א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:17 pm

אברמי איז געווען א נאנטע חבר מיינע. אברמי איז געווען א פיינע איידעלע יונגל מיט א געוואלדיגע התמדה און אומשאצבארע כשרונות. אברמי איז געווען א געשמאקע לעבעדיגע יונגל מיט וועמען מ'האט געאמפערט זיך צו חבר'ן און שפילן. אברמי האט אויפגעלאכטן און אויפגעלעבט א צימער אין וועלכע ער האט נאר אריינגעטרעטן. איך שרייב אז אברמי איז "געווען", ווייל אברמי איז שוין ליידער מער נישט דא. אברמי איז צו אונזער ווייטאג אוועקגעריסן געווארן פון אונז צוויי מאל, איין מאל אין כתה ט' און נאך אמאל ביי די ניינצן יאר.

לאמיר אייך דא מיטטיילן דברים כהווייתן.

אזויווי איך האב שוין געשריבן, אברמי איז געווען אן אויסערגעווענטליך קינד מיט שטארקע כשרונות, באליבט ביי אלע זיינע מלמדים און חברים. ווען מען פרעגט ווען איינעם דעמאלטס וויאזוי אברמי'ס לעבן וועט אויסזעהן אין די צוקונפט, וואלט מען אייך געענטפערט אז ער וועט זיין אדער א מגי"ש אין א ישיבה גדולה, אדער גאר א ראש ישיבה, און אויב עס וועט אים זיין באשערט אריינצוגיין אין מסחר וועט אים די הצלחה זיכער שיינען.

ער איז געווען דער בעסטע קינד אין קלאס. ער האט אבער אויך געהאט די כאראקטאר צו קענען פון צייט צו צייט אונטערדרייען עפעס א גוט שטיקל. ער האט געהארעוועט בשעת די סדרים ווי אויך ביינאכט און שבת קודש מיט א התמדה רבה, אבער ביי לאנטש און ביי ריסעס האט ער געהאצקעט ווי די בעסטע פון אונז. ער האט באקומען א הונדערט אויף א יעדע בחינה, געקענט פערפעקט ביי א יעדע פארהער, געווען אלעמאל באצייטענס און ער איז אויך געווען די בעסטע ביי ספארטס, גלחים און ביי קאפס-ענד-ראבערס.

אברמי איז געווען א גאר פרייליכע קינד, אלעמאל האט ער געהאט א לכה"פ א שמייכל אויפן פנים און א לאך אויף די ליפן. דאס איז טראץ דעם וואס ער האט נישט געהאט די גרינגסטע לעבן. איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער זיין משפחה איז נישט געווען פון די רייכסטע, ווייט פון דעם, אויך נישט פון די מכובד'יגסטע (רייך מיט כבוד גייט דאך צוזאמען). זיי האבן געוואוינט אין א ביליגע גוי'אישע געגנט ווייט ארויס פון די היימישע געגנט. אבער דאס האט נישט געהאט קיין שום השפעה אויף זיין אנגעזעענקייט אין די כתה. צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות איז ער געווען פאררעכנט פון די פירער פון די קלאס.

אלעס איז פיין געפארן מיט אברמי, עס האט אים געווארט א גלענצענדע צוקונפט ברוחניות ובגשמיות. עס האט אים ערווארטעט גרינגע ישיבה יארן, א שיינע שידוך, און לכאורה אויך א פיינע פראדוקטיווע לעבן ברענגנדיג א משפחה מיט קינדער און מן הסתם אייניקלעך כיוצא בו. יא, אלעס איז פיין געפארן ביז....
ביז כתה ט'!

אין כתה ט' איז אונזער קלאס אריין צו א מלמד, א איד א גרויסע תלמיד חכם, אן אמת'ע ערליכע איד אבער א שרעקליכע טשעפעניאק און א גרויסע שלעגער. דער מלמד איז געווען א געשמאקע מלמד, ער האט זיך כסדר געוויצלט אין זיין קלאס און די קינדער האבן אסאך געלעאכט און געהאט fun. דאס איז אויסער אויב דו ביסט געווען unfortunate צו זיין פון זיינע צוויי דריי יערליכע קרבנות. א יעדעס יאר האט דער מלמד זיך געכאפט א צוויי דריי קינדער וועם ער איז דערגאנגן די יארן עד דכדוכו של נפש, גערודפ'ט, חוזק געמאכט און געשלאגן מכות אן קיין רחמנות.

דאס יאר איז אברמי געווען זיין קרבן, אבער נישט סתם א קרבן, נאר א קרבן עולה כליל תקטר.

וועט איר זיך דאך אוודאי וואונדערן וואס איז שייך צו טשעפענען און חוזק מאכן פון אברמי? ער איז דאך אזא געשמאקע לעבעדיגע קינד, ער קען גוט לערנען, ער איז א מתמיד און א אהוב לכל. וואס איז שוין דא צו רודפ'ן אזא קינד? דער ענטפער איז אז אברמי האט געהאט אביסל א פאני קוויטשעדיגע קול. מיר זענען שוין אלע געווען צוגעוואוינט דערצו פון אלס קליינע קינדער און מיר האבן עס כמעט נישט באמערקט. אמאל אמאל האט א קינד געקענט פאר א וויץ עס נאכמאכן, אבער עס איז געמאכט געווארן אויף א פריינטליכע אופן (וואס איז אויך נישט ריכטיג).

דער מלמד האט כמעט פון די ערשטע טאג אנגעהויבן צו נאכמאכן אברמי'ס שטימע אין קלאס און חוזק מאכן דערפון. פארשטייט זיך אז די קינדער האבן געוואלט געפעלן דעם רבי, האבן זיי מיטגעלאכט מיט די וויץ, און אברמי אליינס האט אויך מיטגעלאכט. וואס דען זאל ער טון? עס פאסט דאך נישט אז א קינד זאל וויינען. און ער האט גוט געוואוסט אז אויב ער וויינט, וועט ער סך הכל געבן פאר די רבי נאך עפעס צו שפעטן פון אים.

דאס איז אזוי אנגעגאנגן א גאנצע יאר כמעט אן אויפהער. אברמי, זייענדיג די ציל-ברעט פון חוזק וליצנות האט אנגעהויבן צו שפילן די clown ראלע וואס זיין רבי האט אים געגעבן, ער פלעגט אליינס שפעטן פון זיין קול און מאכן מאדנע קוויטשעדיגע קולות סיי ביי הפסקה און אמאל אינמיטן קלאס. ווען ער האט דאס געטון האט די רבי אים גלייך מעניש געווען, צומאל מיט מכות אכזריות. וואס הייסט? א רבי מעג מאכן א וויץ, א קינד טאר נישט.

די אלע רדיפות האבן נישט אפגעשטעלט אברמי'ס התמדה און געשמאקקייט, און ביים סוף פון כתה ט', ביי די יונגע בליענדע עלטער פון דרייצן יאר, האט זיך אברמי פארהערט גאנץ מסכת גיטין (האלב דערפון מיט תוספות) בע"פ ישר והפוך, און מען האט אים נישט געקענט כאפן ביי איין טעות. דער פארהער איז פארגעקומען בפני קהל ועדה, די מנהלים ומלמדים און קינדער פון די חדר זענען אלע געזעצן דארט מיט אפענע מיילער, און נישט געקענט גלייבן וואס זיי זעען און הערן.

אבער ביי סוף פון כתה ט' האט מען שוין אנגעהויבן דערקענען עפעס אן ענדערונג אין אברמי.

אברמי איז שוין געווען דער clown, אברמי מיט די פאני שטימע. אברמי האט זיך נאריש געמאכט אסאך. ביים סוף פונעם יאר,פון איין טאג צום אנדערע, האט זיך אברמי'ס שטימע געטוישט צו אן ערוואקסענע גראבע שטימע. די קאנטראסט פונעם טויש פון קוויטשעדיגס צו א גראבע באסס האט נאר געגעבן נאך שטאפיר פארן מלמד חוזק צו מאכן פון אברמי. דער מלמד האט אויך געשפעט פון אברמי'ס עלטערנס פרנסה, וואס איז נישט געווען בדרך כבוד לויט די קאמיוניטי'ס סטאנדארטן.

די קינדער פון די כיתה האבן שוין דעמאלס אנגעמערקט אז עפעס גייט פאר מיט אברמי, עפעס דראסטיש געשעהט צו אים און מיר האבן אלע דעמאלס פארשטאנען אז עס איז א דירעקטע תוצאה פון דער חשוב'ער מלמד'ס רדיפות.

די שטארקע תוצאות האבן זיך אבער הערשט ארויסגעוויזן דעם קומענדע יאר ווען מ'איז אריבער צו ישיבה קטנה. אברמי איז געווארן א צוריקגעצויגענע בחור, ער איז שוין נישט געווען די בעסטע פון די קלאס. ער פלעגט נאך ווערטלן פון צייט צו צייט אבער עס איז מער געווען א ביטערע געלעכטער.

די חברים וואס האבן געדענקט 'דער אברמי פון אמאל', האבן זיך ווייטער גע'חבר'ט מיט אברמי ווי געהעריג, און האבן אים פארשטאנען אז ער האט מיטגעמאכט א שווערע יאר. די מגי"ש ומחנכים פון די ישיבה קטנה האבן אבער נאר געקענט דעם נייעם אברמי און זיי האבן גארנישט געוואוסט איבער זיין פאריעריגע מיטמאכענישן. זיי האבן ס"ה געזעהן א פוילע בחור, א לץ וואס האלט ביי גארנישט, און זיי האבן אים באהאנדלט ווי אזאנס, און דאס האט נאר צוגעגאסן זאלץ צו די אפענע וואונדן.

מיר יונגע בחורים האבן געזעהן ווי דער בחור ווערט פריש גע'שחט'ן פון טאג צו טאג, מיר האבן געזעהן ווי אונזער אברמי גייט צוגרונד, אבער וואס האבן מיר געקענט טון?

ביז צום סוף פון די ערשטע יאר אין ישיבה קטנה, איז אברמי ל"ע אריבער – וואס האט אויסגעזעהן צו אונז ווי – א גענצליכע נערוון בראך, פון וועלכע ער האט זיך קיינמאל נישט ערהוילט. בעסער ארויסצוברענגען לאמיך זאגן, אז די טייערע ליכטיגע געשמאקע געלונגענע אברמי האט אנגעהויבן זיין יציאת נשמה ביי די דרייצן, און עס האט זיך פארצויגן ביז די ניינצן.

דורכאויס די ישיבה קטנה וגדולה יארן האט אברמי'ס צושטאנד געהאט עליות וירידות. עס זענען אדורך גאנצע חדשים וואס מיר האבן אים נישט געזעהן פאר די אויגן, מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז ער איז אין א גייסטישער אנשטאלט. דערנאך האט ער זיך געקענט דרייען פאר חדשים בין כותלי הישיבה. איין טאג האט ער געלערנט פלייסיג, און די נעקסטע טאג איז ער געזעצן אליינס אין א שטילע צימער מיט א בוך אדער א צייטונג. ביי אונז חברים איז ער אבער אלעמאל געבליבן אונזער חבר אברמי פון די כיתה.

טרערן קומען מיר אין די אויגן ווען איך דערמאן מיך יענע שווארצע נאכט, ארום איינס אדער צוויי אזייגער פארטאגס באקום איך א טעלעפאן רוף פון א חבר מיינע. דערשראקענערהייט הייב איך אויף די טעלעפאן און ער זאגט: "ס'איז דערנאך מיט אברמי"! כאילו מיר האבן געווארט פאר דער טעלעפאן קאל פאר די לעצטע זעקס יאר.

ער האט מיר נישט געדארפט זאגן וויאזוי אברמי איז געגאנגען, איך האב גוט געוואוסט אז ער איז נישט אוועק פון א לונגען-אנטצינדונג, איך האב געוואוסט אז ער איז נישט אוועק פון "יענע מחלה". אברמי איז אוועק פון "יענע מלמד"!!!

יענער נאכט האב איך שוין קיין אויג נישט צוגעמאכט. איך האב נאך יענע טאג געהאט א פיינע שמועס מיט אברמי. איך האב נישט געקענט אויפהערן וויינען. איך האב געוואוסט אז אברמי איז סוכ"ס אנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה נאך א שווערע זעקס יארן פון זיין פארשטויסן און פארוואגלט. איך האב געוויינט פאר אלע צרות וואס אברמי האט מיטגעמאכט די אלע יארן. איך האב געוויינט פאר די רדיפות וואס אברמי האט געכאפט אין כיתה ט' און מיר האבן אים נישט געקענט העלפן. איך האב געוויינט פאר דער געוואלדיגע אברמי מיט זיינע קינדער און קומענדע דורות וואס וועלן נישט זיין.

די נעקסטע טאג ביי די הארצרייסנדע לויה, האבן זיינע הונדערטער חברים וידידים און קרובי משפחה אים באגלייט צום לעצטן רו ארט. נאכן קבורה אין פעלד האבן מיר זיך צוזאמגענומען א גרופע חברים, און פאררופן אן אסיפה אויף יענע נאכט, וואו מען וועט זיך אדורכשמועסן וואס מיר חברים קענען טון צו פאראייביגן אברמי'ס זכרון.

matzeva.jpg


ביי די אסיפה איז ארויפגעברענגט געווארן א געניאלע הצעה, צו וואס מיר האבן אלע מסכים געווען. מיר וועלן אלע שאפן געלט און אויפשטעלן אן ארגעניזאציע, וואס וועט צושטעלן אזעלכע מומחים ווי סאציאלע ארבעטערס וכדומה אין די חדרים און ישיבות. זייער ארבייט וועט זיין צו דערקענען ווען א קינד אדער א בחור גייט דורך אזעלכע פראבלעמען ורדיפות אדער אנדערע עמאציאנאלע פראבלעמען, וואס קענען צופירן צו אזעלכע תוצאות אזויווי ביי אברמי, און זיי וועלן ארויסהעלפן די קינדער גענוג פרי און באצייטנס, ווען עס איז נאך מעגליך אינגאנצן צו פאררעכטן. (היינטיגע טעג פארמאגן שוין אסאך מוסדות אזעלכע איינגעשטעלטע, אבער דעמאלס איז עס נישט געווען בנמצא).

מיר האבן זיך אדורכגעשמועסט מיט פראפעסיאנאלן, און אויסגעארבעט פונקטליכע פלענער וויאזוי עס אויסצושטעלן. ווי נאר מיר האבן אבער אנגעהויבן צו רעדן צו די מנהלי וראשי המוסד, האבן מיר באלד געזעהן אז עס איז נישט דא מיט וועם צו גיין צום טיש, זיי האבן נישט געהאלטן ביים מיטארבעטן. עס איז מעגליך אז די סיבה איז געווען, ווייל זיי האבן מורא געהאט אז עס גייט זיי קאסטן געלט, אדער האבן זיי פשוט נישט געוואלט אז ניינצן און צוואנציג יעריגע ראצערס זאלן זיי איינטיילן וואס צו טון. מער מסתבר איז, אז ווי געווענטליך האבן די ראשי המוסד מורא געהאט פונעם "זיך נישט רירן קיין זיז כל שהוא פונעם אלטע דרך".

מיר זענען געווען מורא'דיג צובראכן דערפון. מיר האבן שוין מקריב געווען איין קרבן משלנו צוליב דער מהלך, און איבער די יארן זענען מערערע קרבנות אומגעקומען פון אט דעם אלטן דרך. וויפיל איז די שיעור? אבער היות מיר האבן געזעהן אז ס'נישט דא מיט וועם צו רעדן, האבן מיר מחליט געווען צו לאזן שרייבן א ספר תורה לזכרונו פון אונזער אומפארגעסליכע אברמי.

איבער א יאר פרשת שופטים האט מען פארענדיגט שרייבן דעם ספר תורה, און מען האט אריינגעפירט די ספר תורה ברוב פאר והדר בתופים ובמחולות, צום בית המדרש פונעם ישיבה ווי אברמי האט געלערנט און זיך געדרייט אין די לעצטע יארן פון זיין קורצע לעבן. מיר - חברים פון אברמי - האבן זיך גאר שטארק געפרייט מיט דעם הכנסת ספר תורה, מיר האבן געפילט אז דאס איז די ווייניגסטע וואס מיר האבן געקענט טון לזכרונו ולעילוי נשמתו.

שבת צופרי פרשת שופטים איז פארגעקומען א געשעעניש וואס האט צוטרייסלט דעם גאנצן ציבור, נישט נאר די בחורים און איינגעשטעלטע פון די ישיבה, נאר אלע וואס באלאנגען צו דער קהלה, ווי אויך סתם מענטשן אין די גאס האבן גערעדט פון דעם מיט גרויס אויפשוידערונג. בשעת קריאת התורה, ווען מען האט דאס ערשטע מאל געליינט אין אברמי'ס ספר תורה האט זיך דער בעל קורא פלוצלינג אפגעשטעלט אינמיטן ליינען, ווייל מ'האט געטראפן טעות וואס איז באלד נתברר געווארן אלץ א טעות וואס פסל'ט די גאנצע ספר תורה.

ווען מ'האט זיך צוגעשטופט צו זען דעם טעות, האט מען געזעהן אז עס איז אין די פסוק: "וְעָנוּ וְאָמְרוּ יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה".

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

(די גאנצע געשיכטע איז אמת, ויותר ממה שקראתי לפניכם קען מען נישט שרייבן מפני הכבוד. קליינע מינדערוויכטיגע דעטאלן קענען זיין געטוישט צוליב דעם וואס עס זענען שוין פאראיבער א שיינע פאר יאר זייט די געשיכטע).


.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הוגה אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:28 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5703 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:25 pm

א טרער אויפן פרישן קבר, דארף ברענגען צו פארמיידן נאך פרישע קברים. לאמיר כאפן דעם רודער נאך איידער דער שיף לאזט זיך ארויס אויפן ים. :(
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 1:36 pm

כ'שפיר אויפגערעגט און צובראכן צוזאם. די מעשה איז שוידערליך און הילפסלאז. ליגט א בחור אין די ערד, זיין געביין פארלאזט און א קאלטע גרוב, צוליב א קאלטבלוטיגער מלמד.

'קול' דמי אחיך צועקים אליך מן האדמה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4668
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8818 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:37 pm

רויטע וואנצעס: מיין קשיא איז אויף די הנהלה. וויאזוי האבן זיי צוגעלאזט אזא מלמד זאלל אנגיין מיט זיינע שטיק. דורכאויס די אלע יארן און איהם נישט אפגעשטעלט. מילא, וואו דעם יונגל'ס עלטערן זענען געווען פרעג איך אפילו נישט. ווייל מסתמא איז ביי זיי אינדערהיים נישט געווען פויגל'דיג. און דאס האט דער סאדיסטישער מלמד אויפגעכאפט. ווייל סוכ"ס וואלט ער נישט געטשעפעט מיט דעם ראש הקהל'ס זון. ווייל אויב יא, וואלט ער געפלויגן אין 5 מינוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 9987 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5510 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 2:39 pm

איך וויין פאר אברמי. איך וויין פאר צענדליגע אברמי'ס וועם איך קען פערזענליך, אפילו זיי לעבן נאך און גייען נאך אן, אבער זייער אברמי איז טויט. די כשרונות זענען טויט. די מאטיוועשן איז טויט. אלעס צו פארדאנקן זייערע מחנכים.

מיר וואונדערט נאר וואס איז געווארן מיט "יענע מלמד". האט ער אנערקענט זיינע פירות. האט ער גענומען די שולד אויף זיך.

עטס חברים וויאזוי האבן ענק רעאגירט צום מלמד. ענק האבן אמאל געטייטלט אויף עם אלס הורג נפשות. ענק האבן געטון השתדלות עם מעביר זיין פון די שטעלע
עמעזאן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 950
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 520 מאל

הודעהדורך פליקער » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:03 pm

#הארץ רייסעריש
איך קען אויך אזא מלמד א רייש שיען, גריידע אויך כיתה ט, אבער איך בין נישט געשטארבן, וואס איז זיכער אז איך העטעם נאך היינט דערהרגעט,
יא עס איז מעגלעך אז מלמדים רודף'ן קינדער בלי גבול,
נאך ערגער איז אז מען נעמט אים בכלל נישט אן אין חדר אדער ישיבה
עכ"פ עס איז זייער סעד
טענקס מאטש פאר שערינג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1540
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3084 מאל

Re: א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:15 pm

א-ב-ר-מ-י....


א--ב--ר--מ--י.....



א---ב---ר---מ---י...........


וואו ביסטו אהינגעקומען?!?

קום צוריק כאטש פאר אביסל, אויף אפצומאנען דיין חוב!!!

דו ברויכסט לאזן די וועלט וויסן אז אזאנס קען שוין מער נישט פאסירן!!!

אזא טראגישע און פיינפולע אומקום נעבעך!!!

המקום ינחמני.





.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1411
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2064 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1933 מאל

Re: א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:21 pm

ווי איז מיין אבראמעללללע! מיין הייליגע נשמה'ללללע!
א פרישן טרער אויפן קבר.

תנצב"ה.
נעגעל וואסער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:51 pm

נו, דער האט א זוהן וואס האט געהייראט א שווארצע גיורת, קען ער היינט נאכמאכען זיין שנור אקסענט....


דער אמת, דער מלמד האט געהאט יעדעס יאר קרבנות, נאר דאס רוב האט איבערגעלעבט.

כ'האב אמאהל געפרעגט דער מלמד וועגען זיין טשעפענען התנהגות בדרך כלל, און ער האט געטאנעט אז אין שולחן ערוך שטייט אז א מלמד האט א רעכט "להכלימו"!
אישתישבי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 3:58 pm

:cry: :cry:

איך בין זיכער אז מ'קען פויעלן ישועות ביי זיין קבר.
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2333
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1120 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 4:46 pm

הערליך געשריבען!
ללא כחל וללא שרק ויעלת חן! אן שפילען מיט ווערטער, די פשוט'ער געשיכטע וועקט אויף די הרגשים.

נאר פארוואס האט מען מנדב געווען די ס"ת צו די זעלבע ישיבה וואס האט נישט געהאלטען ביים פאררעכטען די פראבלעם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 4:53 pm

איך האב מיך דירעקט צוריקגעהאלטן פון אריינגיין בפרטיות איבער וואס איז למעשה געשעהן מיט דער מלמד וכדומה, ווייל דער מעשה איז איבער דאס פיין און גרויזאמע טויט פון אן אומשולדיג קינד און נישט וועגן די מלמד. למעשה האף איך אז עס קומט גענוג קלאר ארויס פון די מעשה אז דער ספעציפישע מלמד איז נישט די איינציגסטע וואס איז שולדיג אינעם פריצייטיגע טויט פון אברמי. עס זענען געווען מנהלים, א נאכמיטאג רבי, א שחרית משגיח וכדומה, וואו זענען זיי געווען? פארוואס האט קיינער נישט געטון עפעס צום זאך? די קינדער פון די קלאס האבן אויך גארנישט געטון אבער זיי זענען דאך נאר קינדער. וואו זענען אבער די ערוואקסענע געווען? און אפילו די נעקסטע יאר אין ישיבה קטנה און ווייטער דורכאויס די ישיבה יארן, האט זיך כמעט קיינער נישט אומגעקוקט אויף אים, קיינער האט אים נישט פרובירט צו העלפן אדער זיך אריינטון און זען פון וואו די פראבעלעמען שטאמען. דער טראגעדיע איז לדעתי אויף די הענט פון די מנהיגי הקהלה והמוסדות וואו עס האט פאסירט און עס איז א טעסטעמענט צו די שוואכע חרדי'שע חינוך סיסטעם אין אלגעמיין וואס האט דעמאלטס געהערשט און גייט נאך אן אביסל ביז היינט.

אויף וויפיל איך ווייס האט דער מלמד געזאגט אין די טאג פון די לויה פאר איינעם אז ער פילט אז ער האט אברמי'ן איז זיין לעבן נישט ווייגעטון. גיי ווייס אויב אין הארצן האלט ער באמת אזוי. עס האט נאך גענומען אפאר יאר און נאך א שיינע פאר קרבנות (בעיקר ברוחניות) ביז מען האט דעם מלמד ענדליך אפגעזאגט.

עס זענען דא אזויפיל זאכן וואס מען קען ארויסנעמען פון דער מעשה, איך האב אבער יעצט נישט די צייט. דער עיקר נקודה איז דאס פיין פון א קינד וואס ווערט געטשעפעט און א קינד וואס זיינע עלטערן מוטשען זיך מיט פרנסה וכדומה איז אין לשער.


.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך הוגה אום דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:07 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5703 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 4:54 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר פארוואס האט מען מנדב געווען די ס"ת צו די זעלבע ישיבה וואס האט נישט געהאלטען ביים פאררעכטען די פראבלעם?


מען האט געוואלט אז מ'זאל ליינען אין דעם ספר תורה אין דער ישיבה וואו ער האט זיך געדרייט רוב פון זיינע בחור'ישע יארן.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5703 מאל

הודעהדורך שש משזר » דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 5:41 pm

א מורא'דיגע [תרתי משמע] מעשה.
בשעת איך האב געקריגן דעם ארטיקל להגהה, האב איך פשוט מיטגעוויינט על שבר בת עמי.

@הוגה האט א כח שלא מעלמא הדין. ווען ער רעדט פון חג האסיף, שמעקן מיר די גראז און פירות. ווען ער רעדט פונעם סיסטעם, זעען מיר די פארדארבנקייט נגד עינינו. ווען ער דערציילט אזא מעשה, שפירן מיר פערזענליך מיט די צער נורא ואיום.

עיני עיני יורדה מים!

זאל דער ארטיקל זיין די לעצטע מאל וואס מ'דארף בכלל שרייבן אזא ארטיקל, ווייל דאס קען, זאל, און מוז אויפשטורעמען די הנהלת המוסדות זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14654 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:34 pm

די סיומא פונעם מעשה איז אמת אדער איז ניתוסף געווארן להגדיל הרגש?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5025
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 6046 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2219 מאל

הודעהדורך הוגה » מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:47 pm

איך אויך האט געשריבן:די סיומא פונעם מעשה איז אמת אדער איז ניתוסף געווארן להגדיל הרגש?

אמת ויציב.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5703 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:49 pm

א פראבלעם אין א סיסטעם מעסט זיך לדעתי אין די פאלגענדע דריי: ווילאנג עס גייט אן, ווי שטארק די יסורים פון די ליידנדע איז, וויפיל עס ליידן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 09, 2016 5:51 pm

באשולדיגן האט האט אנדערע מעסטלעך: וויפיל מען קען טון באמת צו פארבעסערן, און צו אנדערע גרופעס זענען בעסער.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1507 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 3:45 pm

איך האב אדורכגעלייענט דעם מעשה, געווען זיכער אז צום סוף וועט שטיין א הבהרה אז די מעשה איז נישט ממש אמת, נאר "משל היה", עס וואלט געקענט פאסירן... דערווייל רייב איך מיינע אויגן און זעה אז עס איז אמת ויציב. דאס איז דאך א שרעקליכע ווייטאג וואס ציפט!! עיני עיני יורדה מים.

אודאי דארפן די מוסדות און מחנכים טון כל מה שביכלתם אז אזוינס זאל נישט פארקומען, אבער מיר אלס עלטערן דארפן נעמען א מוסר השכל אז אויב א קינד רעדט זיך אמאל אפ אויף א מחנך - און מען זאל אים געבן די SPACE זיך צו קענען אויסרעדן - זאל מען נעמען ערנסט זיינע קלאגעס, און פרובירן צו דערשמעקן אויב מען דארף הילף.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14017
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15667 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16080 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 8:43 am

שמעקעדיג

און וואס זאל מען טוהן?

וואס באדייט געבען "הילף"?
אישתישבי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

הודעהדורך נאטירליך » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 8:57 am

אישתישבי האט געשריבן:שמעקעדיג

און וואס זאל מען טוהן?

וואס באדייט געבען "הילף"?

צו ווייסטו נישט אז מען קען העלפן אזא קינד דורך פארשידענע וועגן, מחנכים, טערעפיסטן וכדומה. אדער צו דערשמעקן וואס עס גייט פאר און טוהן עפעס דערוועגן,
נאטירליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 719 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

הודעהדורך קרעקער » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 3:23 pm

איך קען א מלמד פין קרית יואל [זיין משפחה נאמען איז ג] וואס האט געמאכט פון א געהעריגע בחור א נערווען קראנקער דורכען עם פייניגען און דערנידערען ווייל זיין טאטע איז געוועהן בני יואל געשטימט
דער בחור זיין משפחה נאמען איז ק' איז היינט ארום 38 יאהר, ער איז געוועהן 100 % נארמאל פאר דעם, אבער ער האט עם אראפגעפיהרט פון גלייכגעוויכט, ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, כווייס נישט צו ער לעבט נאך אויב יא איז ער אין א משוגעים הויז
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1054
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 179 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 496 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 13, 2016 4:37 pm

יא יא, ליידער ווערט קיינער נישט סורפרייזט ווען מ'ליינט אזא ביטער געשיכטע. די סיסטעם איז אזוי אוועקגעשטעלט אז טאמער איינער האט א פראבלעם און וויל קאמפלעינען שפירט ער זיך ווי א פיעס אוו גארביזש. מ'שיקט פון רעכיל צו מעכיל, מ'הייסט אים זאל קומען דא גיין דארט וכו' וכו'. ענדליך נאכ'ן זיך משפיל זיין עד לעפר באקומט מען א תשובה אז ס'איז טאקע דא א פראבלעם אבער די יאר איז שוין סייווי כמעט אריבער און מ'גייט שוין אריין צו א נייע מלמד איז וואס מאכסטיך אזוי נעריש?
איי ס'גייען זיין פרישע קרבנות? אבער דער מלמד צו די הנהלה וויל נישט טון די דורטי ווארק אויפצוזאגן די מלמד וואס טויג נישט.
בערלע פרעגט נאך וויאזוי ס'קען זיין אז מ'האט דאס צוגעלאזט?!
בערל, די ביסטיך איין איינגעשטעלטער אין א מוסד, דארף איך דיר דערציילן וואסערע קאראפשן גייט פאר? טאמער ווייסטי נישט פונקטליך וועם צו לעקן און ווי צו שמירן וועט מען דיר געבן העלל ביז איינער ענטפערט דיין רוף
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1546
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1523 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 9:49 pm

ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די ביטערע מעשה, אוי עיני עיני יורדה מים, שוין וועל איך זיך מתבונן זין וואס איך קען טוהן למעשה,
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3504
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6294 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4077 מאל

הודעהדורך גר ותושב » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 2:19 am

דאס איז נעבעך א מעשה וואס איך האב שטארק מיטלייד.
די עיקר צרה איז ווען אזא קינד האט נישט קיינער וואס זאל זיך אנעמען פאר זיינע רעכטן.

בדידי הוה עובדא, איך בין שטארק גע'רודפ'ט געווארן דורך א מלמד, איך בין געווען א וואויל קינד, קיינמאל נישט געטוהן עפעס שלעכט, ווען איך פלעג אהיים קומען מיט טרערן אין די אויגן און שרייען "איך גיי מער נישט צוריק אין חדר" פלעגט מיין טאטע אייביג פרעגן "וואס האסטו געטוהן"... וויפיל איך פלעג אים מסביר זיין אז איך האב גארנישט געטוהן און דער מלמד פייניגט מיר אומזיסט פלעגט ער מיך נישט גלייבן.

ביז איינמאל נאך א גרויסע אומרעכט וואס דער מלמד איז באגאנגען אקעגן מיר און עס איז שוין געווען כלו כל הקיצין, האב איך געשריגן אויף מיין מלמד "דו הערסט מיך נישט אויף צו רודפ'ן אומזינסט, איך האלט עס מער נישט אויס!" פארשטייט זיך ער האט מיר ארויסגעווארפן פון קלאס און אהיים געשיקט. ווען איך האב פארציילט פאר מיין טאטע די אומרעכט וואס ער האט געטוהן, און ספעציעל די ווערטער וואס ער האט גענוצט אקעגן מיר, האט ער מיך נישט געוואלט גלייבן. ער האט אנגערופן מיינע חברים און זיי אויסגעפרעגט און ער איז געוואר געווארן אז אמת נכון הדבר.

עס איז געווען דעמאלט אינמיטן זומער, האט ער מיך געשיקט אין קעמפ. ווען דער מנהל האט געזען אז מיין טאטע קומט זיך נישט בעטן מען זאל מיר צוריק ארייננעמען, האט ער גערופן מיין טאטע פרעגן וואס טוט זיך. האט מיין טאטע אים געזאגט דברים כהוויתן. דער מנהל האט אויך נישט געגלייבט ביז'ן זיך נאכפרעגן, אבער ער האט זיך גע'עקשנ'ט אז נאך קעמפ דארף איך צוריקגיין צו דעם מלמד וואס האט מיך ווייטער גע'רודפ'ט, און טאמער נישט קען איך נישט ארויף גיין א כיתה.

למעשה פון דעמאלט אן, נאך יעדע מעשה האט זיך מיין טאטע אריין געלייגט לעומק פון יעדע מעשה, טאמער בין איך נישט געווען גערעכט האב איך געכאפט פעטש, און טאמער איך בין יא געווען גערעכט האט ער מיך געגעבן רעכט, און מסדר געווען וואס ער האט נאר געקענט.

יעצט ווען איך לייען די מעשה טראכט איך, ווי אזוי וואלט איך יעצט אויסגעקוקט ווען נישט איך איבערצייג מיינע עלטערן אין מיין גערעכטיגקייט, און ווער ווייסט צו ווען דער בעל המעשה וואלט ווען געהאט א אויפן אויער צי ער וואלט נאך געווען בין החיים.

טייערע עלטערן, גלייבטס אייערע קינדער! הערטס זיי אויס, און זייטס מברר וואס זיי זאגן, וועלן ענק זיך שפארן אסאך עגמת נפש.

המסיים בדמעות,
א גוטע נאכט.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1274
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט