כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

כשם שקיבלתי שכר על הדרישה... [אשכול הפרידה]

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]א.[/center]

שנת ב' אלפים ק"ו לבריאת העולם.

דער אכט-און-ניינציג יעריגער איידעם, האט ענדליך מחליט געווען זיך צו נעמען אין די הענט אריין.

שוין פערצן יאר וואס דער איידעם - א 'יונגערמאן' פון פיר און אכציג יאר אלט - ארבעט ביטער שווער פאר זיין אייגענעם שווער, וואס נוצט אויס דעם פאקט אז זיין איידעם איז אנגעקומען אין שטאט נע ונד, אים צו מאכן ארבעטן ווי א פערד.

אבער נאך פערצן יאר, האט שוין יעקב אבינו געהאט פיר ווייבער, און א גרויסע שטוב מיט קינדער.

יעצט לייגט ער שוין פאר תנאים פארן וועלטס טשאמפיאן אין מלאכת הרמאות, זיין שווער לבן: אויב דו ווילסט אז איך זאל ארבעטן פאר דיר, דארף איך באקומען באצאלט טאטע געלט, און אויב נישט – גיי איך מיך אהיים.

[center]***[/center]
ער לייגט צו די פאלגענדע ווערטער (בראשית ל, ל): "כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב, ויברך ה' אתך לרגלי, ועתה מתי אעשה גם אנכי לביתי".

לבן האט איינגעגעבן, נישט איידערן דעליווערן א פרישע פארציע רמאות, אבער מיר וועלן זיך שטעלן אויף יעקב'ס ווערטער "כי מעט אשר היה לך לפני ויפרץ לרב".

כ'מיין, ייש"כ ר' יאנקל פארן ארבעטן, אבער ס'איז נישט געווען סתם פאר גארנישט לשם חסד של אמת. ס'איז געווען צוליב דעם וואס דו האסט געהייראט זיינע טעכטער, און דאס איז געווען אנשטאט די נדן.

נאר דער אמת איז, אז יעקב זאגט טאקע אט דאס: ווילאנג איך האב געהאט א שיעבוד צו דיר צוליב'ן הייראטן דיינע טעכטער, האב איך געשפירט א פליכט אויפצושטעלן אן אימפעריע פון לבן'ס פארמעגן, אבער יעצט ווען איך האב שוין א גאנצע שטוב מיט קינדער – "מתי אעשה גם אנכי לביתי".[/justify]

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר