וואס וואלט איר געטון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 251 מאל

וואס וואלט איר געטון

שליחה דורך אייז קריעם »

אין לעבן מאכט זיך אמאל אז מען טרעפט זיך און א דילעמא, מען קען נישט פרעגן קיינעם ווייל עס פאסט נישט, אבער עס מאכט זיך גאנץ אפט, און עס איז אינטערעסאנט צו וויסן וואס אנדערע טיען און אזא פאל. אוין ענגליש רופט מען דאס awkward moment.

1. די בארעדסט איינעם, און נאך אפאר מיניט דרייסטו דיך ארום והנה דער מדובר האט געהערט ווארט ביי ווארט.

2. מען רעדט דיר א שידוך א קינד פון א נאנטער חבר, און יענער וויל נישט אדער די ווילסט נישט. זייט דעמאלטס ווען די טרעפט אים, און ער עקט פאני אדער צוריקגעצויגן. זאל מען עס לאזן גיין, אדער קאנפראנטן.

3. וואס טיט מען אז מען איז א גאסט ביי איינעם, מען גייט און בית הכסא און מען זעט אז עס איז אנגע'קטנ'ט.
אדער ס'פאסירט און א קליינעם אפיס אדער רעסטאראנט ווי עס איז נאר דא איין ביה"כ. ווען די קומסט ארויס זעהט מען דאך, און דער נעקסטע מענטש טראכט מן הסתם אז דאס איז דיין געטיעכטס.

4. די טוסט איינעם א טובה, אבער א צווייטער נעמט קרעדיט. די האסט חשק יענעם אויפצוקלערן ווי שווער די האסט געארבעט פאר דעם, אבער ס'מאכט נישט קיין סענס.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר