן צו זיין עבדים כנענים, גענצליכע שקלאפן מיט איבערמענטשליכע כוחות אן די מינימאלסטע באדינגונגען [עפ"ל] אז ווען א זיידע טראכט פון האבן א קאווע, אדער קלערט פון גיבן א באקס (פאנטש בלע"ז) אדער האט אינזין צו דערלאנגען א שטויס פאר איימיצן, זאל זיין גלייך איינער פאר דעם געברויך, און ער מעג ווייל ער קען זיין טאטעס ערשטע נאמען, כא! כא! ער איז נאך געווען זיין רבי! במילא וועגן דעם פירט איר זיך אזוי אויף? אביסל בושה! איר פארשעמט די זקני העדה איר דארפט ווען זיין א מוסטער פון אשרי זקנותינו שלא בייישה את ילדותינו, און נישט זיין פארנומען ארומצוגיין געבן זעצעס פאר אלע יונגווארג.

כ'וועל נישט לייקענען, בחורים ווייסן זייער גוט וויאזוי אנצוקומען פונקט ווען מ'ברויך זיי נישט, און רואיג שפאצירן אויף די נערוון און קריכן אויף די געהירן אז ס'ממש א פחד. הונדערט פראצענט אמת, אבער צו איז דען די חתונה זאל א שפיטאל? דער חתן רבי א פסיכילאג? און די כוס וויין אינעם יחוד שטיבל א מעדעצין? כ'מיין וואס?

און ווער קען נישט הונדערטער נארמאלע באזעסענע בחורים, וועלכע זענען מקדש שם שמים מסוף העולם ועד סופו מיט זייער איידעלע באנעמונג און ערליכע התנהגות אשר כל רואיהם יכירו וידעו כי זרע ברך ה' המה, במילא האט נישט קיין שום פשט אראפצוגעבן דעם 'בחור' ווי א אוממענטש, ווייל עס האט מיט די יארן נישט קיין שייכות, ווער ס'נעבעך אזוי בלייבט אזוי נאך די חתונה אויך! חוץ פארשטייט זיך אויב מ'גייט פאר העלפ.


איז אלע חשוב'ע אידן, אנערקענטע מרביצי תורה און אהערגעשטעלטע בעלי בתים און וויכטיג מאכערישע עסקנים:
"לאזט דעם בחורישן עלעמענט לעבן"!!
ער האט אייך קיינמאל קיין שלעכטס געטאן, ניטאמאל געקרומט מיט די נאז אויף אייך (און אויב יא ביטע רעכנט אייך אפ פערזענליך מיט אים און טשעפעט נישט צוליב דעם יעדן בחור וואס איר טרעפט). ער איז נישט קיין בהמה, ער איז דירעקט נישט דא אייך צו באדינען, און ער איז נישט אינטערעסירט אין אייערע הויכע קאמפלימענטן רויט-מאכנדיג זיין אומשולדיגן געזיכט, ער וויל לעבן זיין לעבן אן קיינע אינצידענטן, און אויב ווילט איר אים שטארק מחנך זיין ער זאל זיין א בעל דרך ארץ און זיך אויסלערנען אז מ'דארף זיך אויפפירן איידל צו עלטערע אידן, זייט אזוי גוט און מענטשלט אייך אויס, אויטאמאטיש גייען די יונגע זען נארמאלע עלטערע מענטשן, וועלן זיי זיך אפלערנען פון אייך און אויך רעספעקטירן נארמאלקייט און אנשטענדיגקייט.

און אויב ווילט איר פשוט מזכה זיין מיט א מצוה אנצוגרייטן טועמי', קידוש, אא"וו, איז דער בחור נישט די איינציגסטע אפציע. נעמט אויכעט אייערע חברים, יונגעלייט מיין איך זענען זייער אחריות'דיג און פאראנטווארטליך און וועלן גערן טון די טובה פאר אייך פאר שיין באצאלט!!

אה, איר זוכט אומזיסטע ארבעטער! דאן קענט איר נעמען אייערע קינדער. בחורים זענען נישט קיין גמ"ח וואס ווען מ'וויל נעמט מען זיי ארויס און ווען נישט לאזט מען זיי דארט. זיי זענען ערנסטע באשעפענישן מיט א ציל, האבן פונקט אזוי הוצאות, אויך געבוקט מיט א סקעזשועל, האבן אויך נישט איבריג צייט און זענען אויך ביזי! פרובירט איינמאל צו נעמען יונגעלייט פאר א מנין ביים ציון זאגן צען קאפיטלעך תהלים, משניות, א קדיש, און דערנאך א... קלינגעדיגע שכח, און קוקט די רעאקציעס! פארוואס פארשטייט מען פשוט אז א בחור איז פאר אייערע אינטערעסן און מוז זיך צושטעלן צו אייך?

אין קורצן: העכסט צייט אז די גמ"ח בחורים זאל ווערן אפגעשפארט!! געענדיגט מיט די טעראריזם, דיסקרימינאציע, אויספיינונגען, דערנידעריי.

לעבן זאלן די מענטשליכע געפילן, לעבן זאל גלייכבארעכטיגונג, יוסטיץ און דעמאקראטיע!!![/justify][/center]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר