ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

ראסיזם: טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

אין א מוסר שמועס לעצטע וואך, האט ראביי דזשערעמי ווידער, א ראש ישיבה אין ישיבה אוניווערזיטעט, שארף פארדאמט די נייגונג צו ראסיזם וואס הערשט ביי פרומע אידן.

נאטורליכערהייט, וואלטן מיר אידן - זייענדיג א פאלק וועלכער איז נע ונד און פארפאלגט שוין טויזענטער יארן - ווען געדארפט זיין שארף אויסגעשפראכן קעגן אפילו בלויז א שמעק פון ראסיזם און געזאלט האבן מיטלייד מיט אונטערגעדרוקטע פון סיי וואספארא סארט.

משום מה, איז די מציאות פארקערט.

ראביי ווידער האט זיך באצויגן צו א בילד פון נאך די עלעקשאנס ווי מען זעהט א פרומער סטודענט, ווארשיינליך א טראמפ שטיצער, איינגעוויקלט אין א קאנפעדערט פאן וועלכער דינט היינט אלץ סימבאל פאר ווייסע סופרעמיסטן.

IMG_0037.JPG

מיט באדויערונג, אבער זעלטנע אפענקייט, האט ער זיך אויסגעדרוקט: ״ליידער איז ראסיזם טיף איינגעווארצלט ביי ארטאדאקסישע אידן״ (דער פולער אבער קורצער שמועס קען געהערט ווערן דא).

ראסיזם איז שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן דא אין שטיבל, אבער יעצט נאכ׳ן טראמפ געווינס ווי ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז רוב מנין ובנין פונעם היימישן ציבור האט אים געשטיצט, איז כדאי צו עפענען און ממשיך צו זיין דעם שמועס פונדאסניי.

וואו קומט דאס טאקע אז מיר היימישע אידן קענען זיין אזוי אומסענסיטיוו צו די סכנה פון ראסיזם? איז דאס א חלק פון תמימות און אומפארזעהעניש? אדער האט דאס גאר א טיפערער פסיכאלאגישע באדייט און איז מעגליך א דירעקטע תוצאה טאקע פון זיין א דערשלאגן פאלק (א שטייגער ווי עפעס א סארט שטאקהאלם סינדראם)?
כאן, חבל טבור הארץ.

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר