א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 5:15 pm

פי-די-עף פון דער געשיכטע.
בייגעלייגטע פיילס
Yener Melamed.pdf.pdf
(215.45 KiB) אראפגעלאדנט 40 מאל
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1713
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6918 מאל

הודעהדורך בעל מדות » זונטאג פעברואר 12, 2017 8:45 pm

די מעשה איז קרעזי, איך האב אזוי רחמנות. פונקט היינט בין איך געווארן זייער גערירט, זעענדיג א ווידעא פון א נייעסל וואס איז געווען וויירעל עטליכע וואכן צוריק, ווי א טייגער, האט אומגעברענגט א מענטש, וואס איז אריינגעפאלן אין זיין שטייג, נאכן פרובירן אויסמיידן צו דארפן באצאלן די קאסטן אריינצוגיין אינעם טירגארטן. כ'בין ממש געווען אויס מענטש ביים דאס קוקן, און געבליבן נאך ביז יעצט טראומאטיזירט, דעפרעסט, זעענדיג גייסטער אין מיינע מחשבות.

פונקט יעצט ליין איך דעם געשיכטע דא, מיינע געדאנקען ציען א פאראלעל, אברמי איז אויך אריינגעפאלן אין א טירגארטן מיט בלוטדורשטיגע חיות, דער טייגער האט אים פארצוקט מיט בלינדע אויגן, אן קוקן ווי ער מאכט אים רינען זיין בלוט.

ניין! כ'בין בכלל נישט עקסיידעט אז מ'קען שימפן אויף נאך א מענטש. עס טוט מיר נאר זיין שלעכט אויפן הארץ, פאר אברמי, כ'בין זיכער אז ווען איך גיי אין זיין קלאס, וואלט איך געווען זיין חבר, איך גיי אויס הערנדיג וואספארא בא'חנ'ט קינד ער איז געווען, גאט שיקט אראפ טאלאנטן צווישן מענטשן, און ער וויל זיי זאלן בליען, א זיסע אינגל אין חדר, יעדער איז מיט אים גוט, מען זעט אויף אים א שיינע צוקונפט, איך ליין די געשיכטע פאקטן און זע אברמי שטיין דא פארנט פון מיר, און בומס! געענדיגט מיט א נערוון בראך, טויט אין קבר?! וזהו? א געמיינע מענטש, א פיינפולע ענדע, כ'וויל דעם מלמד פיינט האבן פארן טשעפען אברמי, איך וויל וויינען וועגן אים. יא, איך האב א געפיל צו אברמי אפילו איך קען אים נישט, און איך ווייס נישט צו ער הייסט אפילו אברמי, קען זיין דאס איז א חלק פון די איינצלהייטן וואס הוגה האט געטוישט, אבער מיין הארץ גייט אויס פארן קינד.

דא איז ער געווען פון די פירער אין קלאס, מיט גוטע מידות און אויפפירונג, אנגעפולט מיט טאלאנט און איידלקייט, און דא מוז ער זיך קומען אפרעכטן ווי א האלבע נערוון קראנקע נשמה, און שיקן זיין אויפברויז סיגנאל דורך א ספר תורה וואס מ'האט געשריבן אין געדענקעניש פון זיין געביין וואס געפונט זיך ווייט פון די פאמיליע וואס גלייכט אים, ווייט אוועק פון די קינדער וואס וואלטן אים אזוי שטארק ליב געהאט טראץ זיין מאדנע שטימע, און אפגעריסן פון די יארן וואס עס איז זיך אים געקומען פונקט ווי אונז אלע, מיט א פאמיליע, א שטוב, דורות, באגלייט מיט נחת, וויסנדיג אז ער האט איבערגעלאזט זיין טייל, און אנדענק, אויף דער וועלט.

איך וויל דעם רשע פארדאמען, און אין נאמען פון אלע וואס זענען אויפגעשוידערט צו ליינען אזא געשיכטע, וויל איך אים זאגן דייטליך, "יא איך האב דיר פיינט צוליב וואס האסט גע'שחט'ן אברמי מיט דיינע קורני ציפעדיגע וויצן, און זאלסט זיך שעמען אין ווינקל אויף די אלע אנדערע לעבנס וואס האסט פאר'הרג'ט מיט דיין וויסטע איינרעדעניש, אז ווייל דו האסט פארמאגט צוויי לינקע הענט אן אויסזיכטן צו טרעפן א פרנסה, האסטו געמעגט אריינגיין אין די ליין פון חינוך."


סארי אברמי, צו הערן וואס האט מיט דיר ליידער פאסירט!

עס טוט אונז וויי, און מיר וועלן פרובירן אכטונג צו געבן אין דיין אנדענק אז עס זאלן מער נישט פארקומען אזעלכע אינצידענטן!
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 365
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1864 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 12, 2017 9:49 pm

פארוואס דארף מען אנקומען צו אזא טרויעריגע מעשה אז בעל מדות זאל אונז באזוכען?
מיר ווילען נאך און נאך פון דיין פעדער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4789
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4510 מאל

Re: א קרבן פון יענע מעשה – 'יענע מלמד' (וועקער 6)

הודעהדורך א איד » מאנטאג פעברואר 13, 2017 7:01 am

קרעקער האט געשריבן:איך קען א מלמד פין קרית יואל [זיין משפחה נאמען איז ג] וואס האט געמאכט פון א געהעריגע בחור א נערווען קראנקער דורכען עם פייניגען און דערנידערען ווייל זיין טאטע איז געוועהן בני יואל געשטימט
דער בחור זיין משפחה נאמען איז ק' איז היינט ארום 38 יאהר, ער איז געוועהן 100 % נארמאל פאר דעם, אבער ער האט עם אראפגעפיהרט פון גלייכגעוויכט, ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט, כווייס נישט צו ער לעבט נאך אויב יא איז ער אין א משוגעים הויז

איך קען אויך א מלמד פון קרית יואל [זיין משפחה נאמען איז פ] וואס פייניגט זיינע תלמידים עד לב השמים, נאך ביז היינט, מיט זיינע שטעכעדיגע ווערטער צום תלמיד, ציהט ער ארויס די בלוט נאך ערגער ווי די אמאליגע באנקעס.
די חידוש איז אז ער איז נאך א מלמד היינט צוטאגס, (עס איז נישט אזא חידוש,אויבמען קען די מוסד) א רשע מרושע וואס ער איז, גם עלי עבר כוס התרעילה, ווי ער האט מיר געזויגן די בלוט שטייטערהייט, פאר א חטא וואס אויב עס הייסט א חטא, אז מיינע עלטערן דאווענען און א שול, וואס ער האלט אז עס איז נישט א שול ווי די תפילות ווערן נתקבל, ה' ינקום את דמי השפוך במהרה, און איך זאל עס זעהן מיט מיינע אויגן, איין איינציגער באשעפער האט מיר געהאלטן שטארק, און מיר געהאלפן בלייבן שטארק בנפשי, און איך זאל אויסוואקסן צו וואס איך שטיי היינט.
ויה"ר שיבולע המות לנצח ובא לציון גואל, אמן.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1224
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 728 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט