משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3750
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5739 מאל

משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים

שליחה דורך וואלווי »

עס איז אמאל געווען א בעטעמ'ט בחור'ל וואס האט זיך פארזינדיגט מיט זיינע מעשים טובים בין כותלי הישיבה, און אזוי ווי אלע רוח מצויה'ס איז דאס געווען א נארמאלע טאג טעגליכע ערשיינונג כדרכם של מובחרי בני הישיבות. דער משגיח הישיבה אנשטאט איינזען דער אמת'ער מצב פונ'ם בחור אז עפעס פעלט דא, האט ער געפייניגט דעם בחור עד הסוף און ציגעלייגט זאלץ צי די וואונדען, ביז דער בחור האט זיך געפענט דאס הארץ און געלאזט הערן זיין מיינונג פאר זיין משגיח מיט'ן פאלגענדיגען עפיסאד.

מ'זאגט אז דריי זאכען זענען געקומען מיט א טענה כלפי שמיא. דער ערשטער, איז דער דערהובענער תפילה עלינו לשבח וואס האט פארגעהאלטן הלמאי מען שטעלט איהם צום סוף דאווענען ווען די אויסגעמיטשעטע מתפללים האלטן שוין מיט איין פוס אינדערויסען פון בית המדרש. דער צווייטער, איז דער לעבענ'ס וויכטיגער תפילה פון אשר יצר וואס האט נישט געקענט אראפ שלינגען דער פאקט אז מ'האט איהם נישט געקענט קובע זיין א שענערע מקום נאר תיכף נאך איבער לאזען א ברכה בגוף ונפש אין דעם אתר די ביה יחדין רוחין ונפשין, און צום לעצט, דער נעבעכ'דיגער ממזר וואס ס'האט איהם שטארק געבליטיגט דאס הארץ מיט א טענה אז וואס איז ער נעבעך שילדיג אז מ'האט איהם אזוי מיאוס ארויס געשלאסן פונ'ם כלל.

דער בוכ"ע דער גרויסע רחמן האט רחמנות געהאט און געענפערט אז ער וועט זיי אלע נישט שילדיג בלייבן. פאר דעם הייליגן תפילה עלינו לשבח האט ער קובע מקום געווען אין די הייליגסטע טעג פון יאר נישט מער נישט ווייניגער נאר פונקט אין מיטן שמו"ע פון ימים נוראים ווען דער גאנצער ארום איז איינגעהילט אין התעוררות און האלט מיט דער תפילת עלינו בלב ונפש, פאר דעם קריטיש וויכטיגער אשר יצר האט ער קובע געווען דעם וויכסטיגער מאמענט פון א מענטש'ס לעבן שטייענדיג אונטער די חופה אלס דעם באקאנטען ברכת אשר יצר, און פאר אונזער ממזר'ל האט דער באשעפער קובע געווען גאר א הייליג פלאץ און דאס איז די ישיבה הרמה ווי מ'איז מגדל צאן קדשים נאמנים לה' ולתורתו און ער האט איהם שיינערהייט אריינגעשטעלט אלס משגיח אין ישיבה.

מ'קען זיך פארשטעלען אז דער משגיח וואס איז אודאי געווען פון א טייער טייג געקנעטען האט אראפגעלאזט דעם צדיק'ל צוויי קלינגעדיגע פעטש צום געדענקען און געמאכט זיכער אז דער בחור האט שוין דערנאך נישט אריינגעטרעטן אין ישיבה פאר א לענגערע תקופה. דער משגיח האט ווייטער געפירט זיין עדרי צאן מיט א יד רמה, שטרענג געזען אז א זמן איז א זמן, געקנס'ט די מאחרים לבא און די ממהרים לצאת, אכט געגעבען אויף פארמאכטע רעקלעך און איינגעדרייעטע גארטלעך, מקיים געווען מצות תשביתו אויף סי די'ס, קאסעטעס, און כתבי עת, און אזוי ווייטער געפירט זיין לאגער ווי א דייטשע אויפזעער אויף אן אופן וואס וואלט איהם שנעל געברענגט פראמאשענס אין ראנג ביי דעם דריטען רייך.

נאר פון איין מאמר האט דער קווינטיסענשעל משגיח נישט געוויסט צי זאגן. דאס איז דער מאמר חז"ל אז לעולם ילמד אדם מדעת קונו. דער ערשטער וואס האט געזוכט א משגיח איז געווען אונזער הייליגער זיידע אברהם אבינו עליו השלום, וואס האט געזען בירה דולקת, ער האט תובע געווען צי וויסען אויב יש מנהיג לבירה און צו איינער קוקט זיך בכלל אום דא אויף אונזער קליין וועלטעלע. אויף דעם האט דער בוכ"ע זיך ווארעם אנגערופען אני הוא בעל הבירה, אבער, דער תירוץ איז נישט געקומען מיט א טאן פון א שטרענגער בעל הבית, נאר מיט א ווארימקייט און איבערגעגעבענקייט אזוי ווי דער לשון המדרש איז "הציץ" עליו בעל הבירה. דער רבוש"ע האט זיך אוועק געשטעלט און באוויזען פאר אברהם אבינו אקוראט ווי שלמה המלך באזניגט דאס אזוי שיין און שיר השירים הנה זה עומד אחר כתלינו משגי"ח מן החלונות מצי"ץ מן החרכים.

דער טיטול איז טאקע משגיח אבער דער מיטל איז מציץ. און אזוי טייטש דער מלבי"ם אין זיין ווארימע מליצה אויף דעם פסוק אז דאס איז דער העכסטער פארנעם פון א השגחה זיך צי מדבק זיין דער משגיח מיט'ן מושגח, דער מציץ מן החרכים איז ווי א משל צו איינער וואס שטעקט אריין זיין קאפ אינענווענדיג אין צימער און טוט זיך באהעפטן צו דער וואס איז אין צימער דורך רעדען פנים אל פנים עד כדי כך אז ער טוט ארום האלזן דעם זעהל בנשיקות פיהו און דורך דעם ציהט ער דעם נפש ארויס פון זיין פארשלאסענע תפיסה. און דאס דארף טאקע זיין דער דזשאב דעסקריפשען פון א משגיח פאר די טייערע נשמות.

אמת, אז בחורים אין ישיבה לעבן אסאך מאל א לעבן וואס זעהט אויס ווי דער פעטער דער ידו בכל ויד כל בו. וואס מער שלעסער מ'לייגט ארויף אויף טירן אלס מער אופנים טרעפט מען דאס אראפ ציברעכען, און דער גנב איז אייביג א טריט פאראויס פון די פאליציי. דער פארשלעפטער פעפער וועט אייביג האבן א תירוץ פארוואס ער האט פארשפעטיגט שחרית, און דער ווילדער וועט אייביג האבן א תירוץ פארוואס ער האט געמוזט אנדרייען א מהומה. אבער א ישיבה איז נישט קיין קאנצענטראציע לאגער און דער משגיח טאר נישט זיין קיין קאפא. א יעדער בחור איז א טייער נפש און א הייליג נשמה מיט א קאמפליצירטע נערוו צענטער פאר זיך. ביי טינעדזשערס טאר מען נישט זאגען "אלל מען אר קריעטעד איקאל" וואס אויף דעם ארויף איז גילטיג אפאר חיצונית'דיגע תקנות פאר אלע גלייך. וואס מער קאמפלעצירט דער בשר ודם איז אלס מער דארף מען אוועק שטיין פון משגיחים וואס זענען ווי בוטשערס וואס האקן פונטען פלייש און דוקא דעמאלטס דארף מען שטעלען אן עקספעריענסד ברעין סורדזשען.

לאמיר זען וואס טוט זיך ביי אחינו בני הליטאים. דער מושג משגיח וואס שטאמט פון "זייערע" ישיבות האט פארמאגט איבער די יארן א ליסטע פון צדיקים וקדושים א שטייגער ווי ר' ירוחם און ר' חאצקל לעווינשטיין אין מיר, און שפעטער נאכ'ן קריג זענען אויך געווען באקאנט ר' אלי לופיאן, ר' אליעזר דסלר, ועוד. חוץ פון זייערע געוואלדיגע מעלות התורה און אויסגעצייכנטע יראת שמים זענען זיי געווען מומחים אין תורה הנפש. זייער מאוד אף אפערעישאנס איז נישט געווען קנסות מיט פסקים און אפילו נישט בלויז מוסר דרשות ברבים. זיי האבן פארשטאנען צו א יעדען יחיד און מיט ווארעמקייט זיך באהאפטען צו זייערע תלמידים ניצענדיג די ריכטיגע שפראך וואס א הייליג אידיש נפש פארשטייט. צו אזא סטאנדארד דארף געהאלטען ווערען א משגיח ביי וועם מ'איז מפקיד אונזערע טייערסטע פקדונות.

מהיכי תיתי אז דער משגיח אין ישיבה דארף זיין פון די פני הקהילה אדער פארטיי. זאל מען מוחל זיין און אנהייבן אויף נעמען משגיחים פון דער פרעמד וואס טויגן באמת, און אפילו איינער וואס האט ל"ע א דעגרי אין סעקאלאדזשי וואס ספעשעלייזט אין אדאלעסענט קעיסעס. עס איז העכסט צייט אויפציהערן זארגען פאר די אלע איבעריגע נארישקייטן, ווייל די דברי אלוקים חיים פון רבותינו הקדושים מיט זייערע הקפדות און מנהגים וועט דער משגיח זיך שוין קענען אן חזר'ן אויף די וועג אריין אין ישיבה. אז א משגיח האט די ריכטיגע קוואליטעטן און איז א תלמיד חכם וירא שמים וואס קען דינען אלס א מוסטער פאר די תלמידים, וועלען די בחורים טאקע זיין מובחרים יעדער איינער באזונדער, און זיי וועלען מצליח זיין צו צוקומען צי זיייער אייגענע פאטענשעל אויף דער בעסטער פארנעם וואס איז נאר שייך.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר