די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

די ספרדישע געמיינדע "האסיף" (דער וועקער #6)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[center]הקדמה[/center]
נישט ווייט פון אונזערע היימישע געגענטער, וואוינט א ריזיגע ציבור פון פרומע אידן. זיי זענען א גאנצע געמיינדע פאראייניגט, מיט בתי מדרשים און ישיבות, חדרים און מיידל שולע'ס, רבנים און מנהיגים, עסקנים און בעלי בתים און עמך אידן. זיי לעבן אבער אזוי באזונדער אז ווייניג היימישע אידן ווייסן צופיל פון זיי.

זיי האבן אייגענע מנהגים און אייגענע ווירדן. וואס איז ביי אונז א סתירה צו א פרומע לעבן איז ביי זיי א לכתחילה, וכן להיפוך. מ'זעט זיי אמאל אין ביזנעס צי אין מאנהעטן און מ'מיינט אז זיי זענען סתם מאדערנע אידן, ווען למעשה לעבן זיי גענצליך אינעם עבר. מ'מיינט אז זיי זענען קלי דעת ודת, בו בזמן וואס זיי האבן אייגענע דקדוקים, חומרות און הידורים וואס זיי גיבן נישט אויף פאר כל הון דעלמא.

איך רעד פון די ספרד'ישע קהלה אין פלעטבוש/דיעל. זיי זענען בעיקר פון סיריע, און זיי האבן א גאנצע ווערטשאפט צווישן זיך, מיט פילע עשירים און גרויסע ביזנעס לייט. זיי האבען א נעץ מיט זייערע ברידער אין מעקסיקא/פאנאמא/ארגענטינע און א"י, און זייער ביזנעס און משפחה באציאונגען מיט זיי איז שטערקער ווי די ווייטע וועג וואס טיילט אפ צווישן זיי.

איך גלויב אז דער עולם דא איז ווייניג באקאנט אין זייער לעבנסשטייגער, מנהגים און געשיכטע דאהי אין אמעריקע, דעריבער וויל איך אראפשרייבן וואס איך ווייס פון זיי, פון מיינע פילע שמועסן מיט ספרדים פון לעיקוואד און א טייל פון זייערע מנהיגים.

מיר זענען צוגעוואוינט צו א לעבנסשטייגער וואס מעסט אידישקייט לויט ווי אנדערש מיר זענען פון אונזער ברייטער סביבה, און ווי ווייניג באציאונגען מיר האבן מיט זיי. פרומע און פרייע זענען לחלוטין אפגעהאקט, מובדל ומופרש. פארפרומטע און מאדערנע אידן זענען שטארק אפגעטיילט, חסידים און מתנגדים זענען עטוואס אפגעטיילט, און אפילו צווישן חסידי'שע אידן זעלבסט הערשט א מויער צווישן די פארשידענע קרייזן. ס'איז געווארן א ווירדע, א מצוה בפנ"ע זיך מער צו באצוימען פון אנדערע.

דעריבער איז שווער צו גלויבן אויף א מענטש וואס גאלט זיין בארד אז ער איז אן אמת'ער ערליכער איד, מיט אידישע ווירדן און וויסנשאפט. דאס איז א קולטורישער ערשיינונג, און אין אונזער חסידי'שע סביבה מיט אונזער ערציאונג איז עס עפ"י רוב אמת. ס'איז זעלטן צו טרעפן א איד וואס זעט נישט אויס ווי אונז און גלויבט און פיהרט זיך ווי אונז. מיר האבן א היסטאריע פון דורות משכילים און כת ש"צ'ניקעס, פראנקיסטן און נעאלאגן, מיט פארשידענע אנדערע איזמ'ס וואס מאכט אונז געפארפול פון יעדע שינוי, און אויף יעדע נייע זאך שמעקט מען טויזענטער מאל צו זעהן צי ס'קען שעדיגן צי נישט.

די ספרדים האבן נישט אזא היסטאריע, און דעריבער האבן זיי א סאך גרעסערע רואיגקייט צו אידישקייט. ס'איז ביי זיי נישט קיין מלחמה, נאר א נארמאלע לעבנסשטייגער, און דעריבער האט עס נישט אסאך פון די חיצוניות וואס אונזער געזעלשאפט פארמאגט.

איך קום נישט שטעלן קיין מיינונג ווער ס'איז גערעכט, מ'דארף אבער פארשטיין די נקודה כדי צו וויסן זיי נישט צו משפט'ן לויט אונזערע ווירדן. א מענטש מיט א פילפארביגע געבלימטע העמד, און האר וואס גלאנצט ווי א דיאמאנט, און א גערוך פון פערפיום וואס מ'שמעקט נאך איידער ס'איז מעגליך צו זעהן דער וואס טראגט דער פאס קאלאג"ן, מיינט נישט אז ער איז נישט קיין מסירות נפש איד וואס איז גרייט אלס אוועקצוגעבן צו היטן די תורה לויט זיין פארשטאנד. ער קען נאך זיין א יודע ספר און א טאטע פון קינדער וואס לערנען טאג און נאכט, אויף זיין חשבון. די חיצוניות איז נישט קיין סתירה.

מ'קען זיך אויך טרעפן מיט א ספרדי'שער בן תורה אין לעיקוואד, וואס לערנט יומם ולילה מיט מסירות נפש, און איז נישט קיין בעל תשובה. ער פיהרט זיך אויף ספרד'יש מיט די מנהגים, הברה, מאכלים א.א.וו. ווען מ'זעט אבער זיין משפחה, עלטערן, און געשוויסטער זעט מען א לעבן וואס איז מיליאנען מיילן אוועק פון איהם, און ס'איז נישט קיין סתירה! ער איז נישט קיין בעל תשובה וואס פרובירט זיך צו האלטן נאנט מיט זיינע עלטערן, ער איז א פולקאמער חלק פון זייער משפחה, נאר ער איז דער בן תורה. ס'איז שווער אראפצושלינגען אזא מציאות, אבער אזוי איז עס. זייער היסטאריע איז א גרויסע חלק דערפון, און איך וועל דא אביסל פרובירן אראפצולייגן וואס איך קען.

לאמיר זיך אריינלאזן אין א רייזע קיין דמשק און ארם צובא און צוקוקן וויאזוי די גאנצע זאך האט זיך אנטוויקלט, וויאזוי זיי זענען אנגעקומען אין אמעריקע, און וואו שטייען זיי היינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר